- זיך איינגעשריבן
- אוג. 8, 2024
- מעסעדזשעס
- 435
- רעאקציע ראטע
- 1,382
א ניק אויף אייוועלט האט אמאל געטענה'ט א ראיה אויף די ריכטיגקייט פון אמונה, אז מ'זעהט אז ס'איז איינגעבויט אינעם מענטש א צורך צו גלייבן אין א העכערע כח.
אין א אינטרעסאנטע סייד נאוט: שטודיעס ווייזן אז אזויפיל ווי 80 פראצענט פון די וועלט, גלייבן אין א העכערע כח. אין אמעריקע גלייבן 70 פראצענט פון די בירגער אין א העכערע כח, אין די אייראפעישע לענדער איז עס ווייניגער, אין די לענדער וואס זענען מער מערב (ווי נארוועגיע, שוועדן, האלאנד און דייטשלאנד) איז עס צווישן 30 און 50 פראצענט, אין די לענדער וואס זענען מער מזרח (ווי פוילן, שפאניע, און פארטוגאל) איז עס צווישן 60 און 80 פראצענט וואס גלייבן. אינצווישן איז דא ענגלאנד און אונגארן און נאך, וואס צווישן 50 און 60 פראצענט גלייבן. און אין די מידל איסט לענדער ווי אויך אפריקע און אזיע, גלייבן צווישן 80 און 90 פראצענט פון די איינוואוינער אין אן העכערן כח.
איך האב עם דעמאלטס געוואלט פרעגן, און אויב זעט מען אז ס'איז איינגעבויט אינעם מענטש א צורך פאר ס'ס, איז עס א ראיה אין די אמת'דיגקייט פון ס'ס?
לעצטנס האב איך מיך אנגעשטויסן אין א טוויט פון א רעכטער ווארטזאגער אין ישראל (כ'געדענק אז ס'איז געווען יותם זמרי, אבער כ'טרעף עס נישט יעצט, קען זיין ס'געווען א צווייטער פון זיינע חברים) וואס האט געטענה'ט דאס פאלגענדע:
מ'זעהט אז אין די לינקע לאגער (אין ישראל) הערשט א געוואלדיגע יאוש, און הארץ עסענישן. ממש, לינקע חברה טענה'ן אז זיי האלטן ממש נישט אויס די לעצטע שטיק צייט אין ישראל, מיט די מלחמה, די חטופים וכו', זיי שלאפן נישט געהעריג, זיי עסן נישט געהעריג וכו'. פון די צווייטע זייט הערן זיי נישט אויף צו חוזק מאכן פון ערוץ 14 און פון די תוכנית הפטריוטים בפרט, וואס לפי די לינקע לעבן זיי אין א יקום מקביל, ווי די לעבן גייט גוט, און די מלחמה באמט אוועק, וכדו'.
טענה'ט דער רעכטער חברה'מאן, אז דאס קומט וויבאלד די לינקע וואס גלייבן (על פי רוב) אין גארנישט, ווען ס'קומט א עת צרה, קענען זיי נישט קומען צו זיך, זיי פארלירן זיך אינגאנצן. זיי האבן נישט אויף וועם זיך צו פארלאזן, זיי שפירן ווי זייער וועלט ווערט ממש חרוב, ואין לאל ידם צו טוען עפעס פאר דעם. משא"כ די רעכטע וואס גלייבן (על פי רוב) אין אן העכערן כח (צו זאל עס זיין ג-ט, צו אין אנדערע סארטן כוחות), אפילו ס'איז טאקע א משונה'דיגע שווערע צייט, וועלן זיי זיך מחזק זיין מיט וואס זיי קענען, און פרובירן אנצוגיין.
און דער רעכטער האט ווייטער געשריבן, אז דאס איז געווען די כח פון די אידן אלע דורות, וואס האבן איבערגעלעבט כל מיני יסורים און רדיפות, וויבאלד זיי האבן געגלייבט אין ג-ט ב"ה, האבן זיי געהאט א כח זיך אנצוהאלטן, א כח צו גיין ווייטער, טראץ אלע שוועריגקייטן, און דורך דעם האבן זיי איבערגעלעבט.
ווען כ'האב געליינט די טוויט, האב איך מיך אויסגעלאכט. טאקע זייער שיינע ווערטער, און א שטארקע חיזוק אין אמונה, אבער א לאנד קען מען נישט אזוי פירן. אקט' 7 איז געשען טאקע בשעת א ממשלת ימין על מלא, וואס רובם גלייבן אין ג-ט. און בכלל אמונה איז נישט קיין וועג וויאזוי מ'קען פירן א קריזיס, מ'קען זיך נישט פארלאזן אויף ניסים, ווען ס'שמאכטן 101 חטופים אין עזה, וכן הלאה, וכן הלאה.
ווען כ'האב מיך אבער דערמאנט אין מיין אויבן דערמאנטן קושיא וועגן ס'ס, האב איך פארשטאנען. די אמת איז אז די צורך פון די ברואים צו ס'ס, איז א פשוט'ע וועג וויאזוי די וועלט קען אנגיין, וויאזוי ס'קומען פרישע דורות, וכן הלאה. אין אנדערע ווערטער אז מ'רעדט לפי עוואלוציע, אז די וועלט איז אויסגעשטעלט צו סורווייון, וועט זיין א שטארקע צורך פאר ס'ס כדי די וועלט זאל אנגיין.
די זעלבע זאך איז מיט גלייבן אין אן העכערן כח. די וואס גלייבן אין אן העכערן כח, וועלן אנגיין אין אלע שוועריגקייטן וואס איז נאר דא אויף די וועלט. משא"כ די וואס גלייבן נישט, וועלן ענדערש פארפאלן גיין, און טאקע נישט אראפברענגען קיין קינדער אין דעם אכזריות'דיגן וועלט וכו'. דאס הייסט אז גלייבן אין אן העכערן כח איז טאקע א צורך אריינגעבויעט אינעם מענטש, כדי די וועלט זאל אנגיין.
אין אנדערע ווערטער כדי די וועלט זאל אנגיין, דארפן מענטשן גלייבן אין אן העכערן כח.