שמייכעל
אלטגעזעסענער קרעמלער
- זיך איינגעשריבן
- יוני 5, 2025
- מעסעדזשעס
- 503
- רעאקציע ראטע
- 1,535
- פונקטן
- 213
די שטאט האט אנפאנג זומער אויפגעאקערט די קוילן פון אסאך גאסן אין וויליאמבסורג, און דאס קיינמאל נישט צוריק צוגעדעקט מיט נייע קוילן. די לעצטע פאר וואכן איז זייער שווער צו פארן אויף אסך גאסן אין וויליאמסבורג, אן ווערן צעזעצט און צעשאקעלט פון די ''באמפס'' אין די ''ראוד''.
אבער היינט האב איך ברוך השם געכאפט א ''פלעט טיייער'' פון די אייזערנע ''פאטהאולס'' וואס שטעקט זיך ארויס אינדערמיט פון דער ערד אסאך העכער עס זאל זיין גלייך צו די נייע פעך וואס זיי גייען לייגן עווענטוא'ל. דערווייל בין איך משער אז נאך אידן תושבי וויליאמסבורג האבן געליטן ''פלעט טייערס'' פון די מעטאלענע שפיציגע רימען פון די פאטהאולס, ספעציעל אויב פארט מען מער פון 5 מייל פער שעה.
ביטע זייט פארזיכטיג און בעט משה דוד נידערמאן זאל שוין אנקאלען מעיאר עדעמס צוריקצולייגן די ראודס ווי פריערט מיט נייע פעך, ווייל התורה חיסה על ממונם של ישרא'.
תזכו למצות פאר'ן שערן דעם מודעה לזכות את הרבים.