- זיך איינגעשריבן
- אפר. 15, 2025
- מעסעדזשעס
- 329
- רעאקציע ראטע
- 1,763
- פונקטן
- 213
ווער בין איך?
אויפוואקסענדיג ווי יעדעם אין א רידזשיד סיסטעם, אין חדר ווי מען האט געדארפט רשות צו גיין אין טוילעט, עטוואס לייכטער אין ישיבה קטנה ווי מען האט שוין געמעגט טרינקען קאפי אינמיטן סדר, און נאך גרינגער ווען אין ישיבה גדולה ווען מען האט שוין געמעגט רייכערען באהאלטענערהייט, אבער די קאמענ-דענאמימעטער איז אז טאג-טעגליך האט מען אונז געזאגט וואס צי טוהן אויף טריט און שריט - לאו דוקא א שלעכטע זאך - אוו עס איז געווען א גאנצע צייט קלארקייט, יעצט דארף מען אויפשטיין, יעצט דארף מען גיין אין מקוה, דאווענען, לערנען, עסן וכו׳ וכו׳ און אפילו ווען מען האט נישט געפאלגט אדער רחמנה לישיזבן געמאכט טראבל, דאך איז קלארקייט געווען, אז בעצם דארף איך אדער טאר איך טון אזוי און איך גיי יעצט טון פארקערט, פיין און וואויל.
עד שקפץ עליו רוגזה של ישיבה-לאלטע-בחורים, איך בין ארויס פון ישיבה גדולה און אריין אין א מושב זקינים פון אלטע בחורים, קיינער האט מיר נישט געזאגט וואס איך דארף צי טוהן אדער איך טאר נישט טוהן, עס איז געווען א דארמיטארי, א בית מדרש און א לאנטשרום, און יעדער האט זיך געקענט וועלן, אויב און ווען ער וויל זיין אין איינע פון די מקומות.
פאר די ערשטע וואך בין איך געווען זייער עקסייטעד, אראפ מיטן משגיח, קיינער זאגט מיר נישט וואס צי טיוה, איך בין פריי, איך בין ממש שיכור געווארן פון פרייהייט, איך בין געווען אויף א גאנצע נאכט גערייכערט און געשפילט שש-בש (פאפולערע געים אין ישראל, אין אמעריקא זעהט מען נאר אלטע רוּסן עס שפילן) און פּאוקער, פארשטייצעך עס גייט נישט אן קיין נרגילה און רעדן שמוץ. און בייטאג איז מען געגאנגען זיך דרייען אויף רחוב יפו, געגאנגען אינעם אומגעפילטערטען קיאסק און געוואטשט די באקאנטען אדמו״ר וואס הייבט זיך אן מיט א פּ׳ און ענדיגט זיך מיט א ן׳, בקיצור אביסל ארומגעחזרט מיט אפאר בחורים, דערנאך געפארן קיין תל אביב צום ביטש, געפראסען שווארמע אין רעסטוראנטן, פרובירט צי פלירטו מיידלעך, וואס מיט מיינע חסידישע נישט-פלירטן סקילס האבן זיי זיך אלעמאל דערשראקן און אפגעיאגט פון שטח, געגאנגן אין שוּק אויפ איז מען געגאנגן אביסל קעמפינג בקיצור מען האט געהאקט א לעבן בלע״ז.
נאך צוויי דריי וואכן איז דעי לייפסטייל שוין נמאס געווארן, און איך בין געבליבען אין בעט פאר אפאר וואכן. איך האב פשוט נישט געהאט קיין סיבה ארויסצוקומען, איך האב גערייכערט אין בעט, געדאוונט אין בעט, געהערט מיוזיק, געשמוסט און בעיקר געשלאפן רוב טאג, אן קיין גוזמה איך בין געשלאפן אזא אכצן שעה א טאג, איך בין נאר ארויסגעקומען פאר בית-כיסא און צינעמען אביסל שירים פון לאנטשרום, צוריק צי מיין צימער און געגעסען אין בעט.
דעיס איז אנגעגאנגען אזא צוויי דריי וואכן, ביז עס האט מיר געכאפט, ווער בין איך? וואס טוה איך? פארוואס בין איך דא? פארוואס לעבט מען בכלל? פארוואס בין איך א איד? פארוואס בין איך בכלל געבוירן? איך האב שוין נישט קיין משגיח אויסצישפילן! אלע טראבל און האצקערייען האב איך שוין געטון! ליגן אין בעט רוב טאג האט נישט קיין טעם! איז וואס יא?
איך בין נישט געווען דעפרעסט, איך האב פשוט געפילט א ליידיגקייט, א נישטיגקייט, גארנישט מיינט נישט עפעס. (איך מיין די פענסי חברה רופן עס ניהעליזם) עס איז נישטא קיין וואס, פארוואס, ווען און אויב. נישטא קיין נעקסטע לעוועל, איך האב געפילט ווי איך בין אריין געפאלן אין די תוהו ובוהו ורוח כלבין מרחפת על פני המים, איך בין געווארן פארלוירן און פאר׳ספק׳ט, נעכטן היינט און מארגן איז אלעס די זעלבע, רייכערען איז שוין נישט איטערעסאנט, מאוויס איז שוין נישט אינטערעסאנט, בקיצור א טויטע מענטש אין א לעבעדיגע גוף.
דעי פילינג האב איך יעצט צוריק באקומען ווען איך האב געהערט דעם ניגון, עס האט מיר צוריק געברענגט צי יענע תקופה.
View: https://youtu.be/b_90-7Qm60A?si=9sNfqwSiF8MzeAJX

לעצט רעדאגירט: