וויאזוי ארבעט אן עראפלאן?

ראוזע דיעז

אלטגעזעסענער קרעמלער
וועטעראן
זיך איינגעשריבן
מאי 20, 2024
מעסעדזשעס
1,587
רעאקציע ראטע
3,513
פונקטן
443
האט איר אמאל זיך אפגעשטעלט און אריינגעקלערט וויאזוי איז מעגליך אז א מאשין וואס וועגט בערך 500,000 צו א מיליאן פונט קען זיך נישט פלוצים געבן א הייב אויף פון די ערד קוגל, אבער קען פליען אין די לופטן איבער ימים בערג און טאלן איבער אנדערע קאנטינענטן, פאר שעות אן אפשטעל? האט איר געוויסט אז דאס איז פונקטליך וויאזוי דאס דארף זיין און נישט קיין האר מער? האט איר אמאל געטראכט זייענדיג אין די לופטן ווי גליקליך איר זענט אז איר האט נוצן פון אזא קלוגע ערפינדונג און וויאזוי דאס קען גאר מעגליך זיין? האט איר געפילט זיצנ'דיג ביים פענסטער פון א ריזן עירקרעפט פון 3 ברייטע איילס וואו איר חלומ'ט אז דאס איז עכט, פון גרויס ערשטוינונג ביים ארויסקוקן פון פענסטער'ל, און בייוואוינען די הערליכע וואסערן און פיצעלע געביידע'ס איבער די שטאט? דאן ליינט ווייטער.

א גוטן צו אלע ליינער פון גרויס ביז קליין.
איך האב שוין עטליכע מאל געהאט שפירן פון געדאנקען צו שרייבן איבער די וואונדער פון אוויאציע און עיראנאטיקס (aeronautics and aviation)

וואס באדייט די חכמה פון פיזיקס אין עולם הפליגערס, וויאזוי א פליגער פליט און לאנדט. וואס מאכט עס זיך הייבן און וואס מאכט עס לאנדן וויאזוי ווייסט מען ווען און וואו צו פארן ווי הויעך, ווי נידריג, און אזוי ווייטער.

אפאר נוצליכע ווערטער פאר פארשפייז

Aviation באציט זיך מער ארום די באנוץ פון די "אפעראציע פון פליען" ווי מ'זאגט די טאג טעגליכע הלוך ילך פון קאמערציעלע פלייטס, עירפארט מענעדזשמענט און עיר טרעפיק קאנטראל.

און Aeronautics באציט זיך אויף די עינדזשענירינג און אויסשטעל פון "די ארט פון פליען" די סייענס און די דעזיינס שבו און וויאזוי די זאך באגייט זיך אין די אטמעספער. מער מאחורי הקלעים, פון אונטער די קוליסן, אדער די בעקענד (פאר דער וואס פארשטייט די שפראך...)

א קורצע הקדמה

פאר איך גיי צו די בעסיק סייענס וויל איך צולייגן איך בין נישט קיין לייסענסד פילאט אדער קוואליפיצירטע עקספערט, איך בין א נייגעריגע מענטש מיט א חשק צו פארשטיין די אינטערסאנטע וועלט, און פון הערן און נאשן פון פילאטן אין טרעינינג זעה איך אז ס'איז נישט א זאך וואס אסאך טראכטן אריין ווי טיף דאס גייט און וויפיל מ'קען אלס לערנען און זיך באקענען איבער א ברייטערע וועלט פון נושאים ווי למשל סייענס, ענדזשינירינג, מאטעמאטיקס, לאגיסטיקס, סעיפטי, אינאוואציע, און אפילו אביסל פסיכילאגיע. אפילו אין די פראצעדור פון פלייט אליין ליגט א געוואלד מיט חכמה און אויסגערעכנטקייט. און וואס מער צייט עס גייט פארביי ווערט עס אלס פאברייטערט און מער פארגעשריטן סיי סייענטיפיש און סיי עמאצינאליש. און עקסטער ס'לערנט אסאך אויס וויאזוי די וועלט ארבעט, און אויך אויב מ'איז אינטערסירט גיט עס משוגע'נע satisfaction איינמאל מ'האט עס.

מיר אינטערסירט עס בעיקר אלס לאגיסטיקס, דאס איז די מהלך פון אויספלאנירן א זאך, און עס ארויסברענגען ביז צום לעצטן פיזישן דעטאל בשעת מענעדזשן איר flow מיט סוקסעס. ס'הייבט זיך געווענליך אן מיט אן איידיע אין קאפ, און די חכמה איז דאס צו קענען אויספירן טריט ביי טריט, ס'זאל אלעס קלאפן פון ארידזשין ביז קאנסאמפשן.

אז מ'טראכט אריין איז עס נישט אנדערש ווי א געשמאקע עסן. מאנכע גייען אין Culinary school זיך צו לערנען די פשוט'ע כללים וויאזוי א צוויבל פירט זיך אויף און וויאזוי א שטיקל באקן פלייש צוגייט זיך און אזוי קען מען מאכן מיט דעם וואס מ'וויל מיט אלע שפעטערע פיטשעווקעס. וועט איינער פרעגן ווער זענען זיי מיר צו געבן שימוש אויף מיין באבע'ס אונגארישע רעצעפט? האט נישט צוטוהן מיט דעם, ס'האט צוטוהן מיט פארשטיין דעם "וויאזוי" ארויסצוברענגען דעם בעסטע פון דעם רעצעפט.
פארשטיין אוויאציע איז די זעלבע, עסן האט א פארמיולע און וויאזוי מ'מאכט א פליגער פליען האט אויך א פארמיולע מיט פונקטליכע סטעפס. און דאס ווילן מיר דא אטאקירן.

און יעצט לאמיר אריינשפרונגען צו די פלייט בעסיקס:
צום אלעם ערשט מוז מען פארשטיין וואס האלט דעם קאפסול פון אייזן פון אזויפיל טאן אין די פעסט לופט.

עס זענען דא 4 זאכן וואס טרייבט יעדע עראפלאן אין די לופט.
  1. געוויכט-קראפט - Weight/גראוויטי
  2. הויבונג-קראפט - Lift
  3. שטויס-קראפט Thrust
  4. שלעפ-קראפט Drag

cub_airplanes_lesson02_fig1.webp

א יעדע עראפלאן, פייטער דזשעט, פאראשוט, ראקעט, אפילו דראון, וואס דו זעהסט אין די גאנצע וועלט, דרייט זיך אויף די 4 כללים. און נאכמער, יעדע מינוט וואס אן עראפלאן פארט שלאגן זיך די 4 כוחות אויף טריט און שריט, און מ'מוז דאס צאמהאלטן מיט די פונקטליכע באלאנס. נא לאמיר אנהייבן פון אונטן ארויף:

  • געוויכט-קראפט - Weight גראוויטי
דאס איז די כח וועלכע שלעפט אראפ דעם גאנצן עראפלאן געוואנדן צום ריכטונג פון די ערד. און ציט עס צו זיך.

וויאזוי ארבעט עס? גראוויטי וואס איז די סדר אז ס' ציט וואג אויף אראפ. כארנישט ספעציעל, דאס איז די ערד וואס טוט זיך איר ארבעט.
  • הויבונגס-קראפט - Lift
דאס איז וואס הויבט אויף דעם עראפלאן און דורך די כח הויבונגס-קראפט, + לופט (אידיש) האלט עס איר אן אין די לופטן. אקעגן גראוויטי.

וויאזוי ארבעט עס? לופט פליסט נאכאנאנד, העכער און אונטער די פליגלען פון ביידע זייטן און די פארעם פון די פליגלען/flaps געבויגנקייט ווערט געשאפן א לופט קאנאל דורך וואו דער עראפלאן האקט איבער און דאס באשאפט א געוויסע פרעשור וואס הייבט אדער שטופט דעם פליגל אין רעספאנס. די לופט פון אונטן פארט שטייטער און די לופט פון אויבן גליטשט שנעלער און דאס שטופט לופט אראפוועגס פון אונטערוויילעכץ. פיקטשער א אקעאן געמאכט פון לופט אין וואס דער עראפלאן פלאטשקעט אריין און שווימט אדורך.

  • שטויס-קראפט Thrust
די שטויס-קראפט איז די כח וואס שטופט דעם עראפלאן פאראויס אדורך די לופט. (מערקט אן די ווארט שטופט, און נישט עקסעלערעיט)

וויאזוי ארבעט עס? דשעט מאטארן נעמען אריין אין זיך לופט, קאמפרעסן עס, פארברענען גאזאלין, און באמבאדירן עס צוריק ארויס מיט אימפעט פון אונטערן עראפלאן. די באמבאדירונג אזוי צו זאגן מאכט א שטופ ס'הייסט א forward push טראכט אזוי ווי א באלאן וואס מ'לאזט ארויספליען אנגעבלאזן. ווען די עראפלאן איז אין thrust פילט מען די שטופ צום זיץ און אויך די forward motion צו וואו די עירקרעפט פארט.

  • שלעפ-קראפט Drag
דאס איז די לופט וואס שטופט צוריק אקעגן דעם עראפלאן. לאמיר עס א נאמען געבן די עקשן וואס קעמפט צוריק די flight motion צו וואו די עראפלאן וויל גיין.

וויאזוי ארבעט עס? די עראפלאן, ווערט אויפגעהויבן ווען איר הויב קראפט איז שטערקער ווי איר וואג,
און געשטויסן (אויף פאראויס) ווען שטויס קראפט, איז שטערקער ווי שלעפ קראפט. און די גאנצע קונץ איז צו קענען האלטן דעם באלאנס פון אלעם, אויב איז עס ארויס פון באלאנס נעמט זיך די עראפלאן עקסעלערעיטן און קען גיין נאז אראפ. אנדערש ווי ביי פארן, ביי פליען איז עקסעלערעישן די לעצטע זאך וואס מ'וויל.

דאס פארענטפערט פארוואס אן עראפלאן קען נישט איינפאך געבן א שפרונג ארויף פון די ראנוועי ביי טעיק אף, עס מוז ערשט עקסעלערעיטן ביז א גאר שנעלע ספיד, ביז די הויבונגס-קראפט Lift = געוויכט-קראפט Weight
אין אנדערע ווערטער ווען אן עראפלאן הייבט זיך (דורך) lift טוישט זיך די מאמענטום פון לופט פלוס אין די אטמעספער. וואס געשעהט איז די עראפלאן זיצט נישט אין די הימלען, עס האלט אין איין אינטערעקטן מיט די קעגנקומענדיגע airflow

יעצט אין אנהייב איז עס א טראפעלע שווער צו כאפן, בפרט ווען אונז לערנען נישט קיין פיזיקס. איז פאר יעצט טראכט פון די drag ווי די ברעיקס ווייל זי שלעפט דעם פליגער צוריק און מאכט עס פארן שטייטער און טראכט פון די שטויס-קראפט ווי די עקסעלערעיטער וואס מאכט עס פארן. נאר מיט אומזעבארע לופט אין די הימל. דאס הייסט אזוי: ווען די הויבונג-קראפט, די שטויסקראפט, די געוויכט-קראפט און די שלעפ-קראפט קומען זיך צוזאם אין א פערפעקטע הארמאנישע באלאנס, קען א עראפלאן פליען 35,000 פיס. אבער נאר מיט די פונקטליכע באלאנס.

עס צו מאכן אפילו פשוט'ער, נעם א דוגמא פון א קאר, וויפיל מאל עפנט מען די פענסטער פאר א ציגארעטל אדער סתם ארויסצוהענגען די האנט און די לופט שטופט עס צו די עק פון פענסטער? פארוואס געשעהט דאס? ווייל די לופט שלאגט זיך נאכנאנד צוריק מיטן קאר וואס ברעכט דורך איר לופט און די לופט וויל בלאזן אויף פארקערט.

יעצט טראכט פארקערט, אין די לופט העלפט די לופט שטופן דעם פליגער אויף פאראויס. געווענליך. (מער אויף דעם שפעטער.)

שוין דאס איז אין קורצן די בעסיקס פון די עיראדינאמיק פאורסעס. יעצט לאמיר אנהייבן אביסל דרייוון.

נאכדעם איז דא אן אנדערע קאנצעפט: the angle of attack דאס איז א מאס צווישן די די פליגלען (wings) וואס מאכט lift (נישט אויסצומישן מיט די ווארט לופט) וואס מאכט דעם עראפלאן צילן צו וואו זי וויל אנקומען, און די לופט-פלוס וואס קומט איר אקעגן. (oncoming airflow) ווען די פליגלען זענען פארמאכט שטערט עס לופט פון דורכבלאזן, און ווען די פליגלען זענען אפן לאזט עס דורך די לופט און העלפט דעם עראפלאן פליען פאראויס.

דאס איז געמאכט צו מעסטן די ווינט צו פליגער ראשיא, און וואו פארזיכטיג די פליגלען טרעפן זיך מיט די לופט, מאכט דעם אטאקע אז די עירקרעפט זאל קענען גיין נאז ארויף און מאכן וואס הייסט א climb צו א העכערע altitude צו וואו מ'וויל אנקומען.

אויב לאמיר זאגן אין די משל איז דיין האנט פלאך ארויס פון פענסטער וועט לופט פליען איבער דעם, אויב אבער געבט מען א בייג די האנט צו אביסל אויפגעשטעלט, וועט מען מיטאמאל פילן א כח פון א הויבונג קראפט, דאס איז essentially די angle of attack אדער די AOA. אויב מ'טוט עס צו אגרעסיוו ווערט א שטארקע געפעכט צווישן די האנט און די לופט און עס נעמט זיך ארומפלאטערן (wobble) ווייל די לופט וויל דורכפליען. די AOA איז איינע פון די וויכטיגסטע זאכן וואס יעדע פילאט מוז זיך לערנען צו מאכן פונקטליך אויפן האר. די AOA באשטימט וויפיל הויבונג-קראפט דו האסט, און די אלע 4 זאכן באשטימען flight direction

2 פארקערטע זאכן פאסירן אינאיינעם איז האלט קאפ. ווען די לופט פארט אדורך די פליגלען אויף אראפ, שטופט עס אטאמאטיש די פליגער אויף ארויף. דאס איז נישט מיין איידיע, דאס איז אייזיק נוטאן'ס דריטע געזעץ פון motion

ווייטער, ווען א פילאט פארט אויף ארויף און מאכט זיין נאז אזוי גאנץ שיף ווערט די מרחק פון די לופט און די פליגלען ברייטער, און דאס מאכט די angle of attack שטערקער,
און דאס מאכט אז די פליגער זאל זיך הייבן. די אפגערוקטקייט פון די line און קעגנקומענדיגע לופט פלוס מאכט די גאנצע הויבונגס-קראפט




The angle of attack is the angle between the chord line of an aircraft's wing and the oncoming airflow, which is crucial for generating lift. The chord line is an imaginary straight line that runs from the leading edge to the trailing edge of the wing, serving as a reference for measuring this angle against the relative wind.


angleOfAttack.webp


אבער... די לופט בלייבט נישט אפגערוקט פאר אייביג, עס איז קומט צו א פונקט ווי די לופט הערט אויף דורכצולויפן העלפן'דיג אונזער עראפלאן, דאס הייסט CL Max ווען דאס געשעהט מאכט זיך א stall און מ'דארף צוריק אויסגלייכן דעם נאז אז נישט קען זיין א סכנה. און ס'קען פארלירן קאנטראל און די עראפלאן פארלירט הויב-קראפט און קען אראפקראכן.

די וויכטיגקייט פון וועטער
די וועטער איז אלעס! ממש. מענטשן האבן נישט קיין אהנונג וואס די פילאטן טרענירן זיך אלס נאר פאר וועטער, מ'מיינט אז די פילאט איז סתם העפליך ווייל ער ארבעט פאר א עירליין זאגט ער שוין די וועטער אויך, נאך א שטיקל אינפארמאציע זאל זיין, ווי גלייך ער איז עפעס טור גייד. די רעאליטי איז ס'איז מער ווי א סורדזשען וואס גיבט א אפדעיט פאר זיינע סטודענטן מיד-אפערעישן. דאס איז א גרויסע טעות אין וואס מיר לעבן, פילאטן ארבעטן מיטן וועטער א יעדע מינוט! א פליגער האט נישט קיין ראוד, נישט קיין guardrails נישט קיין געלע ליניע אלעס קען זיך פארפאטשקענען מיט א בייזע ווינט וואס פארדרייט די לופט. האט איר געוויסט אז איינע פון די ערשטע זאכן אין די מעניועל לערנען פילאטן אין סקול וועגן מינע וואלקענעס. מ'טראכט נישט אריין, וואו אין די וועלט קומט א פילאט צו קענען נעמען פון וואלקענעס? ער איז נישט קיין וועטער זאגער, א פילאט האט עס מיר פארציילט, ביז ס'האט אים געקליקט, די וואלקענעס פארציילן א גאנצע מעשה און דיספלעיען פארשידענע פעטערנס וואס פאר זייער סוקסעס איז נישט סתם גוט צו וויסן, נאר קען מאכן אדער פארהארגענען זייער הצלחה! פון טורבעלענס ביז פליגל פארעם און אפילו מער אייז קען מאכן צופיל וואג, און צו זאל מען איבערפליען דעם וואלקן אדער פליען פון אונטן, ס'איז פון די מערסט בארינג חלקים פון זיך לערנען פליען אבער זיי מוזן וויסן וואס טוט זיך אין דעם וואלקן צו וויסן פונקטליך וויאזוי די לופט גייט אים יא אדער נישט פירן, אלעס פאר דיין סעיפטי.

יעדע עראפלאן דארף האבן א פונקטליכע פלייט פלאן, מ'מיינט ס'גייט אזוי איינס צוויי מ'קומט אן צום דזשאב און מ'פליט ארום די וועלט... ניין, יעדע פילאט קומט אן כאטש 45 מינוט פאר דעם און מ'הייבט אן אויסארבעטן א פלאן אויף די גראונד, פאר מ'האט נאך אפילו געבאורדט. ס'הייסט א pre flight briefing וואו מ'ארבעט אויס די דעטאלן אז יעדער זאל וויסן וואו אהין מ'צילט, וואו גייט די עראפלאן פליען? וויאזוי גייט מען דארט אנקומען? וואו הויעך גייען מיר פליען אויף וועלכע altitude? וואס טוט זיך אויב עפעס גייט סאוט? איז דא א אלטערנאטיוו עירפארט? וואו גייט מען לאנדן? וואס איז די וועטער דארט? און די פילאטן צווישן זיך מוזן דאס איבערגיין בחברותא ווי א שיעור בקיאות מיטן גאנצן ערנסטקייט. שפעטער קענען זיך זאכן טוישן. למשל א זאך וואס טוישט זיך איז וויאזוי די עראפלאן לאנדט, אויב ס'איז צו ווינטיג דארף עס לאנדן זייטיג אפילו אויב מ'מוז לאנדן אין צענטער אבער פשוט צו מעינטעינען lift מוז מען זיך אוועקבייגן און אזוי לאנדן ווייל די ווינט בלאזט אנדערש, ווייל אויב נישט קען עס זיך צופידלען און אראפפארן פון די ראנוועי, סא to counteract that מוז מען אריינפארן אינעם ווינט אריין (אזוי ווי ס'האט געטוהן ביז יעצט) אז אלעס זאל גיין בשלום.


מיטאסן וואס מענטשן האבן איבער פלייט
  1. אסאך מענטשן מיינען אז ווען אן עראפלאן הייבט זיך דיפייט עס די געזעצן פון פיזיקס, און ווידער ווען זי לאנדט פאלט זי צו די ערד דורך גראוויטי. ביידע זענען נישט ריכטיג, עס איז נישט מעדזשיק, עס איז נישט קיין נס, עס איז פונקטליכע קאלקילעישן פון א בינטל פון זאכן וואס קומען זיך צאם פונקטליך וואס מאכט עס געשעהן אין א פערפעקטע עיראדינאמישע איקוועליבריום. ווען זי מאכט א טעיקאף איז זי נישט "ארויפגעפלויגן" זי האט איינפאך גענוג lift אז זי דארף מער נישט די ערד, און ווידער ווען זי לאנדט האט זי נישט "זיך פארלוירן און אראפגעטראסקעט אויפן ערד" נאר זי האט רעדוצירט airspeed און lift אז זי קומט אן אונטן. ווען די זאכן ארבעטן איז עס געבויט אויף ריין סייענס, און טיפע מאטעמאטישע חשבונות וואס מ'האט דא קלאר אויסגערעכנט פונקטליך פון פריער וויאזוי דאס וועט צוגיין. און די חשבון שטימט! די גאנצע פליען עקספירענס איז א מאטעמאטישע סך הכל! וואונדערליך!
  2. מענטשן מישן אויס אדער האבן שלעכט ארויס געוויסע פיזישע קאנצעפטן בנוגע פלייט, לדוגמא א סטאול האט נישט מיט ספיד, ס'האט מיט angle of attack
  3. פליען איז נישט סעיף. אסאך מאל הער איך דעס, און איך רייב מיר די אויגן, פליען איז די נומער איינס safest מיטל אנצוקומען פון פלאץ צו פלאץ! טראץ אלע אינצידענטן, מעכאנישע פראבלעמען, און שרעקעדיגע טורבאלאנס. אלס א לייסענסד מאטאריסט וואס איז אויף ראודס אסאך אין גרויסע סיטיס, זעט מען יעדן טאג צושמעטערטע קארס, אדער שיער נישט'ס פון רעקלעס דרייווינג, טעקסטן, פארחלומטקייט, וכו' אין פאקט האט די אינטערנאצינאלע עיר טראנספארט אסאסיאציע אין 2023 רעקארדירט בלויז איין ערנסטע אינצידענט פאר יעדע 1.26 מיליאן פלייטס. אויפגעבלאזן איז אן אנדערסטעיטמענט. דו האסט מער טשאנסן צו ווערן געשאסן אין טיימס סקווער 2 נאכמיטאג אדער איבערגעפארן אויף בעדפארד עוועניו אויף 30 ווי אומקומען אין א עראפלאן. איך ענדשוי מיר גראדע זייער ביים דרייוון, איך מאך עס נישט אוועק, אבער די פאקט איז אז זיין דערשראקן פון פליען נעמט זיך אפט פון איגנאראנץ, ווען מענטשן ווייסן נישט אז דרייוון אדער DUI שאדט אסאך מער, און טויזנטער טויזנטער מענטשן שטארבן און ווערן געשעדיגט א יאר. א פליגער זאל קראכן איז גאר גאר א זעלטענע זאך.
  4. רעדנדיג פון דעם איז דא א מיטאס אז עראפלאנען קענען נישט פליען דורך די בערמיודע טרייענגל, דאס איז נישט ריכטיג, אין די צייט וואס עס איז אמת אז עראפלאנען האבן זיך פארלוירן און מסתם איינגעזינקען איז עס נישט די עראפלאן'ס פראבלעם, עס איז די די ענוויירמענט, ווי מ'ווייסט איז די בערמיודע אינזל טראפיקל און שטורעמעס פאסירן דארט אפט און דאס איז די פראבלעם. אבער דאס אז זיי פליען טיף אינמיטן ים איז נישט קיין פראבלעם און היינט האט מען גוטע טרענירונג און אפילו פאר בערמיודע.
  5. פילאטן שלאפן דורך גאנצע פלייטס, דאס איז ווייטער פאלש, עס איז דא 2 פאר א סיבה און זיך אפרוען ברעיקס איז פלאנירט פאראויס, און ווען איין פילאט נעמט א ברעיק איז דער אנדערער פולי עלערט און מאניטערט דעם גאנצן עירקרעפט. גראדע איז לעצטנס געווען א מעשה מיט א off duty פילאט וואס איז געווען אין jump seat און איז זיך אריין אין די קאקפיט הויך ווי א צפרדע אויף סייקעדעליקס און אויסגעלאשן די engine אינמיטן פליען.
  6. oxygen מאסקעס האבן פארשידענע דראגס אין זיך צו בארוהיגן די געמיטער אויב וועט מען פארלירן cabin pressure ניין ס'איז דוקא oxygen וואס קען האלטן פאר 12 גאנצע מינוט - גענוג צייט אז די עראפלאן זאל קענען לאנדן און מענטשן זאלן קענען אטעמען פון זיך אליין.
  7. אלקעהאל האט א בעסערע אפעקט אין די הויעכע ספערן. ניין ס'האט נישט. ס'פילט אפשר אזוי אין קאפ ווייל מ'ווערט דאך משוגע פון גארנישט טוהן, וויל זיך עס בעסער ענדזשויען דעם ביטערע טראפ אבער וואס יא ווען מ'לאנדט קען מען פילן מער דיהיידרעיטעד וויבאלד מ'האט דאך דינערע לופט אין 35,000 פיס, איז נאכן טרינקען אלקעהאל קען מען ווערן מער דיהיידערעיטעד אבער מ'קריגט נישט קיין בעסערע buzz

איך ווייס איין זאך איך שלאף קיינמאל נישט איין.... נישט קיין חילוק וואס ס'איז

8. נאך א באקאנטע מיטאס איז אז טורביולענס איז א סכנה, ווען פילאטן זענען טרענירט פאר דעם און עירקרעפטס זענען דעזיינט פאר פיל גרעסערע פראבלעמען ווי דעם און ס'איז ווי זאגן אז א פאטהאול איז א סכנה, ס'איז אפשר אומבאקוועם, איך ווער זייער נערוועז דערפון אבער ס'איז העכסט נארמאל און מ'מיידט עס אויס און אלעס איז בסדר.
 
לעצט רעדאגירט:
Back
Top