ווען איך בין געווארן געפייערט

פאטשיילע

היימישער קרעמלער
זיך איינגעשריבן
יולי 17, 2024
מעסעדזשעס
54
רעאקציע ראטע
130
איך וויל דא שרייבען א פערזענליכע מעשה וואס איז פארגעקומען מיט מיר אפאר יאר צוריק.

איך בין געוועהן א כולל אינגערמאן א חצי תמים און ויהי עס איז געוועהן איין טאג מען איז מחליט אז כולל איז שוין צי באורינג מען גייט ארבייטען, פיין כ׳האב געטראפען א דזשאב אין א ריטעיל סטאר מען איז פארנומען העלפן לאנגווייליגע פרויען זיך וועלען ווינדאו שעידס און פארדעם בין איך געווארען אונטער געשמירט מיט א סומע פון $18 דאלער א שעה.
למעשה נאך אפאר חדשים ארבייטען דארט האב איך געזעהן אז קיין כבוד אדער געלט גיי איך נישט מאכען דא, האב איך אנגעהויבען זיכן א ״נערמאלער״ דזשאב דהיינו א וועכענטליכע געהאלט און אויך עפעס א חשובערן טיטל, ובפרט אויב קען איך נאך הייסען מענדזשער וועל איך מיך נישט דארפן אזוי שעמען פאר מיינע חברים, נאכפרעגענדיג אביסל דא אביסל דארט האט מיר איינער אנגעטראגען א דשזאב פאר עפעס א איד וואס האט אסאך ריעל עסטעיט און ער מענעדשט עס אליינס, און וויבאלד ער האט שוין אזויפיל קרקעות קען ער שוין נישט זיין פארנומען מיט די טאגטעגליכע ענינים, ווי אויפשטאפן טוילעטס, פיקסן בוילערס, טוישען באלבס, פארטרייבען בינען, אפווישען וואסער פון א בילדינג וואס רעגענט אריין וכהיינו, און אויסטויש פאר דעם גיי איך באקומען ניין מאות א וואך און איך (באקרוין מיך אליינס) ווער א ריעל עסטעיט פארטפאליאו מענדזשער.
איך האב געכאפט דעם דזשאב מיט ביידע האנט, איך בין געווארען א גברא, א סופערמאן, א בחור צום טיש א שיינעם געהאלט מיט א שיינעם זעלבסט געגעבענעם טיטל, און גראדע בין איך גאנץ א הענדי טייפ מענטש, מילא האב איך אפילו הנאה געהאט פון די טוילעט געשטאפעכץ און בוילער געפיקסעכץ.
לא עברו ימים מועטים מען רעדט פון א קנאפע פאר וואכן, און מיין באסס רופט מיר אריין ״הער דיך צי פאטשיילע ביסט א פיינעם אינגערמאן, האסט גוטע מידות, ביסט באמת א פיינער, (או הא ס׳קומט א רעיז, ער האט שוין אנערקענט ווי א גוטע ארבעטער איך בין) אבער די ביסט נישט געמאכט פאר דעי ביזנעס…..
איך האב מיך גענומען לאכען… יא יא איך קען דעי דשאוק די ווילסט מיך דערשרעקן און נאכדעם קומט א סופרייז די רעיז….
זאגט ער מיר ניין ס׳איז נישט קיין דזשאוק איך בין זייער ערנסט.
אוי ביסטו א גוטע עקטער…לאל… בקיצור וויפיל איז די רעיז.
נישטא קיין רעיז, איך צאל דיך נאך צוויי וואכן פעיראול, און מארגען דארפסטו מער נישט אריינקומען.
דא האב איך געכאפט אז ס׳איז בכלל נישט קיין דזשאוק איך בין געהעריג געפייערט, wow האב איך געכאפט א שאק, איך האב עם אנגעהויבען פרעגן פארוואס ער פייערט מיך, ער האט מיך נישט געוואלט זאגן, איך האב מיך געבעטען ער זאל מיר זאגן ער האט נישט געוואלט זאגן, איך האב עם געזאגט אז די זאגסט מיר וואס איז מיין פראבלעים קען איך עס פיקסען אז די זאגסט מיר נישט קען איך גארנישט טועהן בקיצור ס׳נישט געוועהן צי ווען צו רעדן,
איך גיי ארויס פון אפיס אינגאנצען אין שאק, וואס זאג איך פאר מיין ווייב, וויאזוי באצאל איך מיין רענט, וואס זאג איך פאר מיינע חברים מיין גאנצע אידענטיטי איז געוועהן אז איך בין א (קלאמפישט) פארטפאליא מענעדזשער, איך האב געפילט ווי א אויסגעקלאפטער הושענה, א אנגעטרעטענע שמאטע, א אויסגעריבענע מילה, א אנגעשפיגענע חליצה און א אויסגעקוועטעשטע ארענדזש.
איך האב מיך געשעמט צי זאגן פאר מיין ווייב איך האב מיך געשעמט צי קומען אין סמעדריש, און צו דער זייט האט נאך אריינגעקלאפט די ענקזייעטי פון צאלן די בילס און ס׳נאך געוועהן די יום טוב סיזען מיט מער עקספענסעס, איך האב געפילט ווי א נער, און א לוזער.
בקיצור למעשה נאך א שטיק צייט איך האב מיך מסדר געוועהן מיט א נייע דזשאב, און איך האב מודיע געוועהן פאר מיינע חברים און מיין ווייב אז איך האב געבעטען מיין באסס א רעיז פון נאך פינעף הונדרעט דאלער ער האט עס נישט געוואלט געבען סא איך האב עם געדראפט, בקיצור מסדר געוועהן די געלט, מסדר געוועהן די בושות, איין זאך האט מיר נאר געעגבערט, פארוואס טאקע בין איך געפלויגען פון מיין דזשאב, אזוי איז אריבער אפאר יאר איך האב מצליח געוועהן אין א צווייטע פעלד, איינמאל קום איך מיט א גאנצע crew אין א פארק אונז האבן געוואלט אויספלאנירן א נייע אונטערנעמונג, אונז האבן זיך לאו דוקא געקענט איינער די אנדערע נאר בבחינת חבר מביא חבר, ווער ס׳האט געקענט נאך א טויגליכער אינגערמאן האט עם געברענגט, און ווען טרעף איך דארט מיינט עטץ? יא מיין באסס לשעבר, שוין איך זאמעל אן די קוראדזש און איך פרעג עם פארוואס האסטו מיר געווארפען דעמאלטס און ער האט זיך ארויסגעדרייט פון ענטפערען.
שוין זעהט אויס אז ס׳איז נישט געועעהן באשערט איך זאל וויסן.

פארוואס דערצייל איך עס וואס איז דער מוסר השכל? איך האב נישט קיין מושג, ס׳איז אפשר אינטערעסאנט פאר איינעם, אבער פאר מיר איז עס ישיחנה לאחרים.
 
הערליך באשריבן אן עקספיריענס פון לעבן, מיט די גאנצע עגא פעקעדש! וואלנערביל!

כ'נעם ארויס דערפון אז מ'קען ווערן געפייערט און נאך אלס זיין דעם געלונגענע @פאטשיילע 😍
 
עס זעהט אויס ווי דיין בעה״ב האט געמיינט אז ער איז א ראש הישיבה וואס ווארפט בחורים אן דארפן געבן א סיבה, אז די ווייסט טאקע נישט די סיבה איז א שאד צו אנהייבן טראכטן וואס די סיבה איז ווייל ס׳איז אין לדבר סוף, איך וואלט געזאגט אז ס׳איז שטארק מעגליך אז ער האט נישט געהאט די געלט צו באצאלן און ס׳האט אים נישט געפאסט צו זאגן די אמת אין פנים.

ווילאנג נאך די חתונה איז דאס געווען אז די האסט געהאט א פראבלעם צו זאגן פאר דיין ווייב די אמת פארוואס די האסט נישט קיין זשאב?
 
ס'קען גאר זיין אז דיין בעה"ב לשעבר האט דיך פשוט דורכגעזען און פארשטאנען אז דו דארפסט גיין פאר גרעסערע זאכן ווי אויפשטאפן ביה"כ וכדו'.
 
ס'קען גאר זיין אז דיין בעה"ב לשעבר האט דיך פשוט דורכגעזען און פארשטאנען אז דו דארפסט גיין פאר גרעסערע זאכן ווי אויפשטאפן ביה"כ וכדו'.
לייביש האט אן ענליכע עקספיריענס נישט ממש אזוי אבער א זי. אלס מענעדזעשר אין די פלענט ווי איך האב פארפיגט אויף אריבער 100 ספאנישע עבדים האב איך געגליכען די פארקינג לאט ווי די גרויסע טראקס זענען געשטאנען. מיט די ציגארעטן פלעיג דער גרויסער מענעדזשער לייביש היר"ה אריין בעקן און ארויס בעקן די טראקס. און מאכן זיכער אז אלעס איז דארט אונדערארדענונג. פתאום באקום איך א קאל אויף די אינטערקאם פון דעם בעה"ב סעקרעטאר מר. לייביש פליז קאם טו די פראנט אפי.

מיט שנעלע טריט א געהויבענע קאפ לויף איך מן הסתם דארף דער בעה"ב אן עצה אויף עפעס וואס האט אט פאסירט מיט א קאסטאמער אדער אן ארבעטער א טראק דרייווער וכו' לְמִי יַחְפֹּץ הַמֶּלֶךְ לַעֲשׂוֹת יְקָר יוֹתֵר מִמֶּנִּי?

אבער איך קום אריין צו בעה"ב אין אפיס און איך זעה איהם נישט אויף הייבן דעם שרביט הזהב צו מיר, ער איז בכלל נישט כתמול שלשום. מיט שטרענגע דימינער קוקט ער אויף מיר. און זאגט איך גיב דיר היינט נאטיס דא האסטו דיין ענוועלאוף און גיי גיב מיר די מעגעניט פאר די טירן און לחיים ולשלום זייער אנגענעם זיך צו בעקענען אבער פאר מיין געשעפט ביסטו נישט געאייגנט.

וואס איז, איך ווייס נישט עד היום. די דאונן גרעיד וואס איך האב געשפירט אין יענע תקווה איז נישט מעגליך צו באשרייבן דאס זענען הרגשים וואס איך וועל נישט קענען אויף פאפרי דריקן (איך מיין די פאפיר קען דאס נישט סובל זיין עס איז העכער פון זיינע כוחות)

אפאר יאר שפעטער טרעף איך דעם בעה"ב, מאכט זיך באטעמט און פרעיגט מיר נא, בין איך געווען א גוטע רבי ? זאג איך איהם זייער אבער איך פארשטיי נאך אלץ נישט וואס איז געשעהן פון איין סקונדע צום צווייטן זייענדיג די באליבטע און ארויף געקוקטע פלענט מענעדזשער בין איך געווארן ארויס געווארפן ווי א שוויין, א מצורע מוחלט, מה עוויתי, ומה חטאתי?

בוסט דאך מצליח היינטיגע טעג, יא, טא פארוואס קוקען אויף צוריק ?

אין אדם עומד על דעת רבו עד ארבעים שנה. ממילא וועל איך נאך דארפן ווארטן אפאר יאר צו פארשטיין זיין חשבון

 
לעצט רעדאגירט:
@פאטשיילע איך פארשטיי די בושה פון נישט וועלן רעדן מיט ס'ווייבל בפרט אז מ'רעדט קארץ נאכן הייראטן איר, אבער דאך מען דארף אלעמאל זיין אפען און בפרט און א זמן וואס האסט געדארפט אירס און דיינע חבריםס validation און חיזוק

זאל עס נאכאמאל נישט געשעהן אבער נעם עס און באטראכט
 
@פאטשיילע איך פארשטיי די בושה פון נישט וועלן רעדן מיט ס'ווייבל בפרט אז מ'רעדט קארץ נאכן הייראטן איר, אבער דאך מען דארף אלעמאל זיין אפען און בפרט און א זמן וואס האסט געדארפט אירס און דיינע חבריםס validation און חיזוק

זאל עס נאכאמאל נישט געשעהן אבער נעם עס און באטראכט
איך האלט נישט אז מען דארף אריינמישען די ווייב אין די פרנסה אנגעלעגענהייטען, זי דארף וויסן אז ס׳איז דא א מאן אין שטוב און ער נעמט קעיר פון איר.

אויב א ווייב קען זיך נישט פארלאזן אויף איר מאן, דעמאלטס טוט זי זיך אן די הויזען און אך און וויי פאר א מאן וואס זיין ווייב איז בהע״ב.
 
איך האלט נישט אז מען דארף אריינמישען די ווייב אין די פרנסה אנגעלעגענהייטען, זי דארף וויסן אז ס׳איז דא א מאן אין שטוב און ער נעמט קעיר פון איר.

אויב א ווייב קען זיך נישט פארלאזן אויף איר מאן, דעמאלטס טוט זי זיך אן די הויזען און אך און וויי פאר א מאן וואס זיין ווייב איז בהע״ב.
נישט אריינמישען לפועל אבער אויך נישט ליגענט זאגן איבערן פארלירען א job
 
אז מען רעדט דא פון פארלירן א דזשאב און אריינמישן די ווייב אין פרנסה אנגעלעגנהייטן, דערמאן איך מיר א געשיכטעלע.

איך האב נישט געארבייט פאר א בעה"ב איך בין געווען אליינס בעה"ב, און איך האב געארבייט אויף א דיעל, חדשים לאנג, און הודו לשם, איך האב עס באקומען. איך געדענק נאך ביז היינט גענוי די סכום פון די פראפיט. עס איז געווען 95 אלפים.

היינט זייענדיג ב"ה סוקסעפול, איז עס נאך אלס א ריזן סכום, כל שכן דאן, מען רעדט בערך אכט ניין יאר צוריק, איך בין נאך געווען היבש א בעגינער, איך בין געווען אין זיבעטן הימל.

למעשה, נישט נוגע צופיל דיטעילס, אבער נאך א חודש צוויי האט דער קאסטומער מחליט געווען אז ער ציט צוריק. דאס האט געמיינט פאר מיר א פארלוסט פון כמעט הונדערט אלפים, חדשים ארבייט, און א פאנטאסטישע זעץ פאר מיין עגא.

איך בין ארויסגעקומען יענע וויקענד אין קאנטרי, אנגעזעצט און באטראפעצט איז א מילדע שילדערונג פון מיין מוד יענע טעג.

אבער מיין ווייב האט נישט אנגעהויבן צו וויסן....

עס האט מיר נישט געפאסט צו פארציילן, סיי די דורכפאל, און אויך האט מיר נישט געפאסט כאילו איך דארף חיזוק פון איר.
און נאך א נקודה, איך האב מיר אליינס איינגערעדט אז בעצם טו איך עס פאר איר בענעפיט, אז זי זאל נישט דארפן זארגן איבער פרנסה, ווייל איר מאן נעמט קעיר פון אלעס.....

איך האב מיר געוואלט אריינלייגן אין בעט גראד פון דאנערשטאג נאכט ביז זונטאג נאכט און דורכשלאפן דעם גאנצן וויקענד.
איך האב נישט געהאט די קאפ און די נערוון צו העלפן מיט די קינדער, די קאשמארן קומען מיר יעצט ארויף בשעת איך שרייב די מעשה....

פארשטייט זיך אז זי האט נישט געקענט פארשטיין וואס איז מיט איר מאן געשעהן, נישט דא געווען א גאנצע וואך און ער קען נישט צולייגן א האנט?

איך האב דאן בחוסר ברירה איר פארציילט, נישט אלע דיטעילס, איך האב איר געזאגט, הער אויס, איך האב געהאט א ביטער שווערע וואך, איך האב פארלוירן א ריזיגע דיעל, איך קען פשוט נישט גייסטיש צולייגן א האנט, וועסט מיר מוזן מוחל זיין.
איך האב נישט געוואלט אריינגיין אין צופיל דיטעילס ווייל איך האב איר נישט געוואלט דערשרעקן, איך האב געוואלט זי זאל האבן פינאנציעלע סטאביליטעט.

למעשה, האב איך אנגעהויבן רעדן, און עס האט געפילט אזוי גוט עס צו קענען ארויסרעדן פון הארץ, אז איך האב גערעדט און גערעדט און גערעדט, זי איז געווען אזוי סופארטיוו און קאמפארטינג, אז בלויז דאס שעירן אליינס מיט איר האט מיר געהאלפן ארויסקריכן פונעם לאך, און קענען ווייטער פאקוסירן אויף ביזנעס.


יעצט אזוי, איך ווייס אז נישט יעדע ווייב איז די זעלבע, אבער אמאל קען זיך אויסרעדן צום פרוי, אפילו עס איז נישט אזוי גרינג און בעטעמט קען גרינגער מאכן דאס לעבן.


דזשאסט צו פינישן די סטארי אן עי גוד נאוט, יענע קאסטומער איז היינט צוטאגס פון מיינע בעסטע קאסטומערס, איך האב שוין במשך די יארן געמאכט פון יענעם איד היבש מער ווי איך האב דעמאלסט פארלוירן. ער האט מיר אמאל ביי א געלעגנהייט געזאגט, אז ער האט געזעהן וויאזוי איך האב געהאנדלט מיט אים נאכן צוריקציען פונעם געשעפט, האט ער מחליט געווען אז אין די פיוטשער ווען ער וועט דארפן מיין סערוויס וועט ער נוצן נאר מיר און נישט די קאמפעטישן.

הצלחה אלע אידן
 
Back
Top