ויאסף פראנציסקא אל עמיו

וואלווי

אלטגעזעסענער קרעמלער
וועטעראן
זיך איינגעשריבן
מאי 16, 2024
מעסעדזשעס
793
רעאקציע ראטע
3,716
פונקטן
423
לאור די היסטארישע אריבערגאנג פון די פטירה פון חסיד האומות פאופ פראנסיס, וואס דאס בארירט אונז אלע, איעדער אויף אן אנדערע ארט, אין הארץ, קאפ, אדער לינקע פאה, וועט דא דינען ווי א פלאץ ווי מ'קען זיך אויסגעבן די ווייטאג אויף ובא השמש און אויף די האפענונג פון וזרח השמש
 
.
 

בייגעלייגטע פיילס

  • 8395298.jpg
    8395298.jpg
    306.2 KB · געזען: 165
לעצט רעדאגירט:
ווי אזוי ענדיגט מען צו א הספד ביים די קאטליקס?
זאל מען ענדיגן "מ'זאל שוין זוכה זיין צו ביאת המשיח במהרה" ? ער איז דאך שוין געקומען
 
ווי אזוי ענדיגט מען צו א הספד ביים די קאטליקס?
זאל מען ענדיגן "מ'זאל שוין זוכה זיין צו ביאת המשיח במהרה" ? ער איז דאך שוין געקומען
טאקע פארדעם האט די משנה זיך שוין באווארענט ימי חייך עולם הזה, כול ימי חייך להביא ימות המשיח.
 
ציניקער זאגן אז די שכר פון די פויפסט איז צוויי און זיבעציג יונגע קינדער.

זכותו יגן עלינו
אן אראבער בלאז זיך אויף און קומט ארויף, זיכט די צוגעזאגטע 72 בתולות, ביז דערווייל טרעפט ער אן אלטע מויד, היתכן?

אנטשולדיג, ס'איז א טייפא, ענפערט מען עם, מע'האט געמיינט צו זאגן איין בתולה פון 72 יאר..
..
 
מזל טוב!
קארדינאל פראנציס פרעוואסט (א אמעריקאנער געבוירענער), איז געווארן איינגעשוואוירן אלס נייער פויפסט לעא דער 14'טער.

כאטשיג מאגא וואלטן געדארפט זיין די ערשטע זיך צו פרייען איבער אן אמעריקאנער פויפסט "אמעריקע פירסט", און בכלל אלס מער גלויביגע קאטאליקן. דאך זענען זיי נישט צופרידן פונעם אויסוואל, נאך וואס דער נייער פויפסט הייסט א שטיקל לינקער, און האט זאגאר געשריבן לעצטנס א טוויט אקעגן וויצע פרעזידענט ווענס.


הלואי אונז וואלטן דא געהאט א מומחה צו דעם גאנצן פראצעדור, וויאזוי דאס ארבעט.
ס'שטייען זיכער נישט אויף איין גרינעם טאג אזויפיל קארדינאלן, און זענען מחליט אז דער איז דער בעסטער צו זיין פויפסט. ס'איז זיכער דא חברה וואס דרייען און מישן א קאשע. כ'בין זייער נייגעריג.

אגב, איז ווערט צוצולייגן, אז די סדר פון די פויפסטן איז שוין יארן א רעכטער נאכדעם א לינקער וכן הלאה. דער פארשטארבענער פויפסט פראנציסקא איז טאקע געווען א לינקער, וואלט מען בפשטות געדארפט אויסוועלן א רעכטער. ס'איז נישט געווען אזוי די געזעץ, נאר אזוי האט זיך עס אויסגעשטעלט. אבער דער פארשטארבענער פויפסט האט צוגעלייגט אסאך קארדינאלן אין זיינע יארן, און אזוי איז לכאורה געווארן א מערהייט פאר ליבעראלע קארדינאלן.

זאל דער פון אויבן טאקע העלפן, ס'זאל נתרבה ווערן אחדות און אהבה צווישן די מענטשהייט, ווי מ'זאל זיך באציען צו יעדער מענטש די זעלבע, מיט ליבשאפט און רחמנות.
 
אן אראבער בלאז זיך אויף און קומט ארויף, זיכט די צוגעזאגטע 72 בתולות, ביז דערווייל טרעפט ער אן אלטע מויד, היתכן?

אנטשולדיג, ס'איז א טייפא, ענפערט מען עם, מע'האט געמיינט צו זאגן איין בתולה פון 72 יאר..
..
דעי וויץ פארשטייט מען בעסער מיט א בילד ....
 

בייגעלייגטע פיילס

  • images.jpeg
    images.jpeg
    57 KB · געזען: 76
  • GaGlPM1XcAATPdI.png
    GaGlPM1XcAATPdI.png
    447.6 KB · געזען: 77
ס'שטייען זיכער נישט אויף איין גרינעם טאג אזויפיל קארדינאלן, און זענען מחליט אז דער איז דער בעסטער צו זיין פויפסט. ס'איז זיכער דא חברה וואס דרייען און מישן א קאשע. כ'בין זייער נייגעריג.
officially there isn't allowed any campaigning in the room
 
ברוך השם לא אלמן ישראל נוצרים, האמיר שוין א נייע פויפסט מען קען שוין אפאטעמען,
און נאכדערצו איז ער א היימישע פון אנ"ש לאמיר ווינטשן ער זאל אונז אקעגן פירן........
א גאב"ד איז נאך נישט דא אבער א פויפסט יא.
 
פון וואס? די צימער וואו מ'וואויט. דאס איז פשוט. כ'רעד פארדעם, נאכדעם, די גאנצע חזר'יי ארום.
i dont see why its so simple you its a hours a or evan days long process and in that time thay arnet alowed to advocate for them selfes
 
און בכלל אלס מער גלויביגע קאטאליקן.
רוב אמעריקאנער גלויביגער זענען נישט קיין קאטאליקן נאר פּראטעסטאנטן וועלכע זענען שוין זייט איר גרינדונג בלוטיגע שונאים פאר די קאטאליקן און פון די פראטעסטאנטן איז פארהאן א סוב גרופע וועלכע רופן זיך עוואנדזשעליקס און פון זיי באשטייט דער עיקר טראמפ אדער קאנזערוואטיווע שטיצע און האבן סתם אזוי א חשבון מיט סיי וועלכע פויבסט פשוט אלץ די אלטע מלחמה צווישן די פראטעסטענס און קאטאליקן
 
Back
Top