וואס האסטו געמיינט?

אנטוישטער יונגערמאן

אלטגעזעסענער קרעמלער
וועטעראן
זיך איינגעשריבן
מאי 31, 2024
מעסעדזשעס
605
רעאקציע ראטע
2,172
האסט אמאל געהאט אזא מיספארשטענדעניש וואס עסט דיר אויף דאס הארץ? ווען איינער האט בכלל נישט געכאפט וואס דו האסט געמיינט און דיר שלעכט פארשטאנען און באשולדיגט אז דו האסט אים באליידיגט/מיאוס אויפגעפירט צו אים

ווערן accused איז די טיפסטע וואונד ביי מיר

פארדעם טאקע האב איך אזוי ליב די ערשטע season פון @ISaidThisYouHeardThat

ווען איך בין אויפגעוואקסן איז פסיכאלאגיע געווען ממש אסור. מ׳האט חוזק געמאכט דערפון און אריינגעהאקט אין קאפ ביים עולם אז ס׳איז א שרעקליכע זאך

האב איך אבער א געוואלדיגע תאוה צו פארשטיין און זיך דערגרינטעווען צו די סיבות פארוואס מענטשן פירן זיך וויאזוי זיי פירן זיך (מיר אינקלאָדעט).

די עונג שבת (ווער געדענקט די אויסגאבע נאך פאר מעלות איז ארויסגעקומען? ס׳געווען דאכצעך די ערשטע קאמפּעטישן מיט באלייכטונגען)
זיי האבן געהאט א קנאקעדיגע ארטיקל ״ווי אין א סדום׳ער בעטל״ טאקע געשריבן דורך די מחברת פון מעלות מרת. יונגרייז און די זיסע טעם ליגט מיר נאך אין מויל. איך האב זיך באלעקט די פינגער ווי גוט זי האט אראפגעלייגט יעדע פון די 9 enneagram נאטורן און זאפטיג אריינגעפארן די מלמדים/עלטערן וואס פרובירן מיט צוואנג אריינצופאסן יעדן אין זעלבן סדום׳ער בעטל - נישט קיין חילוק זיין תכינת הנפש…

כ׳האב שפעטער געשאפט דעם עניאגראם ביכל אבער ס׳געווען צו קאמפליצירט פאר מיר. אבער ווען ס׳געווארן צושפרייט אנליין די 16 personality test האב איך זיך אוודאי צוגעכאפט דערצו (און איך הער אז רוב גרויסע ביזנעסער אין די וועלט פארלאנגען שוין היינט פון יעדע קאנדידאט בעפאר זיי הייערן אים אויסצופילן וועלכע פּערסענאליטי זיי זענען כדי צו וויסן אויב זיי זענען צוגעפאסט פאר די ארבעט

איך בין נייגעריג ווער פון די חברים דא האבן בכלל א געשמאק אין די נושא פון דערגיין זייער אייגענע תכינת הנפש (ווי אויך זייערע נאנטע׳ס)

ווארענונג: די פאלגנדע קליפ קען אפשר זיין זייער טריגערינג אויב אלס קינד האט מען דיר נישט פארשטאנען און דיינע עלטערן האבן (אי בשוגג אי במזיד) דיר עביוזט
View: https://m.youtube.com/watch?v=nq-qT6oKGY0&t=96s
 
לעצט רעדאגירט:
אויב איינער וויל זעהן א קורצע איבערבליק פון די ניין enneagram פּערסענאליטיס, האב איך געטראפן דעיס אויפ׳ן געוועב
 
בייגעלייגטע פיילס

  • 2DD73D8D-67E4-44A6-B9EA-089CF72A3BC5.jpeg
    2DD73D8D-67E4-44A6-B9EA-089CF72A3BC5.jpeg
    522.9 KB · געזען: 22
האסט אמאל געהאט אזא מיספארשטענדעניש וואס עסט דיר אויף דאס הארץ? ווען איינער האט בכלל נישט געכאפט וואס דו האסט געמיינט און דיר שלעכט פארשטאנען און באשולדיגט אז דו האסט אים באליידיגט/מיאוס אויפגעפירט צו אים

ווערן accused איז די טיפסטע וואונד ביי מיר

פארדעם טאקע האב איך אזוי ליב די ערשטע season פון @ISaidThisYouHeardThat

ווען איך בין אויפגעוואקסן איז פסיכאלאגיע געווען ממש אסור. מ׳האט חוזק געמאכט דערפון און אריינגעהאקט אין קאפ ביים עולם אז ס׳איז א שרעקליכע זאך

האב איך אבער א געוואלדיגע תאוה צו פארשטיין און זיך דערגרינטעווען צו די סיבות פארוואס מענטשן פירן זיך וויאזוי זיי פירן זיך (מיר אינקלאָדעט).

די עונג שבת (ווער געדענקט די אויסגאבע נאך פאר מעלות איז ארויסגעקומען? ס׳געווען דאכצעך די ערשטע קאמפּעטישן מיט באלייכטונגען)
זיי האבן געהאט א קנאקעדיגע ארטיקל ״ווי אין א סדום׳ער בעטל״ טאקע געשריבן דורך די מחברת פון מעלות מרת. יונגרייז און די זיסע טעם ליגט מיר נאך אין מויל. איך האב זיך באלעקט די פינגער ווי גוט זי האט אראפגעלייגט יעדע פון די 9 enneagram נאטורן און זאפטיג אריינגעפארן די מלמדים/עלטערן וואס פרובירן מיט צוואנג אריינצופאסן יעדן אין זעלבן סדום׳ער בעטל - נישט קיין חילוק זיין תכינת הנפש…

כ׳האב שפעטער געשאפט דעם עניאגראם ביכל אבער ס׳געווען צו קאמפליצירט פאר מיר. אבער ווען ס׳געווארן צושפרייט אנליין די 16 personality test האב איך זיך אוודאי צוגעכאפט דערצו (און איך הער אז רוב גרויסע ביזנעסער אין די וועלט פארלאנגען שוין היינט פון יעדע קאנדידאט בעפאר זיי הייערן אים אויסצופילן וועלכע פּערסענאליטי זיי זענען כדי צו וויסן אויב זיי זענען צוגעפאסט פאר די ארבעט

איך בין נייגעריג ווער פון די חברים דא האבן בכלל א געשמאק אין די נושא פון דערגיין זייער אייגענע תכינת הנפש (ווי אויך זייערע נאנטע׳ס)

View: https://m.youtube.com/watch?v=nq-qT6oKGY0&t=96s
BTW פון דעם ארטיקל ווייזט אויס אז דיין תכונת הנפש איז INTP
ווערן accused איז די טיפסטע וואונד ביי מיר
דאס קומט דעם Fe inferior function
 
צו אריין גיין טיפער און זיך אויסלערנען ווי צו קענען טייפן גיי דא CSJoseph.life
 
BTW פון דעם ארטיקל ווייזט אויס אז דיין תכונת הנפש איז INTP

דאס קומט דעם Fe inferior function
גראדע נישט
די I האסטו צוגעטראפן אבער איך האב נישט קיין N אדער T
ס׳זייער אינטרעסאנט איינמאל מ׳לייגט זיך אריין אין די שטודיע פון Strength Finders (איך האב עס נישט געלערנט, אבער) איינער וואס איז גוט באהאוונט דערין האט מיר מסביר געווען ס׳נישט קיין סטאגנאציע- ס׳קען אמאל זיין interchageable די אותיות וואס רעפרעזענטירן צ.ב.ש. די סטראטעגיע
so אמאל פלעג איך זיין א J אבער היינט בין איך טאקע א P

פונקט ווי יעדע מעלה האט א חסרון (און יעדע חסרון האט א מעלה) אזוי אויך פסיכאלאגיע האט א dark side אויך.

אויב ניצט מען עס צו לעיבּלען מענטשן כאילו מ׳ווייסט שוין פונקטליך אלעס וועגן זיי ווייל מ׳קען זיך אויס דערין - ברענגט עס נישט געוואונטשענע רעזאלטאטן (איך פלעג אסך דורכפאלן מיט דעם. מיין מאמע פלעגט זאגן: דו מיינסט דו האסט שוין איינגעשלינגען דעם קאַרפּן קאָפּ 😂)

מיט פסיכאלאגן בין איך זייער פארזיכטיג נישט צו געטרויען אבי וועמען וואס האט א דעגרי ווייל תחלית הידיעה שלא נדע. אויב ווייסן זיי אז זיי ווייסן נאכנישט אלעס און זענען openminded צו פארשטיין אז יא, זיי האבן אסך ידיעות - אבער זייער פאציענט איז דורכגעגאנגען אין זיין לעבן וואס זייערע ביכער קען זיי נישט לערנען, און זיי מוזן האבן הכנעה צו פארשטיין אז זיי זענען דא צו באגלייטן דעם מענטש נישט חלילה איינטיילן און זאגן דעות וועגן יענעם׳ס מצב וואס זיי קענען זייער ווייניג משיג זיין- אויב איינער האט אזא צוגאנג - מיט הארץ און פארשטענדעניש, דעמאלס ווייס איך אז איך קען זיי רעקאמענדירן.
 
גראדע נישט
די I האסטו צוגעטראפן אבער איך האב נישט קיין N אדער T.
סארבעט נישט אזוי סאיז זייער א טיפע טעאריע יעדער מענטש האט 8 פונקציעס אין מח און סנישט T אדער N יעדער האט אלע אכט סאיז נאר די שאלה אין סדר.
די קוד אליין INTP האט בעצם וויניג מיינונג

סאיז דא די פסק'ענען Judging פונקציעס ווי Thinking און Feeling און די בליק perception פונקציעס ווי Sensing און Intuition
יעצט יעדער פון זיי האט צווי אופנים אן Extroverted function אדער א introverted function
און יעדער מענטש האט אלע קומט אויס אכט פונקציעס אין די מח
און דא האסטו ווי אזוי מען באציעט צו די נעמען באותיות
T = Thinking
F = Feeling
S = Sensing
N = Intuition

e = Extroverted
i = Introverted

* לדוגמה Ti באדייט introverted Thinking

און למשל אן INTP האט עס אין דעם סדר
Ti
Ne
Si
Fe
Te
Ni
Se
Fi

סאיז א ריזיגע לימוד ואין כאן המקום להאריך
 
גראדע האט עס פאר מיר גאנץ גוט צוגעטראפן, און מיין משפחה האבן אויך געפילט אז זייערע רעזאלטאטן זענען צום פינטל צוגעטראפן זייערע אייגנשאפטן און נטיעות

איך בין נייגעריג וואס דו קלערסט וועגן די
6 טייפּס working genius
פון Patrick Lencioni
 
צו אריין גיין טיפער און זיך אויסלערנען ווי צו קענען טייפן גיי דא CSJoseph.life
במחילת כבודך, איך פארשטיי נישט וויאזוי דו קענסט רופן די אויבנדערמאנטע לינק גרינטליך ווען ס׳איז ממש פארקערט: זיי האבן קוים געגעבן א געציילטע פּאָר שאלות און גלייך געשפרינגען צו א מסכנה וואספארא טיפ איך בין 😂

אפשר האסטו געמיינט צו זאגן אז זיי זענען גרינטליך מיט די לענגערע הסבר וואס זיי געבן אינ׳ם ווידיאו מסביר צו זיין אלע צווייגן פון די געוויסע טיפ וואס זיי וועהלן אויס פאר דיר

אבער ס׳איז לגמרי נישט גרינטליך ווען ס׳קומט צוצופאסן צו יעדן מענטש וואס איז די מערסטע אקוראט זייער טיפ לכאורה -

די 16 personalities לינק וואס איך האב צוגעצייכנט אויבן זענען גאר גרינטליך מיט אן עקסטענסיוו אינטערוויו זיכער צו מאכן אז זיי געבן דיר טאקע די פאסיגע רעזאלטאט (און לויט ווי כ׳האב געהערט איז די 16 personalities סייט טאקע די טעסט וואס רוב קאמפעניס ניצן פאר זייערע ארבעטער (יעצט פארשטיי שוין פארוואס זיי געטרויען עס מיט די רעזאלטאטן)

*איך דאנק דיר פאר׳ן מיטטיילן די לינק, אפילו איך האלט אז זייער טעסט איז זייער בטלנות׳דיג און ס׳האט מיר געגעבן א פאלשע רעזאלטאט,
ווייל אזוי ווייס איך יעצט: אויב ס׳שמעקט מיר אמאל צו הערן מער אריכות׳דיג וויאזוי יעדע סארט טיפ איז פארצווייגט א.ד.ג. קען איך עס דארט הערן.
 
צוויי זאכן.

ערשטנס וואס איך האב גערעדט וועגן, איז וועגן די הבנה פון די פערזאנען און טייפס, נישט וועגן די טעסט. און אין הבנה, איז 16 persoonalities זייער shallow, זיי גייען נאר אריין אין traits פון געוויסע טייפס, און אפילו אין דעם זענען זיי נישט accurate, ווייל זיי האבן נישט קיין גוטע און טיפע הבנה וועגן די טייפס,
משא"כ וואס איך האב ציטירט, לערנען זיי אויס וואס יעדער טייפ איז, און ווי אזוי דער מענטש ארבעט פארוואס און פארווען, און מיט די צייט אפלערנען די זאך, וועסטו קענען אליין טייפן, און מיט גענוג צייט וועסטו אפילו קענען טייפן יעדער מענטש דו טרעפסט זיך מיט און פארשטיין פונקטליך ווי אזוי דער מענטש ארבעט.

צווייטענס, איך ווייס טאקע נישט ווי גוט זייערע טעסט איז, אבער די סיבה פארוואס זיי פרעגן נישט אזוי פיל שאלות אזוי ווי 16 personalities טוט, איז ווייל זיי פרעגן שאלות וואס זענען דירעקטלי מחובר צו די functions וואס די מח ארבעט מיט, נאך א זאך איז, אז מענטשן קענען זיך נישט אליין גענוג גוט, צו ענטפערן ריכטיג, און דערפאר איז שווער צו מאכן א טעסט וואס וועט מאכן איינעם ענטפערן ריכטיג, ממילא די בעסטע וועג צו נעמען די טעסט איז, צו האבן איינעם וואס דו קענסט, נעבן דיך, למשל דיין ווייב, ווען דו נעמסט די טעסט, און זי פרעגן וואס זי האלט דו ביסט.
משא"כ 16personalities.com גייען מיט traits, וואס איז נישט א גוטע וועג פון עס מאכן, ווייל traits זענען נישט גענוג פונקליך, למשל פרעגן א געוויסע טייפ צו ער האט ליב זיין מסודר? קען אמאל זיין צוויי מענטשן פון די זעלבע טייפ איינער וועט זאגן יא און די צווייטע ניין,
זיי גייען בתר רוב, אבער זיי מאכן זייער אסאך טעותים.
 
זייער אינטרעסאנט
א דאנק פאר׳ן עס מסביר זיין.
 
איך האב אסאך געטון אין די נושאים, בפרט אין די MBTI (מאיער בריגגס) פערסאנאליטי, כאטש איך בין ווייט נישט באהאווענט אין די קאמפליצירטע פאנקשענס, אבער די עצם הבנה דערין איז שוין א הילף פאר אסאך מענטשן פשוט צו וויסן און פארשטיין אז יעדער איז אנדערש, מען באקומט א געוויסע וועלידעישאן אויף זיך.

איך האב שוין אויך געלייענט אסאך וועגן די אניאגראם, אויך שמעון גרינ'ס מהלך פון די 4 קאלירן וואס לויפט אויפן זעלבן מהלך, ווי אויך מרדכי וויינבערגער'ס בוך די 4 עלעמענטן, וואס לייגט אריין יעדן מענטש אין איינע פון די 4 עלעמענטן אש עפר רוח מים. אסאך האבן שוין גע'דרש'נט צו מיר איבער די חדשים און זייערע מזלות ווי אויך די נאמען, די אלע זאכן ווייזט אויף עפעס א מהות אינעם מענטש. אבער אלע סארטן טעסטס איז די זעלבע יסוד.
 
גוט געזאגט. די וויכטיגסטע תוצאה איז פארשטיין ווי אנדערש מיר אלע זענען מיט אונזערע באדערפענישן און אז וואס ס׳איז שווער פאר מיר איז לאו דוקא שווער פאר דיר.

לעצטנס האב איך געהערט א ביישפיל וואס ברענגט געוואלדיג ארויס דעי נקודה:

די בני בית זענען געווען אויף א חיזוק זום קאָל. יעדער האט א ברירה מיטצוטיילן וועגן זייערע שוועריקייטן מיט די קינדער און זיך אויסרעדן דאס הארץ מיט זערא דשאדשמענט. האט זי אבער די נאטור פון אן אינטראווערט, און זי וויל נישט רעדן ווען איינער קען אריינהאקן. ממילא בלייבט זי רוב מאל שטיל און ס׳העלפט איר נאך אלס די קאָל - פשוט צו פילן ווייניגער אליין מיט די challenges וואס מאמעס ספראווען זיך טאג-טעגליך מיט׳ן האדעווען די קינדער.

פאסירט איין נאכט ביים קאָל אז איינע פון די פרויען האבן עפעס מיטגעטיילט, און זי האט געהאט שטארקע חיזוק צו ענטפערן אויף דעם. האט זי אויפגעהויבן די האנט (זום האט אזא פיטשער) אבער די אנפירערין פון די קאָל האט געפילט צוטומלט פון דעם וואס זי הייבט אויף די האנט. און זי האט זיך אויסגעדריקט אז זי האט ליב די פרייהייט ווען יעדער קען רעדן ווען זיי פילן עפעס מיטצוטיילן- אָן צו דארפן פרעגן רשות. זי האט דערציילט אז פאר איר פילט ווי זי האט א מויל-שלאס אויב זי טאר נישט רעדן אַן אויפהייבן די האנט.

זעהסט וואס איז געשעהן דא? איין פרוי פילט פרייהייט ווען זי קען רעדן סיי ווען זי פילט אז זי האט עפעס צוצוגעבן. און ביי מיין בני בית איז פונקט פארקערט: זי פילט זיך ווי אין א תפיסה ווען זי קען נישט צום ווארט קומען און ענדיגן רוהיג אלעס וואס זי האט געוואלט זאגן - זי קען נישט אנהייבן רעדן אויב זי ווייסט אז אנדערע וועלן אריינרעדן און צוגעבן זייערע צוויי צענט (אפילו אויב ס׳איז חיזוק!) פאר איר איז די גרעסטע פרייהייט ווען זי קען רעדן אלעס וואס זי האט צו זאגן- אָן צו דארפן דאגה׳ן אז איינער וועט זיך אריינמישן.

דאס איז א קליינע דוגמא פון כשם שפרצופיהם שונים… יעדנ׳ס באדערפענישן זענען אנדערש (און צומאל גענצליך פארקערט)
ס׳נישטא א one size fits all ווען ס׳קומט צו העלפן א צווייטן.

ווען מ׳גייט צו מיט א ווילן און גרייטקייט צו לערנען וואס יענעם פעהלט, דאס איז א יסוד צו בויען א געזונטע רילעישנשיפ.
 
לעצט רעדאגירט:
Back
Top