אוטש! ס'הייס Poker face

קאנאדער

אלטגעזעסענער קרעמלער
וועטעראן
זיך איינגעשריבן
אוג. 8, 2024
מעסעדזשעס
192
רעאקציע ראטע
503
עטליכע יאר צוריק ביי מיינע עלטערן אינדערהיים באקט זיך פאטעיטאס מיט אויל
איך די גרויסע חכם וויל פארזוכן אביסל שטעק איך אריין די הענט אין אויוון איך כאפ אן צוויי דריי שטיקלעך און אוטש! ס'הייס געב איך א שלעפ ארויס מיין הענט, אויפ'ן וועג ארויס האק איך אריין מיין הענט און די דאך פונעם אויוון און בום נאך א ברי

דעמאָלטס האב איך אפגעמאכט אז גענוג איז גענוג, איך גיי מיך נישט לאזן פון די קרענק וואס הייסט ריפלעקס

ריפלעקס איז דער וואס זאגט אויס ווען איך זאג ליגענט
ריפלעקס איז דער וואס צושאקלט מיין קאפ ווי א הונט ווען א טראפ וואסער גייט אריין אין מיין אויער
ריפלעקס איז דער וואס מאכט צו מיין אויגן ביים נעמען א שאַט
ריפלעקס איז דער וואס פארדרייט מיין מויל מיט עקל פון שלעכטע עסן
ריפלעקס איז דער וואס פארדרייט מיין נאז פון א שלעכטע שמעק
און ריפלעקס איז דער וואס איז שולדיג אין מיין צווייטע ברי

פאר יארן האבן איך פרובירט אים צו פארטרייבן
שטאטעלעך איינגעטונקען מיין קאפ אין מקוה אן עס שאקלן
ספעציעל האלטן מיין אויגן אפען ביים דאקטער
ספעציעל עסן זאכן וואס כ'גלייך נישט, אן ריעקטן
און אזוי ווייטער מיט אסאך זאכן

אבער נאך א שטיק צייט האב איך מער אריינגעטראכט און איינגעזען אז איך וויל עס נישט אויסרייסן ווייל
ריפלעקס איז דער וואס שלעפט ארויס דיין האנט פון פייער
ריפלעקס איז דער וואס מאכט צו דיין אויגן ווען וואסער שפריצט
ריפלעקס איז דער וואס שטויסט צוריק ווען איינער שטויסט דיך
ריפלעקס איז דער וואס שטעקט ארויס דיין האנט ווען די פאלסט, צו אפהיטן דיין קאפ


בסך הכל
ריפלעקס גייט דיך אפשר שטערן פון געוואונען ביי פּאוקער אבער וועט דיך העלפן געוואונען אין לעבן
 
מ'קען נישט פייטען ריפלעקס אינגאנצן, אבער מ'קען פרובירן דארט וואו עס פעלט נישט אויס.
די געשריי אוטש פעלט הישט אויס
אויך נישט *אק ווען איינער האט "צוגעכאפט דיין פארקינג"
 
מען דארף נישט אויסרייסען ריפלעקס בשורשו, אבער מען קען ארבעטען אויף ספעציפישע זאכען, איך פלעג ענטפערען אויף ווער ס׳פלעגט זאגען מיין נאמען אלץ א ריפלעקס אפילו ווען איך האב עם נישט געוואלטן ענטפערען, למעשה נאך גענוג מאל ארבעטען האב איך געטוישט מיין ריפלעקס פון ״עשקעלי ענטפערען״, אויף טראכטן ״זאל איך ענטפערען?״
און דאך פארברען איך מיך נישט און איך דערטרענק מיך נישט, מען קען ארבעטען אויף איינצעלנע זאכען אן אויסרייסען די גאנצע מושג פון ריפלעקסאלאגיע.
(איך געדענק די געווינס וואס איך האב געפילט די ערשטע מאל וואס איך האב נישט גענטפערט)
יעצט וועט מען פרעגן וואס שטערט דיך די ריפלעקס פון ענטפערען צי דיין נאמען? באמת ס׳טאקע נישטא קיין טענג׳יבעל פראבלעם, מיך האט עס פשוט געשטערט ווייל איך האב געפילט אז איך בין נישט אין קאנטראול.
 
Back
Top