וועגן הינט והמסתעף

זית רענן

אלטגעזעסענער קרעמלער
וועטעראן
זיך איינגעשריבן
אפר. 15, 2024
מעסעדזשעס
255
רעאקציע ראטע
1,654
איינס פון די אומגשריבענע פארשריפטן פונעם חרדישן קולטור (אדער בעסער העדר קולטור), איז, אז מ'האט נישט קיין הונט.

די היסטאריע פונעם מנהג גייט נישט צוריק צו לאנג, ווייל איינער וואס ליינט פון פארצייטישע ביכער וועט גענוג מאל זיך אנטרעפן מיט חרדים וואס האבן פארמאגט א הונט'ל, הגם וואס אין רוב פעלער איז עס געווען א watchdog, און האט געדינט ענליך צו וואס א סעקיורעטי קאמערע דינט היינט, איז אבער קיינמאל נישט געווען קיין אפיציעלער איסור אויף פארמאגן א הונט.

אין חז"ל טרעפט מען שוין אן איסור צו פארמאגן א כלב רע, וואס מיינט א הונט וואס איז נישט טרעינירט געווארן צו באגיין מיט מענטשן און עס איז עלול צו בייסן, סיידן אויב מ'בינדט עס צו מיט שלשלאות של ברזל.

די בולשיט וואס געוויסע וועלן פארקויפן איז, אז א הונט איז א חיה טמאה און ס'ברענגט קליפות וכו' מן המיסטיקה.
איינער וואס האט נאר א קליין מח בקדקדו ווייסט ווי לעכערליך די טענה איז, ווייל אסאך מענטשן פארמאגן טמא'נע פיש, פייגל און בע"ח ווי א רעביט, טורטיל, קאץ, העמסטער, וכו' און אין פוצה פה.

איין סיבה וואס כ'האב אמאל געקלערט אז דאס קען זיין די גורם איז אז מ'וויל נישט די קינדער זאלן זען ווי די חיות זענען זיך מזדווג און דערנאך געוואר ווערן אז דאס איז די אופן וואס מען האט קינדער רח"ל.
דאס איז אבער אויך לעכערליך מעיקרא, רוב הונט'ן ווערן מסורס צוליב א פראקטישן סיבה, אז זיי זאלן נישט ווערן אגרעסיוו, הגם אז פאר א איד איז פארבאטן ע''פ תורה צו מסרס זיין זיין בע"ח, קען מען קויפן דעם בע"ח ווען ס'איז שוין מסורס.
אדער איז דא אן עצה צו מקנה זיין דעם בע"ח צו א גוי און עס אזוי מסרס זיין.
עכ"פ ע''פ הלכה זע איך נישט קיין קראנטע סיבה אז מ'זאל נישט קענען פארמאגן א הונט'ל.

די מעלות פון יא האבן איינס איז גאר גרויס.
א הונט'ל איז זייער טאראפיוטיק, עס העלפט אסאך ארויס מיט'ן אנטוויקלונג פון א קינד, צו ס'איז די אחריות פון קעיר נעמען דערפון, צו די ליבשאפט און שמחת החיים וואס עס ברענגט אריין. שטודיעס ווייזן אז אזויפיל ווי 74% הונט פארמאגער זאגן אז זייער הונט'ל האט פארבעסערט זייער גייסטישע געזונטהייט.

ווער עס האט צוצולייגן צום נושא, אדער אפירקומען מיט א מהלך וויזוי מ'זאל קענען אריינברענגן הונט אין אונזערע קאמיוניטי'ס ווערט געבעטן זיך צו לאזן הערן.
 
לעצט רעדאגירט:

פונקט דעם פרייטאג האבן מיר פארברענגט מיט א חסידישער איד אויבן אין די קעטסקיל בערג ווי ער פארמאגט צוויי הונט און מיר האבן די נושא דורך געטוהן מיט איהם. איך רעד פון א ירא ושלום נישט קיין מוכזב. מיר האבן געוואלט גראדע פארשרייבן די נושא ברוך שכוונתי פונקט היינט.
 
וועלכע סארט הונט פארמאגסטו?
 
מיר האבן איבער גענוג קאמפעטישן אויף זאכען וואס מיר האבן אין באנוץ, אנגעהויבן מיט'ן שפיציגע שטריימל ביזען זומער היים אין אפסטעיט.

פעלט בכלל נישט אויס אריינצוברענגן כלבים אין אינזער קאמיונעטי, ס'וועט נאך זיין אז יעדער וועט מוזען האבן די שענסטע און גרעסטע.

לאז געמאכט, גענוג פּעיר פרעשור...
 
לעצט רעדאגירט:
פליז נישט, די איין זאך ווילסטו מיר אויכט אוועקנעמען, ווען כ׳וויל טראכטן פאזעטיוו אויףן קאמיוניטי טראכט איך אז ב״ה מיר האבן נישט קיין הינט, הינט זענען אט דאס הינט, פארוואס דארף איך ווערן אנגעלעקט פון הינט יעדע מאל איך גיי זיי א דורך? פארוואס לויפן זיי מיך נאך? פ** אףף, איך וואק מיר ווי א ציווילע בירגער, און דעי חברה הייבן אן פייניגען, פוי, דעיס איז אפילו מיט ציגעבינדענע הינט, און כש״כ מיט פרייע הינט וואס אין מיין אפיניען דארף מען אויסקוילן א יעדע פרייע הינט אן קיין שטריק.
 
לעצט רעדאגירט:
איי וואס פארשטייט דען א גוי
 
טראמפ איז באקאנט אלס א חוזק מאכער פון הונט, ער קען זאגן אויף אנדערע מיט א זלזול "ער בילט ווי א הונט" אדער "יענער האט געפגר'ט ווי א הונט".
פארשטייט זיך אז דאס ברענגט ארויס ווייטאג בי די הונט ליבהאָבער...מעגליך איז דאס איינע פון די סיבות פארוואס אסאך חרדים קענען זיך אידענטיפיצירן מיט אים?
 
לעצט רעדאגירט:
פליז נישט, די איין זאך ווילסטו מיר אויכט אוועקנעמען, ווען כ׳וויל טראכטן פאזעטיוו אויףן קאמיוניטי טראכט איך אז ב״ה מיר האבן נישט קיין הינט, הינט זענען אט דאס הינט, פארוואס דארף איך ווערן אנגעלעקט פון הינט יעדע מאל איך גיי זיי א דורך? פארוואס לויפן זיי מיך נאך? פ** אףף, איך וואר מיר ווי א ציווילע בירגער, און דעי חברה הייבן אן פייניגען, פוי, דעיס איז אפילו מיט ציגעבינדענע הינט, און כש״כ מיט פרייע הינט וואס אין מיין אפיניען דארף מען אויסקוילן א יעדע פרייע הינט אן קיין שטריק.
פון דיינע ווערטער איז משמע אז דו האסט א נטיה קעגן הונט.
די שאלה איז צו דאס איז א נאטירליכע ערשיינונג אדער א געמאכטע מציאות דורך ווערן אויפגעצויגן אין א קאמיוניטי וואס האט פארהאסט הונט.

פון ווען איך געדענק מיך האב איך ליב געהאט הונט, ווען איך בין געווען א יונגל האב איך געהאט גויאישע שכנים מיט הונט און איך פלעג זיך מיט זיי שטענדיג משתעשע זיין, און יעצט קוק איך צוריק מיט נאסטאלגיע.

דאס וואס דו האסט אזוי מורא פון הונט וואס זענען נישט צוגעבינדן, צייגט אויף דיין אומוויסנשאפט אינעם נושא, א הונט וואס איז אויפגעצויגן דורך מענטשן וועט זייער זעלטן עפעס שלעכטס טון פאר א מענטש, אדרבה, דאס וואס א הינט וועט צומאל לעקן א פרעמדן צייגט אויף זיין ליבשאפט און בלינדע געטרוי צום מענטשהייט.

בנוגע דאס זיך עקל'ן פון די לעקעריי קומט לענ"ד אויך פון די פרעמדקייט וואס דו האסט צום הונט, הגע בעצמך, איך גלייב נישט אז דו האלטסט זיך אפ פון האלטן דיינע איין יעריגע נעפיוס און ניסעס הגם וואס זיי לעקן אויך מזמן לזמן.

רוב ציוויליזירטע וועלט האט א שטארקע ליבשאפט צו הונט. איבער פופציג פראצענט אמעריקאנער בירגער פארמאגן לפחות איינס, אבער משום איזה סיבה ביי אונזער קאמיוניטי זענען לפחות זיבעציג פראצענט להשמיד ולהרוג אנטקעגן הונט, אבער ווען מ'גייט מיט די קליינע קינדער צו א פעטינג זו זעט מען די נאטירליכע ליבשאפט פון קינדער צו בעלי חיים, און דאס זענען בעלי חיים וואס ווייזן נישט קיין צענטל פון די ליבשאפט און צוטרוי וואס א הינט'ל ווייזט.

עכ"פ, איינער וואס האט נאכנישט אפילו פראבירט זיך צו באקענען מיט אט דעם אויסטערלישן בעל חי, איז נישט קיין ראיה פון זיין עקספיריענס.

יעצט בנוגע די פעיר פרעשור וואס דאס קען פאראורזאכן, בין איך היבש מחולק פאר אפאר סיבות, קודם כל איז א הונט'ל א זאך וואס מ'קויפט איינמאל אין ארום פופצן יאר. און די בריד וואס מ'קויפט ווענד זיך לויט די תכונת הנפש פונעם בעל בית צו וועלכע סארט הונט ער וועט זיך בעסער קאנעקטן מיט. ממילא זע איך נישט קיין קראנטע סיבה לחשוש, און אפילו אויב ס'וועט יא זיין אביסל פעיר פרעשור, וועלן די מעלות איבערוועגן די חסרון.
 
אוי איינע פון מיינע פאנטאזיעס איז צו פארמאגן א הונט, אבער נישט פון די קליינע סארט, נאר דייקא א גרעסערע. כ'בין פון שטענדיג אן געווען א בעל חיה ליבהאבער. איך האב שטענדיג מיט מיר עסן טריעטס פאר הונט, ווי צב"ש אזאנע קוקיס ספעציעל פראדוצירט פאר הונט און ווען איך באגעגן איינעם שפאצירן מיט א הונט פרעג איך רשות צו איך מעג טריטן דעם הונטל? 99 פראצענט וועלן מיך לאזן און אויך מיך לאזן שפילן דערמיט. און בכלל די חברה וועלכע פארמאגן הונטלך זענען זייער העפי מיט א גוטן קאמפלימענט אויף זייערע הונט, און ס'פארשטענדליך אויך.

איך וואלט איינגעהאנדעלט א איינע פון די דריי מינים, אדער א Siberian Husky, German shepherd אדער א Golden retriever
כ'האב שוין פארברענג מיט אנדערע מיני ברידס אבער פון אלע גלייך די דריי מערסטע
 
די אלע סכנות'דיגע הונט ווי פיטבול'ס און דייטשע-פאסטיכער (German shepherds). באלאנגען אין טיר גארטן.

די שטוב הונט וואס זענען נישט קיין סכנה זאל זיך יעדער טוט וואס ער וויל.
 
מיט פיטבולס בינעך מסכים.
גארמאנישע פאסטיכער זענען באופן כללי נישט אגרעסיוו א חוץ אויב דער בעה"ב זיינעם איז א מזיד.
 
חו״מ סימן תט סעיף ג:

אסור לגדל כלב רע אא"כ הוא אסור בשלשלאות של ברזל וקשור בהם. ובעיר הסמוכה לספר מותר לגדלו. וקושרו ביום ומתירו בלילה.

הגה: וי"א דהשתא שאנו שרוין בין העכו"ם ואומות בכל ענין שרי. ופוק חזי מאי עמא דבר (הגהת אלפסי החדשים). מיהו נראה אם הוא כלב רע שיש לחוש שיזיק בני אדם דאסור לגדלו אא"כ קשור בשלשלאות של ברזל:
 
האמיר שוין א פסק אויך
 
ווי זענען די אלע וואס לאכן זיך אויס פון די סיסטעם? גייען סטרעטשעטס שיך, דזשינס הויזן, פארן סקוטערס. ס'שוין צייט צי זעהן א היימישער יונגערמאן זיך ארומדרייען מיט א גרויסע כלב. דערווייל איז נישטא קיין איין סעיף אין די מוסדות קאנטראקט איבער דעם, ממילא איז נישטא גארנישט וואס מורא צי האבן
 
כ'האב ליב באשעפענישן, די צדיקת האט ליב א הינטל, מ'גייט עס עווינטועיל קויפן בעז"ה. אבער ס'איז דא דאון סייד'ס.
1. ס'נעמט ארויס אסאך ענערגיע. כ'וואלט ענדערש געגעבן דעם ליבשאפט פארן ווייב און קינדער.
2. גרויסע הינט נעמען אמאל איבער דעם גאנצען ענערגיע אינעם שטוב. (ס'פעהלט פונעם ראוג'קייט).
(3. ס'קאסט געלט פאר עסן. אויב גייט מען אוועק אהנעם הינטל פאר שבתים, וואקאציע'ס, קאסט עס געלט פארן הינט זיצער.)

כ'פלאן זיך נישט צו אטטעטשן עמאציענעיל צום הינט. ער וועט וואוינן אינדערויסן. כ'וועל הנאה האבן ביים שפאצירן ווען דעם הינטל לויפט פאראויס אמאל...
 
ס'הייבט זיך אן מיט א פשרה מיט'ן צדיקת אבער.....
 
דאס איז די נענסטע וואס מ'קען היינט צוקומען צו אתנן זונה...
 
כ'האב ליב באשעפענישן, די צדיקת האט ליב א הינטל, מ'גייט עס עווינטועיל קויפן בעז"ה. אבער ס'איז דא דאון סייד'ס.
1. ס'נעמט ארויס אסאך ענערגיע. כ'וואלט ענדערש געגעבן דעם ליבשאפט פארן ווייב און קינדער.
2. גרויסע הינט נעמען אמאל איבער דעם גאנצען ענערגיע אינעם שטוב. (ס'פעהלט פונעם ראוג'קייט).
(3. ס'קאסט געלט פאר עסן. אויב גייט מען אוועק אהנעם הינטל פאר שבתים, וואקאציע'ס, קאסט עס געלט פארן הינט זיצער.)

כ'פלאן זיך נישט צו אטטעטשן עמאציענעיל צום הינט. ער וועט וואוינן אינדערויסן. כ'וועל הנאה האבן ביים שפאצירן ווען דעם הינטל לויפט פאראויס אמאל...
דער אמת איז אז פארקערט, ווי מער דו וועסט ליב האבן דעם הינט'ל וועסטו מער קענען געבן ליבע צו דיין שותף, ס'איז נישט ווי עס נעמט אוועק עפעס פון איר, נאר ענדערש העלפט עס אנטוויקלען און ארויסווייזן ליבשאפט.

געלט קאסט עס טאקע, אבער ס'קומט נישט צו א צענטל פון וואס ס'קאסט אויסצוהאלטן א היימישע מיידל וואס פראדוצירט קינדער מיט אימפעט און ברויך האבן אלע לעיטעסט סטיילס פאר איר סורווייוול.
 
א וואוילע דאגי וואס האט נאכקיינמאל קיינעם נישט געטשעפעט, האט געהארגעט א בעבי, ווייל א הינט בלייבט א הינט.

View: https://youtube.com/shorts/B3J5V01MHOg?si=ISD2ipybCEM24mnw
איך האב גראדע אמאל געהערט פון א צוויי פיסיגע מאן/פרוי וועלכער האט אויך געהארגעט אנדערע, ווייל א מענטש בלייבט א מענטש
 
Back
Top