וויין-דזשע נישט בני (אויפמערקזאם: טונקל)

אין הכי טאקע

אלטגעזעסענער קרעמלער
וועטעראן
זיך איינגעשריבן
סעפ. 14, 2024
מעסעדזשעס
127
רעאקציע ראטע
1,085
פונקטן
213
וויין נישט מיין קינד, וויין נישט בני
ס׳א שאד דאס וויינען - הער מיר צי
טרערן הער אויף צו גיסן
א שאד דיין טרער - זאלסטו וויסן
ס׳איז לבטלה לטמיון
איז זאגדזשע מיר, עד אנה תגיון?

הער! כ׳רעד צו דיר! - נאק נאק!!!
ס׳גיט קיינער נישט קיין פאָ**
נישט וועגן דיר און נישט וועגן דיין וויי
איז פאלג מיר נאר, איינס צוויי דריי
שטעק דעם אמצעי אדער אגודל
און א פייג מאך דעם הוידל בוידל

נאר וויין נישט מיין קינד
טרערזשע נישט בני - וויי און ווינד
וויין מיר נישט אויף מיינע פלייצעס
וויינזשע נישט אויף בערד, מצבות, און קרייצעס
וויינזשע נישט מיין קינד צו די טויטע
וויין נישט צו לעבעדיגע באקן רויטע

וויין נישט ביים צדיק דער ריבניצער
און נישט ביי דעם הייליגן שטיפענישטצער
וויין נישט ביים אמשינאווער, וואדריטשער, און לימענען
און אויך נישט ביי גרויסן ר׳ שמעון׳ען

לאז ר׳ שעיה׳לען געמאך הער מיין דעה
ר׳ מאיר׳ן וועק נישט אויף מיט דיין מטבע
וויין נישט אויף א ליכטל אינדערפרי
און אויך מאמע רחל׳ן לאז צורוה

וויין נישט צו דיין רבי צום דיוקנה הודה וזיווה
וויין נישט צו דיין גרויסע הויכגעשעצטער ראש ישיבה
וויין נישט צום פסיכאלאגיקע אויפן קאנאפע
וויין נישט צום באבא, צום ספרים שאפע

וויין נישט צו דיין מאמע צו דיין מומע
וויין נישט צו דיין שוועסטער, דיין באבע על בלומה
וויין נישט צו דיין חבר דער צדיק׳ל דער טייבעלע
וויין נישט צו דיין פריינדס באשייטלט ווייבעלע

וויין נישט צום קאבאליסט, עיין הרע אפשפרעכער
וויין נישט צום נביא׳טע, קייטלטקע, פונקטור שטעכער
וויין נישט צום כותל צום ים צום הימל
נו, למה תצעק אלי, סתם מאכן א טימל

וויין נישט אויף ירושלים וואס א פשט
וויין נישט אויף אנדרינוס אויפן ת״ח ת״ט
וויין נישט רחם און מלכות בית דוד
פאר גאד׳ס סעיק, שאט אפ, עם כל הכבוד

וויין נישט אין מחזור׳ל און סידור
וויין מיר נישט אין קינות׳ל שוין ווידער
וויינזשע נישט אויפן אמאל מיין ליבער חסיד
און וויין מיר נישט אויפן צוקומפדיגער עתיד

ווייל עס גיט קיינער נישט קיין דעעם-שיט
נישט וועגן דיר און אלץ אינדערמיט
דיין פראבלעם, דיין כבוד, דיין ווערד
א לעבעדיגער צו שוין אין ד׳ערד

וויינזשע נישט מיין קינד לעבן
ווייל איך וועל דיר קיין גלעט נישט געבן
נישט איך און נישט קיינער ניש
און אז עס טוט דיר איינער א קוש
דע לך בני זאלסט וויסן זיין
אז ווילן וויל ער די גאלד אין דיינע ציין

און אויף זיין צלם אלוקים הער מיין טייטשט
א פארשטעלטער טיגער, וואטש נאר וואטש
נאר געדענקדזשע תמיד דו האסט צוויי פויסטן ווי שטיינער
און דער קעגן דיר - צוויי שורות ציינער

ודע לך קינד לעבן בני
צום משורר הער זיך צו
אז א פנים אן רמאית
מאכט דיך ביי לייטן מאוס

איז וויינזשע נישט מיין קינד
האפזשע נישט מיין קינד
צו וואסזשע וויינען
קלאגדזשע נישט
ברעטדזשע נישט
און קריך זיידזשע מוחל מיר אראפ פון מיינע פלייצעס
 
לעצט רעדאגירט:
Oh my god
Dark indeed
But what a brilliant writer you are
Wow!!!

איך זוך פונקט א גוטע editor פאר מיין בוך
איינער וועלכער קען פלעכטן אזוי seamlessly אידיש מיט אביסל באקאנטע ענגליש אזוי הערליך ווי דיר
 
לעצט רעדאגירט:
Oh my god
Dark indeed
But what a brilliant writer you are
Wow!!!

איך זוך פונקט א גוטע editor פאר מיין בוך
וועלכער קען פלעכטן אזוי seamlessly אידיש מיט אביסל באקאנטע ענגליש אזוי הערליך ווי דיר
ישר כח. ס׳מיר א חשיבות צו הערן
 
און אז דו טוסט שוין אן אויער נייגן
אויב מעג איך צולייגן
שמייכלען זאלסט אויך נישט צו קיינעם
נישט פאר חנופה נישט מיט א כונה א ריינעם

שמייכל נישט צו גאט
ס'וועט נישט מינערן זיין ווראָט
שמייכל נישט אויף פּאָט
טרינק דיך נישט אהן ווי לוט

זינג נישט שירות ותשבחות
ס'וועט דיר העלפן אויף קדחת
טאנץ נישט און שאקל נישט דעם טאכעס
וועסטו נישט מיד ווערן לפחות

ער געט דיך נישט קיין פּעטשל
ווייל דו ביסט ספעשל
לייג דיך נישט מיט אים אין בעט
ווייל ער וועט דיך נאר מאכן אפסעט

שטעל נישט קיין תיקון
און נישט מלוה מלכא מיט טשיקן
טוה נישט פאר קיין צוועקן שיקן
און אויך נישט אויפ'ן תהילימל שטיקן

מוזט נישט זיין בשמחה תמיד
לייף קען זיין א פּעיל פון וואָמיט
זיי נישט מצדיק את הדין
גיב אובאכט יוּר ספּרעדינג טהין

ווייל וויפיל ס'איז דיר באשערט גוּד און גאָרר
איז פארשריבן אין בלוט נאך פון ויהי אור
ווייל נעיטשור איז א ביטש
און מאָדער נעטשור א וויטש
 
און אז דו טוסט שוין אן אויער נייגן
אויב מעג איך צולייגן
שמייכלען זאלסט אויך נישט צו קיינעם
נישט פאר חנופה נישט מיט א כונה א ריינעם

שמייכל נישט צו גאט
ס'וועט נישט מינערן זיין ווראָט
שמייכל נישט אויף פּאָט
טרינק דיך נישט אהן ווי לוט

זינג נישט שירות ותשבחות
ס'וועט דיר העלפן אויף קדחת
טאנץ נישט און שאקל נישט דעם טאכעס
וועסטו נישט מיד ווערן לפחות

ער געט דיך נישט קיין פּעטשל
ווייל דו ביסט ספעשל
לייג דיך נישט מיט אים אין בעט
ווייל ער וועט דיך נאר מאכן אפסעט

שטעל נישט קיין תיקון
און נישט מלוה מלכא מיט טשיקן
טוה נישט פאר קיין צוועקן שיקן
און אויך נישט אויפ'ן תהילימל שטיקן

מוזט נישט זיין בשמחה תמיד
לייף קען זיין א פּעיל פון וואָמיט
זיי נישט מצדיק את הדין
גיב אובאכט יוּר ספּרעדינג טהין

ווייל וויפיל ס'איז דיר באשערט גוּד און גאָרר
איז פארשריבן אין בלוט נאך פון ויהי אור
ווייל נעיטשור איז א ביטש
און מאָדער נעטשור א וויטש
או ווא, דו טויגסט, סיי מיט גראמען, און סיי מיטן גייסט פונעם שנירל, וועלקאם טו טע קלאב
 
@אין הכי טאקע מיט @קץ דוחק
דאס איז נעקסטע לעוועל טאלאנט און בריליאנט!!!
ס'איז אזוי זיס און אמת'דיג!!!
-

כ'פארשטיי אבער נישט פארוואס מ'זעהט דאס ווי טונקל.

און אויף זיין צלם אלוקים הער מיין טייטשט
א פארשטעלטער טיגער, וואטש נאר וואטש
איז געדענקדזשע תמיד דו האסט צוויי פויסטן ווי שטיינער
און דער קעגן דיר - צוויי שורות ציינער

יא איך בין א טיגער א לייב, אנשטאט פון וויינן וועלעך אויפוועקן דעם גיבור עצום וואס שלאפט אין מיר. כ'וועל זיך אויפשטעלן מיט מיין אמתע כוח און בויען א גוט לעבן פאר זיך!

עס קען מיר קיינער נישט שטיין אין וועג
ניטאמאל פון מיין פיין און טראומא וועל איך זיך שרעקן

כ'האב פונקט היינט באקומען אזא פאלשע כתובת קעקע פון א לעמפערט וואס הויערט איבער איר קליינער לעמפערט מיט אזא גאוה דקדושה אויף איר פנים אז דעם "🖕יו" פאר אלעס אין די וועלט (כולל שוועריגקייטן) דארף ניטאמאל ארויסגעזאגט ווערן.
 
און אז דו טוסט שוין אן אויער נייגן
אויב מעג איך צולייגן
שמייכלען זאלסט אויך נישט צו קיינעם
נישט פאר חנופה נישט מיט א כונה א ריינעם

שמייכל נישט צו גאט
ס'וועט נישט מינערן זיין ווראָט
שמייכל נישט אויף פּאָט
טרינק דיך נישט אהן ווי לוט

זינג נישט שירות ותשבחות
ס'וועט דיר העלפן אויף קדחת
טאנץ נישט און שאקל נישט דעם טאכעס
וועסטו נישט מיד ווערן לפחות

ער געט דיך נישט קיין פּעטשל
ווייל דו ביסט ספעשל
לייג דיך נישט מיט אים אין בעט
ווייל ער וועט דיך נאר מאכן אפסעט

שטעל נישט קיין תיקון
און נישט מלוה מלכא מיט טשיקן
טוה נישט פאר קיין צוועקן שיקן
און אויך נישט אויפ'ן תהילימל שטיקן

מוזט נישט זיין בשמחה תמיד
לייף קען זיין א פּעיל פון וואָמיט
זיי נישט מצדיק את הדין
גיב אובאכט יוּר ספּרעדינג טהין

ווייל וויפיל ס'איז דיר באשערט גוּד און גאָרר
איז פארשריבן אין בלוט נאך פון ויהי אור
ווייל נעיטשור איז א ביטש
און מאָדער נעטשור א וויטש
Oh my goodness
ס׳פליען פונקען פייער 🔥
 
לעצט רעדאגירט:
Back
Top