וועלוול קירשנבוים

איש פשוט

היימישער קרעמלער
זיך איינגעשריבן
יולי 30, 2024
מעסעדזשעס
66
רעאקציע ראטע
178
וועלוול קירשנבוים איז א געשמאקע יונגערמאן פון ארץ ישראל וואס קומט כסדר קיין חוץ לארץ, ער איז באקאנט פאר זיינע מאסאדזשעס וואס ער טוהט פאר פרנסה אבער אויך פאר די זיסע ווידיאוס וואס ער מאכט.
מיט א צייט צוריק האט ער ארויפגעברענגט א שמייכל ביי אסאך ווען ער האט זיך פארשטעלט ווי א נערווירענדע ארץ ישראל'דיגע ראש ישיבה וואס גייט נאך געלט ביי די מצוה טאנץ ביים חתונה פון א קינד ביי הנגיד ר' יואל לאנדא, און כסדר איז דא גיטע ווידיאוס וואס פארן ארום און ברענגט ארויף א שמייכל ביים עולם.
לעצטענס האט ער געעפנט א יוטוב טשעננעל און ער האט אנגעהויבן ארויסגעבן לענגערע ווידיאוס ווי א נסיעה קיין קערעסטיר ביים יארצייט מיט די גאנצע מצב דארט, א נסיעה קיין מירון ווען מ'האט אפיציעל נישט אריינגעלאזט און נאך.
יעצט האט ער אנגעהויבן א נייע סעריע "ירושלימער" און ער האט אנגעפאנגען מיט א אינטערוויאו מיט די באקאנטע יואליש קרויס פון מאה שערים.
די ווידיאו איז מורא'דיג גיט און געשמאק, וויפל איך האב שוין געהערט און געליינט איבער ר' יואליש קרויס איז דאס איבער אלעס, א געשמאקע שמועס איבער די קנאים מיט אינטערסאנטע מעשיות אין בכלל איבער זיין לעבן.

וועלוול קירשנבוים מיט יואליש קרויס רעדן אויף פוליטיקה - מאה שערים - און לעבן מיט 18 קינדער
 
ווי אזוי האט ער געהאט גאטס ביי יואלי לאנדא? - אין נארמאלע פלעצער וואלט מען אים פון די ערשטע מינוט ארויסגע'זרק'עט פון דארט...
 
ווי אזוי האט ער געהאט גאטס ביי יואלי לאנדא? - אין נארמאלע פלעצער וואלט מען אים פון די ערשטע מינוט ארויסגע'זרק'עט פון דארט...
ער איז מקורב צו יואלי ער האט שטארק נושא חן געווען ביי עם.

ער האט געזאגט פארדעם פאר די בדחן מאטי אילאוויטש אז ער גייט דאס טון און ער זאל מיטשפילען
 
ווען ער איז אנגעקומען, האט יואלי געוואוסט ווער דאס איז?
 
ווי אזוי האט ער געהאט גאטס ביי יואלי לאנדא? - אין נארמאלע פלעצער וואלט מען אים פון די ערשטע מינוט ארויסגע'זרק'עט פון דארט...
ער מיט גאטס זענען גאר גוטע פריינט...
ער האט נישט קיין פראבלעם מיט גארנישט...
 
ווי אזוי האט ער געהאט גאטס ביי יואלי לאנדא? - אין נארמאלע פלעצער וואלט מען אים פון די ערשטע מינוט ארויסגע'זרק'עט פון דארט...
יואלי איז זיין קאסטומער פאר מעסאדזשעס

עס איז לעצטעס געוועהן את בילד אין די צייטונגען ווי אזוי יואל לאנדא לערנו חברותא מיט דאכצעך הגר"ז קירשנבוים
 
ניין ביז ממש ביים סוף ווען איינער האט עם געזאגט
איך וואלט נישט געזאגט ביזן סוף....
מיטהאלטנדיג פון די נאנט די מעשה קען איך באשטעטיגן אז נאר די ערשטע פאר מינוטן האט ער נישט געוויסט.
 
איך וואלט נישט געזאגט ביזן סוף....
מיטהאלטנדיג פון די נאנט די מעשה קען איך באשטעטיגן אז נאר די ערשטע פאר מינוטן האט ער נישט געוויסט.
ווען האט מען עים געזאגט? מען זעהט דאך לייוו די גאנצע זאך קען מען זעהן ווי איינער זאגט עים?
 
ווען האט מען עים געזאגט? מען זעהט דאך לייוו די גאנצע זאך קען מען זעהן ווי איינער זאגט עים?
איך ווייס נישט. איך בין געווען בשעת מעשה לעבעדיג פארבינדן צו איינעם אין זאל, און ער האט געזאגט אז זיין ברודער שלום האט איינער פארציילט ממש גלייך, און ער האט געזאגט פאר יואלי.
 
איך ווייס נישט. איך בין געווען בשעת מעשה לעבעדיג פארבינדן צו איינעם אין זאל, און ער האט געזאגט אז זיין ברודער שלום האט איינער פארציילט ממש גלייך, און ער האט געזאגט פאר יואלי.
יא מאכט סענס מען זעהט ווי שלום רייסט זיך פאר געלעכטער ווי ער ווייסט...
 
ווער איז שלום, וואו זעט מען אים אין די ווידאו?
 
ווער איז שלום, וואו זעט מען אים אין די ווידאו?
וועלוול גייט קודם צו, צו שלום אים געבן מזל טוב ווי כאילו ער מיינט אז ער איז די מחותן, און ער ווייסט אויף יואלי אז ער איז די מחותן.
געב א קוק די ערשטע פאר סעקונדעס ווי אזוי ער גייט צום אויבן אן זאגן מזל טוב, וועסטו זעהן וואס איך מיין.
 
די עולם איז פארנומען דא מיט די אלטע ווידיאו ביי די חתונה.
קיקטס דעם נייעם ווידיאו מיט יואליש און איר וועט מיר באדאנקען נאכדעם.
ס'איז מורא'דיג געשמאק סיי וועלוול און סיי יואליש.
 
די עולם איז פארנומען דא מיט די אלטע ווידיאו ביי די חתונה.
קיקטס דעם נייעם ווידיאו מיט יואליש און איר וועט מיר באדאנקען נאכדעם.
ס'איז מורא'דיג געשמאק סיי וועלוול און סיי יואליש.
איך האב גערעדט צו וועלוול, און ער האט געזאגט אז א צווייטע חלק איז אויפן וועג!
 
די עולם איז פארנומען דא מיט די אלטע ווידיאו ביי די חתונה.
קיקטס דעם נייעם ווידיאו מיט יואליש און איר וועט מיר באדאנקען נאכדעם.
ס'איז מורא'דיג געשמאק סיי וועלוול און סיי יואליש.
די פרייליכקייט אויף יואליש׳ס פנים ווען ער ווייזט וועלוויל זיין דירה, וויאזוי 18 קינדער שלאפן אין א וואן בעדרום… דעיס טרעפט מען נאר אין מאה שערים.
 
די פרייליכקייט אויף יואליש׳ס פנים ווען ער ווייזט וועלוויל זיין דירה, וויאזוי 18 קינדער שלאפן אין א וואן בעדרום… דעיס טרעפט מען נאר אין מאה שערים.
יא. דו פרייליכקייט אין שטוב דארט איז מוראדיג.
א אינטערסאנטע קרישקע וואס איך האב מיטגעהאלטן.
איך האב באזוכט ביי אים אין שטוב פאר אפאר יאר צוריק, ווען איך האב באמערקט אויפן וואנט א בילד פון איינע פון די קינדער ווי אזוי ער שטייט ביים ציון פון ר' נחמן, געב איך אים א פרעג, וואס איז דאס? איך האב געמיינט אז ענק פארלאזן נישט דאס לאנד?! ענטפערט ער מיר '' מיין זון האט שטארק געוואלט זיין ביי זיין קבר, האב איך אים געמאכט א פָאטָא שַאפּ'', און אויפגעהאנגען אויפן וואנט.
 
די עולם איז פארנומען דא מיט די אלטע ווידיאו ביי די חתונה.
קיקטס דעם נייעם ווידיאו מיט יואליש און איר וועט מיר באדאנקען נאכדעם.
ס'איז מורא'דיג געשמאק סיי וועלוול און סיי יואליש.
איו די סוכות עמי מאגאזין איז דא א אינטערוויו מיט יואליש קרויס דורך שלומי זייענס, ס׳אויך זייער אינטערסאנט. לויט ווי ער פארציילט האט ער שוין געווען אויף אסאך ישראלי׳שע מידיא און עטליכע האבן שוין געפילמט אין זיין דירה.
 
Back
Top