וואס האלטסטו אויף די שדכנ׳טע אויף TV?

אנטוישטער יונגערמאן

אלטגעזעסענער קרעמלער
וועטעראן
זיך איינגעשריבן
מאי 31, 2024
מעסעדזשעס
605
רעאקציע ראטע
2,172
איך האב נישט געהאט געדולד צו וואטשן Jewish Matchmaker אויף נעטפליקס ווען ס׳איז ארויסגעקומען, ווייל ס׳האט מיר פשוט נערווירט ווי געספוילט די היינטיגע אמעריקאנע יונגווארג וואס קומען צו איר אויפ׳ן שוי (אדער בעסער געזאגט vain)

אבער דעי אינטערוויו מיט די באוואוסטע שדכנ׳טע איז מיר דוקא יא געפאָלן*, בפרט ווען איך קלער זיך: הלוואי בקרוב ביי אונזער עולם הייבט מען אָן טון אזעלכע מין matchmaking

View: https://youtu.be/7XpTik4va2k?si=xCoj6M9m2LCd1UPa

*(כאטש געוויסע זאכן וואס זי האט געזאגט וועגן חסידים איז אפשר אומוויסנד)
 
כהאב נאכנישט געהאט קיין נערווען דאס אויסצוהערן
אבער איר שוי האב איך געקוקט אביסל און סמיר זייער געפאלן איין מוסר השכל
בשעת וואס ביי אונז קוקט מען אפשר נישט גענוג אויף די בחור/מיידל אליין נאר מאיז ביזי קוקן אויף די גאנצע ארום משפחה, לבוש, חסידות וכו'
איז ערגעץ אנדערש נישט בעסער
חוץ אויב די האלטסט אז מעסטן ווי דיק די אויגן ברעמען זענען, איז בעסער.

אבער בעצם גלייך איך נישט אזעלכע שוי'ס ווייל סנישט עכט שייך צו פארשטיין אן קענען די קאמוניטי פון אינעווייניג
 
Back
Top