וויאלעפאלי

הק' לייביש שרייבער

אלטגעזעסענער קרעמלער
וועטעראן
זיך איינגעשריבן
אפר. 12, 2024
מעסעדזשעס
764
רעאקציע ראטע
1,874
איך בין נישט זיכער מורי ורבותי אז איך בין אינעם ריכטיגן שנירל. אויב אויך מען עס ריקן וועלן די ריקער עס לייגן אויף זיין ריכטיגן מקום. אבער אויף דערווייל זעה איך נישט קיין בעסערער שנירל פאר דעם שנירל.

בלֲא בלֲא שוין גענוג געפלאפעלט מיט אן הקדמה.

איך האב היינט מיט געהאלטן א מחזה וואס האט מיר ארויס גענומען פון די גלייזן. איך האב אזאנס אין מיין לעבן נישט געזעהן. משום איזה סיבה שהוא בין איך היינט אריין געפאלן אין דעם שטיבעל וואס רופט זיך וויאלעפאלי. (איך וועל נישט נוצען קיין פערזענליכע מענטשנס נעמען משום גילוי.) האט מיך א טור-גייד אפגעווארט אינדערויסן.

עס איז דא א פארשטיפטע געסעל אין די אומגעגנט פון קרית יואל וואס הייסט פירסט סטריט 1st Street. אריין פארענדיגט צו די גאס איז דא א גאר שארפע דריי אויף לינקס (ווענט זיך פון וועלעכע זייט מען קומט) און דארט זעהט עס ממש אויס ווי מען פארט ארויס צו א דריט לאנדיגע מדינה. די שטראסע צוברעקלט פון אלטקייט, אלטע נידעריגע דירות אויף מיין לינקע זייט אפגעריקט איינס פונעם צווייטן כמלוא נימא אן אקער לאנד פער דירה ממש א מחיה. די שטראסע היפש שמאל, מען דארף זיך שטארק ציען צו די זייט אראפ פון די ראוד טאמער פארט איינער אנטקעגן. איך מאך מיר דעם לינקס אריין אין פירסט סטריט. אויף איין זייט זעה איך אויסגעשורעט א א שורה מיט א שיינע מספר קאר'ס געפארקט אומלעגאל כאילו עס קומט דא פאר עפעס א ספעציעלער איווענט, אום עס איז פשוט פאר די שעה געקומען אסאך מיטהאלטער. אבער ניין עס איז א געהעריגער וואכעדיגער צופרי נישטא דא קיין ברית אדער סיי וואס דאס איז אן עמטליכע ערשיינונג זאגט מיר דער טור-גייד.

צווישען די הייזער דארט וואס שטייט נאך די לאנגע שטרעקע קאר'ס זעה איך אן אינטערסאנטער סוכה'לה די ווענט מיט א קיינעס טעפעך. א יעדעס צוויי פיס א שטאם פון א בוים (אזוי ווי סטאדס אין א געביידע) און די דאך באלקאנען זענען אויך ביימער שטאמען און בלעטער דעקט איבער די באלקאנען. די ראמאנטישע צו-שטעל ווי אין קענקאן אויף די וואקאציע רעזארט ערטער. אין די סוכה'לה איז די פיקניק טעבלס און טשעירס. אינדערמיט א בימה, א אינגערמאן פארטיפט אין א גמרה און הייבט ניטאמאל אויף זיין קאפ קוקן ווער עס האט אריין שפאצירט.

איך קוק צו רעכטס לינקס צו באטראכטן וואס עס ליגט אלץ דארט. זעה ביים עק אין די זייט א גרויסער שיינער גריל א בעל בתיש'ע סארט, דער טור-גייד באמערקט ווי איך קוק גוט ער א זאג אז א יעדע נאכט ווען דער וועטער איז אנגענעם גרילד מען דא פארן עולם ברבירים, ושליו, ודגים עס גייט א רויעך דער עולם האקט שטיקער.

פשיהא, ברום איך זיך אונטער מיט התפעלות. הייבט ער אן לאכן די האסט נאך גארנישט געזעהן. די סוכה איז טאקע זייער אנגענעם און באטעמט, אבער ווארט א סעקונדע. קוק דארט צו לינקס. איך זעה א ריזן פייער פיט ווי עס ווערט אונטער געצינדען א גרויסער פייער ווי די אינגעלייט קענען ארום און ארום פארברענגען און צייט פון נויט, פאר אן אויסטשאך. דאס איז אלעס נאך פאר איך האב נאך געעפענט דעם טיר.

בפתע פתאום, קומט ארויס א באקאנטער מיינע, און זאגט מיר אה ר' לייביש וואה wow וואס טוהסטו דא, נאך קיינמאל נישט דא געוועזן? פרעגט ער מיט וואונדער.

ער הייבט אן משמיע זיין את דברותיו, און זאגט דא דרייען זיך אריבער אן קיין גוזמא 100'טער אינגעלייט וואס דארפן כאפן א מקוה א דאווען, און שששש אויך אן אכילה, א פרישטאג, א לאנטש, און אויך א נאכטמאל, פאר זיך, און קען אפי' אהיים נעמען פאר זיין געזונדל אין שטוב אריין איןצפאל פון נויט. (צו לשמחה, אדער ח''ו פארקערט)

איך ווער משוגע באגייסטערט און איך האב נאך אלץ נישט געעפענט די טיר פונעם בנין. אבער ווי נאר ער זאגט די ווערטער אז 100'טער אינגעלייט קומען דא כאפן וכו' הייב איך אויף מיינע אויגן איך קוק זיך ארום, נישט מער נישט ווייניגער איך האב נישט באמערקט פריער איך בין געווען אין צו א גרויסער עקסטאז. עס טוהט זיך א געווירבעלט פון אינגעלייט בחורים וזקנים יחדיו. מען קומט און מען גייט כאילו עס א גרויסער שוהל מיט צענדליגער מינינים צום דאווענען. מערקווירדיג איז, אמיעדעס אינגערמאן באזונדער אן אנדערע סארט געשטעל. זאקן שווארץ און ווייס לאנגע פיאות, צופלויגענע בערד, אבער מאך נישט קיין טעות, שיינע געשטיצטע בערד אויכעט.

לבוש אלע סארטן מיט היט און רעקל, פלעינע ווייסע העמעדער, טליתים קטנים אזוי גרויס ווי א טלית גדול, אין טישירט קורץ, און לאנג אלעס דרייט זיך דא. אבער דאס איז שוין איינס פון די 7 וואונדערליכע וועלט זאכן. דער שווארצער זאקן אינגערמאן וואס רעדט אויף זיין פליף פוין, באגריסט דעם טישירט אינגערמאן מיט אזא ברודערליכקייט אז זיי זענען ממש פון די זעלבע טייג, די שוהל מעיט א חבר גאלד החבירים, ווי זיי וואלטן ווען געווען כולל חברותה. די הערצה פון די צוויי סארט אויסזעהנדע געשטעהלן איינע צום צווייטן איז ממש כאולי (נישט כאולי נאר אזוי איז עס טאקע) זיי זענען אויף די זעלבע שטאפעל אין אלע שבע מדות און ישר ספירות. לא יאומן. איך בין נישט מגזם קיין איין ווארט.

שטייענדיג אזוי נאך אינדערויסן, אין א שיינער חלום זעה איך ווי מען פיטערט אן אין גאס א מעמבער פון די שטיבעל איינע פון די כ''ץ משפחה (נישט די כהנים) נישט מער נישט ווייניגער דער קאץ באדינט דעם ציבור, און ארבעט אלץ רייניגער פון די פלאץ פון מייזלעך אויב ח''ו מאכט זיך. זאגט מיר די טור-גייד דא איז דא א גרויסער קאך מיט אסאך סטארעדש אויב מאכט זיך א מייזל גאט זאל ביי-היטן, דער קאץ איז א חבר קהלה, עס לויפט נישט אוועק פון די מענטשהייט דארט עס איז א פעט (א הויז באשעפעניש וואס שפיהלט זיך מיט די איינוואוינער ברידערליך)

די פינגער טוהן מיר שוין וויי, איך וועל ממשיך זיין בעז''ה בקרוב ממש. קום צוריק ליינען די ווייטערדיגע.
 
שיין באשריבן, הערליכע ווייב'ס, ס'ווילט זיך אריבערכאפן אהין!
אפשר וועלעך שוין איינוועג'ס טרעפן ר' לייביש'ן אויכעט
 
Back
Top