איך האב שוין אסאך מאל געהערט איבער פארשידענע אידן פון אלע שיכטן אינערהאלב דעם חרדיש'ן ציבור 'יענער איז א קאווע שטיבל שרייבער' וכדומה, מענטשן וואס בעצם דינען זיי דעם סיסטעם למהדרין מן המדרין, וואלט געווען אינטערעסאנט, פאר די פאן שבו, (אויף וויפיל מ'קען בויען אויף די סארט פאולס) צו כאפן א בליק וועלכע סארט עולם ס'זיצען דא, ווער זענען אלס די אנגעווייטאגטע אידן וואס קומען זיך דא צאם זיך אויסצושרייען דאס וויי-געשריי קעגן די ביטערע גזירה וואס הייסט די 'סיסטעם'.