- זיך איינגעשריבן
- אפר. 12, 2024
- מעסעדזשעס
- 764
- רעאקציע ראטע
- 1,868
קליינער ישעי'לעה נאר א בחור'ל פון 17 יאר אלט אין קעמף אין ישיבה מיט שאיפות עד בלי די. דאס בעסטער בחור אין די ישיבה גדולה ווי ער איז אט אריין געקומען דעם נייער זמן. דער ר''י, דער משגיח, טשאטשקעט זיך מיט איהם.
ישעי'לעה איז דער בחור וואס כמותו ירבו בחורים בישראל. א שארף קאף, א שארף צינג. א ריכטיגער ריינער צוזאמגענומער. הויעך, דאר, בלאנדע לאקן מיט א טיפער חן. שארף בלויע אויגען, מיט אן הויכער שטערן וואס ווייזט א סימן פון א דענקער.
אין זיין זייטיגע צייט בין הסדרים, פיהלט ער אן מיט זייטיגע רייכע ידיעות פון אידישע היסטאריע, פון מקורות ווי ער קען נאשן א ידיעה, א חידוש איז ער דארט און הערט אויס ליינט שטודירט, ווייסט פונקטליך וועלעכער יאר חסידות איז געגרינדעט געווארן, וואס איז געווען די מחלוקת מיט די גר''א און דער בעש''ט אין די חלוקים פון זייערע ביידע שיטות.
פארוואס די אשכנזים דאווענען נוסח ספרד, און די ספרדים נוסח אשכנז. ווייסט וואס נאך ער ווייסט ? וועלעכער יאר דער בעש''ט איז געבוירן, און וועלעכער יאר ער איז נתגלה געווארן. און אז ער איז געווען א תלמוד פון אחיה השילוני. האסטו דאס געוואוסט די, יא די קרעמל ליינער וואס לכאו' ווייסטו אלעס. ווייל ווען נישט ביסטו דאך נישט דא.
ווייסט וואס נאך ער ווייסט, ער קען אויסרעכענען אלע תלמידי בעש''ט אין די סדר. ווי אויך ווייסט ער אז סקווער קומט פון טשערנאביל ווייל ר' נחוםטשע'ס זוהן איז געווארן רבי אין סקווער ווען זיין טאטע איז אוועק אינגערהייט.
און אז ראכמעסטריבקע איז אויכעט סקווער. ר' יוחונ'טשע אויך א זוהן פונעם טשערנאבלער וואס איז געווען א זוהן פון מגיד פון טשערנאביל. יא ווי די רעאקטארס האבן אויף געריסען. יא די מרור עינים ליגט דארט, מען קען נאר גיין אהין מיט באשוצונגס קליידער ווייך די רעדיאציע פון די געקאכטע רעאקטארס זענען נאך מסוכן 50-60 יאר שפעטער. איז געווען סקווערע רבי'ס ברידער.
די דברים חיים מיט זיין זוהן דברי יחזקאל זענען נישט איינשטימונג געווען מיט 7 זאכן ווייל אזוי האט דער דברי חיים מאריך ימים געווען ביז אריבער די אכטציג.
איך ווייס שוין נישט נאך ער ווייסט. אה שור אז תחת''ט מיט די קרייציגליר איז די זעלבע תקופה. און וואטעווער פרעיג מיך נישט ער ווייסט אלעס.
א יעדע באלאנטש זיצען אלע בחורים ארום איהם און הערט איהם אויס ווי ער זאגט איבער אלעס וואס ער האט אלס געליינט נעכטן נאכט פאר ער איז געגאנגען שלאפן אין די שטערן און אין שפאקטיוו. יפה בעיתו און אין די אידיש אינצייקלאפידיע. ווי ער פארציילט זיי איבער מיט אזא געשמאק.
ער האט אן הערליכער שריפט א גאלדענע פעדער אלע חתנים פון די עלטערע כיתות בעטן איהם צו שרייבן בריווען פאומס פאר זייערע מחותנים אין לשה''ק.
יו געט די דזשיסט. נישטא נאך אזא בחור אויפן כדור הארץ.
דער בחור איין טאג זעהט מען, ער איז נישטא צום האבן. ער רעדט נישט קיין ווארט מיט קיינעם. אריין געמאכט אין זיך. מען זעהט איהם שוין נישט ארום גענומען מיט אלע בחורים ער זיצט זיך אין זיין ווינקעל און איז ביזי מיט זיך אין זיך.
די געוועזענע בלאנדע דארע הויכער חן פארלירט דאס גאנצע גלאנץ. והילד איננו. דער בחור איז גאן, נישטא קיינער, הויל פוסט ליידיג קען קוים צוזאם שטעלן צוויי ווערטער ווען מען פרעגט איהם עפעס. געוואלד און געשריגען וואס איז געשעהן. א יעדעס דאקטאר א יעדעס פיסכיאטער קיינער קען קיין ווארט נישט ארויס באקומען פון איהם. ער איז פארמאכט פארקלאפט. אויב האט מען געמיינט אז עס האט איהם ל''ע געכאפט א פיזישע קרענק. ניין אלע טעסטס פון אלע מינע מחלות וואס קענען האבן אזא רעזאלטאט איז אויס געשלאסען. מאנא, ליים דיזיס. לייג אריין עניטינג די קענסט נאר טראכטן. ניין ער איז נעגעטיוו פון אלעם. געזונט און שטארק ווי די בער אלע בלוט טעסטן קומען צוריק פיין.
וואס איז דאס, וואס איז געשעהן רייסן זיך זיינע גאר נאנטע די האר פון קאף דער צוקונפטיגער שטערן איז פארטינקעלט געווארן נאך פאר עס האט געהאט צייט אויפצושיינען.
א נערווען בראך ל''ע אפשר. ניין דאס אויך נישט עס זעהט זיך נישט אן אז זיינע נערווען זענען אנגעשטרענגט ער האט נישט געהאט קיין שום פרעשור פון גארנישט נישט אינדערהיים און נישט אין ישיבה. וואס די גיהנם גייט דא פאר הייבן זיך אלע ברעמען וואס קענען איהם.
יעך וועל דיר זאגן וואס איז געשעהן מיטן בחור כאפענדיג מיט איהם א קורצן שמועס און דריקן די ריכטיגע קנעפלעך. דער בחור איז געווארן מאלעסטעד ערגעץ ווי אינצווישען. איינער און דוקא אן אנערקענטער מסלתא ומשמנה פון זיין אײנער סיקל וואס איז זיין ארויף געקוקטסטער מענטש, האט געלייגט זיינע אויגן אויף איהם און עס האט זיך איהם פארגליסט צו זעטיגען זיין קראנקע תאוה און האט גענומען דעם שיינעם שארפן אינגער 17 יעריגער בחור און איהם אריין געשמירט אין זיין זאק אריין.
א גוט מארגן שיע'לה וואס מאכסטו, וואו אזוי פרי אויף צו שטיין? יא איך האב א שאיפה צו ענדיגן חאטשיג זרעים מועד נשים און נזיקין גמ' רש''י תוספות בעיון נאך פאר איך פארלאז די ישיבה ווענט. ענטפערט ער ר' ראובן'ען דער בארימטער סגן ר''י א געוואלדיגער דרשה האלטער ביי אלע גרויסע מאורות אין די חסידות, דעם דיין'ס איידעם. ווער ווייסט נישט אז דער שווער דער גרעסטער פוסק אין היינטיגן דור טראסט נישט קיינעם צו זיין די שטעל-פארטרעטער ווען ער קען נישט אויף נעמען, אדער ווען ער פארט אוועק אויף אפריה, לערנט ר' ראובן פאר דעם גרעסטען שיעור אין ביהמ''ד הגדול אנשטאט די שווער שליט''א, וואס דער גאנצער שטאט קלאפט אויף זיין טיר לשמוע דעם דבר ה' וזו הלכה, הדרך אשר ילכו בם, והמעשה אשר יעשון.
און ווי אויך לערנט ר' ראובן פאר די צווייט גרעסטע שיעור פארטאגס אין ביהמ''ד ווי איבער 150 אידן זיצען ביים שיעור און טרינקען מיט דארשט זיינע ווערטער. לא צמא למים, כי אם לשמוע את דבר ה'.
פשיהאֲ אזאנא שאיפות, ממש צום באוואונדערן. אזא בחור וואלט איך בכבודי ובעצמי געוואלט האבן פאר א חברותא. אפשר קען איך זוכה זיין און האבן א חלק אין דיינע שאיפות און העלפן דיר אנקומען אהין. עס וועט מיר זיין א געוואלדיגער זכיה צו קענען די שטיפן פאראויס, און שנעלער זיך צו דערגרינטעווען און דערגרייכן דיין ציהל.
וואס איך הער נישט גוט פרעגט ישעי'לעה איבער איר ר' ראובן וואס פירט די גאנצע תורה פראיעקט אין די חסידות און אין די ישיבה (טאקע נאר סגן ר''י, ווייל דעם רבינ'ס ברידער האט מען נישט געקענט באזייטיגן, אבער פאר ווייסט א יעדער אז ר' ראובן איז די עכטע ר''י) וויל לערנען מיט מיר איך גלייב נישט עס קען דאך נישט זיין קיין בעסערע זאך פאר מיר.
אן טראכטן קיין צוויי איז ר' ראובן ממשיך מאָרגן אי''ה פארטאגס בערך 3:30 ביי מיר אין וואלד דארט נעבן מיין באנגעלאו איז דא פיין צוגעשטעלט א קזעבאו מיט לעקטער מען וועט נישט ווערן געשטערט דא שטיל דארט און מען וועט אי''ה אנהייבן דעם שיעור א פרישע מסכתא, א פרישע התחדשות מען וועט צוריק קומען ווי די האלטסט אי''ה נישט געזארגט.
ישעי'לעה האט געדיענט פאר שמחה דער ר''י אליינס מיין סטענד ארויף נאך העכער. א גאנצען טאג איז ער געוועזן אין די לופטן געשפירט ווי ער שוועבט אין די וואלקענעס דער ר''י האט מיר געפיקט פון די גאנצע ישיבה וואוו. און פארשטייט זיך לאמיר נישט פארגעסן פונעם תכלית מען וועט זיך רוקן מס' נאך מס' עס וועט גיין א רויעך.
ישעי'לעה לייגט זיך מיט אן עקסייטמענט, אזש ער קען נישט איינשלאפן פון די עקסייטמענט דרייט זיך אהער און אהין אין דארמיטארי אויפן געלעגער און ווארט קוים עס זאל ווערן 3:30 עס איז 3:20 ער שפרינגט ארויס פון בעט מיט זריזות, לויפט כאפן א טבילה. און ער צום קעזיבאו מיט זיין גמ' אונטערן ארעם און א קאווע אין די האנט.
דער שיעור הייבט זיך אן מיט א ברען אן התלהבות דקדושה. מ' האקט אריין לומדות איין שטיקעל נאכן צווייטן אזש עס ווער שוין זעקסע. מען זעהט שוין די ליכטיגקייט פונעם טאג. ריין בחור און נאך א בחור די משכימי קום שטייען שוין אויף צום סדר. די מקוה ווערט שוין איבער געפיהל און ישעי'לעה שפירט אפי' נישט אז עס איז שוין דורך צוויי שעה עס איז געפלויגן. אוי איז דאס געשמאק.
ישעי'לעה, מען דארף שוין אריין גיין אין ביהמ''ד פארטאגס סדר הייבט זיך שוין אן. איך דארף מאכן זיכער אז די חברה זענען מסודר קום גייען מיר. יא זיכער זיכער ר''י.
מארגן אודך. מיט א ברען. אזוי שפאצירן די צוויי פון די קעזיבאו צום ביהמ''ד א טיפער שמועס אין די שיעור אנטוויקעלט אין די קורצע וועג. און זענען ממשיך אין פארנט פונעם טיר אזוי אז דער ר''י נעמט אויף אלע בחורים מיט אן האלבער גוט מארגן און איז זיך ווייטער משתעשע מיט ישעי'לעהַ אזוי אז אלע בחורים זעהן דעם מאורידגען ספעקטאקל.
ישעי'לעה איך האב געוואוסט אז די בוסט א כלי אבער אזאנס האב איך נישט געחלומט מיט דיינע כלים ביסטו דעם נעקסטע רעק''א אינעם דור, פארשטייט זיך האלט אן די שיעורים און די ביסט פארזיכערט.
די נעקסטע צופרי ישעי'לעה מיט דעם זעלבען ברען שפרינגט ארויס פון בעט וחוזר חלילה. מיט איין קליינעם חילוק איז די שיעור געוועזן היינט. דער ר''י געווען מער היימיש און זיך אויף געשטעלט און ארום געדרייט אויף די פיס מיט א שטענדער צו געלייגט געווארן צום טיש עס זאל זיין באקוועם צו שטיין דורך אקערענדיג די לומדישע ענינים מיט ישעי'לעה.
לאמיר נישט ווערן צו גרפיקל פון דא אין ווייטער א יעדעס ליינער זאל עס נעמען צו ווי ער וויל פון דא און אנקומען צו די ענד פון די מעשה ישעי'לעה איז געליגען אינעם בעט מיטן ר''י טאג איין טאג אויס מיט מאומדיגע יסורים של אהבה און אזוי האט זיך דער ר''י זיך משתעשע געווען מיט ישעי'לעה דאס גאנצע יאר.