- זיך איינגעשריבן
- מאי 20, 2024
- מעסעדזשעס
- 15
- רעאקציע ראטע
- 185
דער אנאטאמיע פון אן איינפאכע קאר איז היפש קאמפליצירט און נישט ווייניגער אינטערעסאנט. עס איז שטוינענד זיך צו באקענען פון דער נאענט מיט דער מעכאניזם פון א קאר און דער וועג וויאזוי דער מאטאר ארבעט. איבער אלעם איז דער וואונדער גרויס נעמענדיג אין באטראכט אז דאס אלס האבן מענטשן ערפינדן מיט זייערע אייגענע פארשטאנד און ערפארונג און אינוועסטירט פיל צייט, געלט און מח ביז עס איז צושטאנד געקומען דאס וואס מיר קענען אזוי גוט און באניצן זיך דערמיט אזוי פיל: דער קאר.
אן איינפאכע קאר – א וואגן מיט פיר רעדער וועלכע ווערט געטריבן דורך אינערליכע ברענונג, פארמאגט הויפטזעכליך זיבן באשטאנדטיילן וועלכע שטעלן איהם צוזאם, זיבן סיסטעמען וועלכע יעדער פאר זיך איז אן ערצייגונג און א מאשין אין זיין אייגענער ווערד און אלע צוזאמען ארבעטן זיי צו טרייבן דעם קאר און איהם אפצושטעלן לויט דער באשלוס פון דער וואס זיצט ביים ראד.
די זיבן הויפט טיילן פונעם קאר זענען ווי פאלגענד:
דער מאטאר
דער מאטאר איז אין איין ווארט דער הויפט טייל פון דעם קאר. דאס איז דער טייל וועלכע שטעלט צו ענערגיע פאר דעם קאר.
דער מאטאר איז צוזאמען געשטעלט פון צענדליגע קלענערע טיילן און סובטיילן. מיר וועלן זיך דא הויפטזעכליך קאנצעטרירן אויף די הויפט טייל דערפון.
דער מאטאר ארבעט דורך דעם וואס עס פארברענט אויל: פעטראל אדער דיעזל און עס שאפט א שטארקע קראפט.
פּיסטָאן
באקענט אייך מיט דעם פיסטאן: דער הארץ מוסקל פון דעם מאטאר.
כדי צו פארשטיין וויאזוי אן ענדזשין ארבעט, מוז מען צום ערשט האבן א באגריף וואס א פיסטאן איז.
א פיסטאן איז א שווערע שטיקל מעטאל אין דער פארעם פון א צילינדער מיט א הוילקייט אינעווייניג. אין דעם ליידיגן רער איז דא א שווערע שטיקל אייזן אויף א שטעקן וועלכע גייט ארויף און אראפ מיט דער קראפט פון דרוק.
דער שטאנג אונטער דעם שטיקל אייזן, איז צוגעטשעפעט צו א ציין-ראד (Gear) גערופן דעם קראנק-שאפט וועלכע דרייט זיך יעדעס מאל וואס דער שטיקל אייזן גייט ארויף און אראפ.
דער קראפט וועלכע לייגט דער דרוק אויפן קאפ פונעם פיסטאן און דרוקט דאס אראפ, קומט פון די גאז וועלכע דער מאטאר פארברענט, ווי פאלגענד:
א קליינע טראפ פון גאז וועלכע דער קאר נעמט איין, גייט אריין אינעם פיסטאן צוזאמען מיט א ביסל זויערשטאף (אקסעדזשן) פון דער לופט, דאן קומט א קליינע פינק און בום! אן אויפרייס פילט אן דעם פיסטאן און דערמיט ווערט אראפגעדרוקט דער קאפ פונעם פיסטאן ביז אונטן פונעם צילינדער און דאן קומט עס צוריק ארויף אלס רעאקציע און דאן ווערט נאכגעפאלגט נאך א באמבע וועלכע דרוקט ווידער אויפן קאפ פונעם פיסטאן.
די גאז, דער זויערשטאף און דער פינק, קומען אלע אין א פונקטליכע אויסגערעכענטע צייט אז דער אויפרייס זאל פאסירן אויף א באשטימטע ריטעם.
העכער דעם פיסטאן זענען פארהאן דריי עפענונגען, איינס פון וועלכע גאז מיט לופט קומען אריין, איינס וועלכע שטייט פונקט העכער דעם פיסטאן וועלכע געבט דעם פינק פון פייער צו דער אנגעגרייטע באמבע, און איינס איז א רער פון וועלכע די אויסגעברענטע לופט נאכן אויפרייס, גייען ארויס נאכדעם וואס דער פיסטאן קומט צוריק ארויף, נאך יעדער דריי.
דער טייל וועלכע געבט דעם פונק ווערט אנגערופן דער ספארק-פלאג און איז זייער א וויכטיגע באשטאנדנטייל אינעם מאטאר, נעמליך אן איהם איז נישט דא קיין אויפרייס.
דער מאטאר איז צוזאם געשטעלט פון עטליכע, בדרך כלל - פיר פיסטאנס וועלכע דרייען זיך אויף א ראד גערופן דער קאם-שאפט און ווען די פיסטאנס דרייען זיך, דרייען זיי מיט זיך א ראד וועלכע איז צוגעטשעפעט צו זיי פון אונטן. דער ראד רופט זיך דער קראנק-שאפט.
די פיסטאנס דרייען זיך דורך דעם אויפרייס וועלכע ווערט געשאפן דורך דער גאז, ברענשטאף און א פונק וועלכע שטופט אראפ דעם שווערן שטיקל מעטאל און ווען דער אויפרייס בארואיגט זיך, גייט דער שטיקל צוריק ארויף און דאן קומט נאך אן אויפרייס וועלכע שטופט צוריק אראפ דעם פיסטאן וחוזר חלילה.

- דער מאטאר (ענדזשין) – דאס הארץ פונעם קאר.
- דער טראנסמישאן – דאס איז דער טייל וואס איז פאראנטווארטליך צו פירן די ענערגיע פון דעם מאטאר צו די רעדער און אזוי ארום דרייען זיי זיך.
- דער סוספענשאן – דאס איז דער טייל וועלכע איז פארפליכטעט צו היטן דעם קאר פון ווערן געווארפן צו שטארק פארנדיג אויפן גאס און צושטעלן אן איינגענעמענע רייזע פאר די מיטרייזענדע.
- דער ברעיק סיסטעם – דאס איז וואס שטעלט אפ דעם קאר ווען מען קוועטשט אויפן ברעיק פעדאל.
- דער קלימאט קאנטראל סיסטעם – דאס איז דער טייל וואס איז געשטעלט צו היטן אויפן טעמפעראטור פונעם מאטאר און דער קאר.
- דער אפפאל (עקזאסט) סיסטעם – דער טייל וועלכע לאזט ארויס די אפפאל וואס דער מאטאר לאזט איבער.
- דער עלעקטריק סיסטעם – דאס נעמט אריין: דער בעטאריע, דער אלטערנעטאר און נאך עטליכע וויכטיגע באשטאנדטיילן וועלכע שטעלן צו די עלעקטעריציטעט אין וועלכע דער קאר נויטיגט זיך.

לעצט רעדאגירט: