- זיך איינגעשריבן
- מאי 31, 2024
- מעסעדזשעס
- 957
- רעאקציע ראטע
- 4,276
אמת גערעדט האב איך אסאך מאל געטראכט אז די שידוך סיסטעם האט מיר "איינגעשפּארט" אין א מצב וואס כ'וואלט קיינמאל זיך נישט אויסגעוועהלט.
און ווען ס'געווען גרויסע טשעלענדזשעס אין מיין מערידזש פלעג איך גלייבן אז איך וואלט זיך שוין לאנג גע'גט ווען נישט וואס קינדער זענען אינוואלווד.
איך גלייב נישט אז ווען איך וואקס אויף אין א נארמאלע אופן וואלט איך בכלל באשלאסן צו האבן קינדער, בפרט נישט אין אזא יונגע עלטער - נאך איידער איך אליין בין אפילו געווען א ריכטיגע קינד.
אבער מיט די יארן האב איך איינגעזעהן אז איך האב בעסער אפגעשניטן ווי איך האב אפגעשאצט,
אוודאי קען איך נאר צוקומען צו אזא מסקנא ווייל
thank goodness, I have a good partner
ממילא ווען איך קוק זיך ארום אויף די לעבן וואס איך האב אויפגעבויט, I know I made the best of what I had
כאטש מיין פּארטנער און מיר, זענען character-wise הימל און ערד א חילוק.
אין אסאך areas זענען מיר אזוי פארשידן אז אפילו האפן צו פארשטיין דעם צווייטן אין די הינזיכט איז א ברכה לבטלה!
אבער גענוג זאכן זענען מיר אויף די זעלבע פּעידזש. אונזערע values זענען אסאך די זעלבע און ממילא האבן מיר געקענט נאך אסך אמפּערניש און אומגעהויערע טשעלענדזשעס אנקומען צו א פלאץ וואו מיר האבן איינגעשטימט מער ווייניגער אויפ'ן זעלבן מהלך אין חינוך (אין מיין עלטערן'ס שטוב איז אויך נישט exactly די זעלבע מיין טאטע און מאמע׳ס מהלך. ער איז שטרענגער, זי איז ווייכער, אבער צומאל קען מען פון אים באקומען וואס זי קען נישט געבן. סך הכל זענען קיין שום צוויי מענטשן נישט פונקט די זעלבע און ס'אסאך בעסער אזוי!)
פארוואס האב איך איינגעזעהן אז איך האב נישט אזוי שלעכט אפגעשניטן? חוץ מזה וואס איך בין lucky אז כ'האב א גוטע שידוך וואס מ'האט צוזאמען געקענט אויסארבעטן א גוטן אופן פון צוזאמען לעבן און האדעווען די קינדער, ווייס איך אויך ביי מיר אז איך בין א family person און כאטש איך וואלט נישט אויסגעוועלט חתונה צו האבן אויב וואלט איך געהאט א ברירה, וואלט עס אבער ביטער שווער געווען, פאר די טבע וואס איך האב (סיי אלס אינטראווערט און סיי אז מיין גאנצע חיות קומט פון קאנעקשן און לעבן אינאיינעם, אין א סופּארטיוו ענווייראמענט). איך זאג אז ס'וואלט געווען שווער ווייל איך וואלט אפשר געווען מער איבערגעטראכט און פארציטערט צו סיינען א marriage contract אבער וואו וואלט מיר דעיס געלאזט? אפשר וואלט איך געצאלט א טייערע פרייז און זיך געפייניגט וועגן דעם אין איינזאמקייט ס'רוב פון מיין לעבן (אוודאי איז דאס גילטיג ספעציפיש פאר מיר!)
נאר איך וואונדער זיך ווער נאך פילט אז צופעליג איז עס נישט א שלעכטע זאך אין זייער לעבן אז זיי זענען דורך די שידוך סיסטעם געצווינגען געווארן אויפצושטעלן א משפחה (איך ערווארט נישט איינעם וואס מוטשעט זיך מיט א ריזיגע שטוב פון צען קינדער זאל זאגן אזוי, אבער אויב האסטו האלב אדער ווייניגער פון דעם, און פרנסה געט מען זיך דערווייל אן עצה, וואלט איך זייער מכיר טובה געווען צו הערן ענקערע געדאנקען).
* איך האב אנגעשטעלט אז ווען דו וואוטסט זאל נישט ארויסקומען דיין ניק, בלויז דיין ענטפער.

לעצט רעדאגירט: