ווי אזוי קומט איר זיך דורך מיט אייער שוויגער?

ווי אזוי קומט איר זיך דורך מיט אייער שוויגער?

  • צוקריגט

    Votes: 4 3.4%
  • זי מאכט מיר נערוועז, ווייל ס'דערמאנט מיר ווי אזוי מיין ווייב גייט אויסקוקן אין צוואנציג יאר ארום

    Votes: 7 6.0%
  • נישט אראפצושלינגען און נישט אויסצושפייען

    Votes: 9 7.8%
  • איך האב גארנישט מיט איר, אזוי ווי צוויי פרעמדע מענטשן

    Votes: 24 20.7%
  • גאנץ גוט - כמעשה

    Votes: 21 18.1%
  • זייער פיין

    Votes: 38 32.8%
  • משוגע גוט - איך האק א לעבן מיט איר!

    Votes: 13 11.2%

  • Total voters
    116
איך מיין די היינטיגע שוויגער'ס האבן שוין פעסט אראפגעסלויט
זיי זענען שוין אפגעבריט פון זייערע שוויגער'ס
 
איך פלירט מיט מיין שוויגער.
This you?

1759247608632.webp
 
צום עצם שנירל, איך פיל א געוויסע אומבאקוועמלעכקייט ווען איך גיי ארויף צי מיין שווער אין שוויגער אינדערהיים, איך בין אויפן עדזש א גאנצען צייט, ס'איז עפעס אומ'היים'לעך, איך ווייס נישט פארוואס, איך האלט שוין א גוטע פאר יאר נאך די חתונה. פאר איך גיי ארויף צי איר פיל איך אייביג א ניד צי טראפן עפעס וואס צי רעדן מיט איר, נאך איינער מיט אזא עקספיריענס?
 
מיט דיין שווער דארפסטו אויך זוכן וואס צו רעדן?
 
מיט דיין שווער דארפסטו אויך זוכן וואס צו רעדן?
מיינע שוויגער עלטערן וואלטן געקענט זיין מיין זיידע-באבע!
זיי זענען אן אינטערסאנטע טיפ
אויב וויל איך רעדן מיט זיי דארף איך זיכן וואס צי רעדן, אבער איך וויל טאקע נישט.... סייג לחכמה שתיקה...
הלוואי זאלן זיי זיין מער אפן מיט מיר, וועל איך ווילן רעדן צי זיי...
 
די ווארט גייט באמת אויפ'ן ווייב אבער מען קען עס זאגען אויפ'ן שוויגער אויך.

צוויי אידן שמועסען

מיין שוויגער הייסט חי'

זאגט דער צווייטער, און מיין חי' הייסט שרה
 
געשטימט "איך האב גארנישט מיט איר, אזוי ווי צוויי פרעמדע מענטשן", הגם אזוי ווי פרעמדע קען מען רעדן ווען ס'פעלט זיך אויס. ווען איך בין געווען יונגער פלעג איך זיצן קעגן איר ביים טיש, זי פלעגט זיך קענען אנרופן זאכן, זי קען מיר אמאל אויספרעגן אויף דאס און יענס, אבער דעטס איט.
 
Back
Top