ויתרוצצו הבנים - תשפ"ה

איש מבקש

פרישער קרעמלער
זיך איינגעשריבן
יאנ. 9, 2025
מעסעדזשעס
10
רעאקציע ראטע
61
שלום עליכם חברים, אזוי ווי איר הערט, ס'טוט זיך א ויתרצצו און מיין בויך... לאמיר גיין גלייך צום פינטל,

עכט קען איך אנפילן גאנצעטע בלעטער וואס ס'באדערט מיר, אבער איך וויל עס האלטן קורץ,
איך פארלאז מיך, אז מרעדט דא צו קלוגע יודן וואס ליינען צווישן די שורות, אדער זענען אין דעם מצב, יעצט צום ענין:

איך בין א יונגערמאן מיטעלע 20'ער חתונה געהאט מיט 4 קינדער, און יעדן שטיק צייט איז א מישמאש ביי מיר אין די קישקעס...
וואס וויל איך זיין? בין איך צופרידן יעצט? און וויאזוי וויל איך און מיין משפחה אויסקוקן און 10 יאר פון יעצט?

איין טאג וויל איך זיין א פרייע פויגל, קוקן וואס איך וויל, איך וויל נישט האבן נאך קינדער צי קענען אינדזשויען לייף, טוישן מיין ווייב (איך בון נישט מצליח און דעים זארגסט ענק נישט), בעיסקלי איך בין נישט ציפרידן מיט מיין יעצטיגע מצב, איך וויל זיין פריי!!

פון די אנדערע זייט, איז דא טעג וואס איך טראכט.. קאמאן... דו גייסט נישט און ערגעטס
דיין עלסטע איז זיבן דו גייסט זיי נישט ארויסנעמען פון די סיסטעם, און וואס זאגסטו פאר דיין ווייב? פאר דיין משפחה?
גיי זעטס דיך לערנען, באקום א שמחת החיים, און לאז זאכן לויפן,
און איך טראכט אויך אז איך וויל דאך האבן ווען איך בין זעכציג א טיש מיט קינדער און אייניקלעך, בקיצור יודיש נחת

בקיצור אזוי בין איך יעדע פאר וואכן אין א אנדערע מאוד.

איך גיי דא ענדיגן. כ'האף ס'אביסל קלאר, אויב נישט פרעגטס ביטע, איך וועל מיר טרייען אויסציקלארן און די קימענדיגע שנירעלעך
(קודם בין איך קלארער.. שרייבען העלפט)

איינער פילט מיך?

וואס טוט מען?
 
אוי!!

ווען די תירוץ וואלט געווען א גרינגע... וואלט מיר דאך אלע געענטפערט גלייך. מען ענטפערט אז מען פילט מיט און אז ביסט נישט די איינציגסטער טאקע ווייל דאס נעמט געווענליך אראפ א גרויס חלק פון די שוועריגקייט.

די איינזאמקייט, די צער פון פילן ווי מ'איז א דרויסענדיגער, ווי יעדער לעבט און לאכט און נאר איך האב די אלע מחשבות.... אסאך גייט אוועק ווען מען ווייסט אז מ'איז נישט אליינס. קען זיין דיין שכן אדער דער רייכער בעלעבאס אין דיין שול איז אויך דא און פילט מיט מיט דיר.

א עצה וואס קען אפשר העלפן איז טאקע דאס. טראכט און דמיון (ס'מוז נישט זיין אמת) אויף דיינע ארומיגע אז גאנץ מעגליך אז זיי וואלטן זייער געוואלט רעדן מיט דיר דערוועגן נאר זיי ווייסן אויך נישט אז זיי זענען נישט די איינציגסטע. ס'ווערט אזא בחינה פון עמך אנכי בצרה.

דאס קען דיר אביסל בארוהיגן אפשר... אבער אין דיין עצם פיזישע לעבן מיט ווייב און קינדער איז יעדער אנדערש. אסאך וואס זענען ארויס פון קאמיוניטי איז ווייל זייער לעבן אינעווייניג איז נישט געווען אזוי באטעמט לכתחילה. און אסאך וואס בלייבן איז עס נאר ווייל זיי האבן גאנץ א פיינע לעבן און זענען גרייט צו שפילן די געים.

פארוואס זאג איך עס דיר? ווייל איך גיי אויך צומאל דורך די אלע מחשבות... מיר פערזענליך איז אויסגעקומען אז מיין לעבן ערלויבט מיר געוויסע פרייהייטן און איך האב נישט קיין גרויסע יאך פונעם סיסטעם. איך קען אבער נישט טראכטן וויאזוי איך וואלט געפילט ווען איך האב נישט דאס ביסל בויגזאמקייט און דארף באמת צושטעלן זיך מיט א יעדע ריר. איך וואלט עס מן הסתם נישט אויסגעהאלטן... און צומאל גייט אריין אזא מחשבה זרה אז מעגליך וואלט איך אפי' פארטיידיגט אלעס און אנגעקומען צו מער פרומערע השקפות פשוט צו בלייבן ביים זינען.

שוין צופיל גערעדט....

אסאך הצלחה אין דיין זשורני. ס'איז א פראסעס...

און פרוביר צו לעבן מיט אביסל ציניסיזם אז:

אין מינעסאטע איז דא א קריסט וואס פילט די זעלבע לגבי זיין קולטור.

אין איראן איז דא א פרוי וואס פילט די זעלבע לגבי איר קולטור.

און אין קאליפארניע איז דא א פארפרומטע נשמה וואס איז געבוירן צו א געי קאפל, עקסטרעם לינק, און פילט די זעלבע עלנד אין זיין קולטור.

It's the human condition
It's the human struggle

ראנגלענישן אין מח גייט שוין פאר טויזענטער יארן און אין אלע קולטורן. נישט נאר ביסט נישט אליין, ביסט אין א ים פון מענטשן ענליך צו דיר!

חזק ואמץ.

הקטן מרדכי בן שושן
 
ישר כח! ס'מיינט פאר מיר אסאך אזאיך בין נישט אליין,
אבער איך וויל טאקע הערן וואס די עולם טוט.. מ'ווישט זיך אפ די נאז אין מ'גייט ווייטער?

די זאך איז אויכעט אז איך האב פיינט צי האבן א דאבל לייף, דהיינו פאר מיין ווייב/משפחה בין איך א "חסידישער יונגערמאן"
אבער איך ווייס ביי מיר ווען זיי וואלטן געוויסט אז כ'האב נישט געלייגט תפילין פאר אפאר טעג, וואלטן זיי פון מיר נישט יוצא געווען קידוש שבת בייטאג.

און סתם פאר אינטערעסאנטקייט.. כקען נישט דערגיין ווען כ'בין געווארן אזוי קאלט צי די בעיסיקס ווי לייגן תפילין, דאווענען,
ווען איינער וואלט מיר געזאגט אלס בחור אדער אפילו שנה ראשונה, אז ער ליייגט נישט תפילין וואלט איך אים ממש פארשטייינערט,
וואס איז געשען מיט מיר... געוואלד?!?!?
 
קענסט אנהייבן פון יעצט.
לייגן תפילין און האבן א חיים טובים איז בכלל נישט קיין סתירה...
 
די נישט לייגן תפילין איז דזשאסט א קאלטקייט.
איך האב געוואלט ארויסברענגן אז כ'האב שוין נישט דעי תמומות'דיגע נאטירליכע זאך צי לייגן תפילין און דאווענען
הלוואי באקום איך עס צירוק
 
נו וואס טוען ענק?
זיי וויסן אז ביזט נישט אליין און די מעשים וואס דו טוסט איז נישט דאס וואס דו ביסט. און ממילא דארף דיין ווייב און קינדער נישט וויסן וואס דו טוסט יא אדער נישט, ווייל דאס איז נישט קובע וואס דו טוסט.

עצה טובה: טרעף א גוטע חבר/טערעפיסט/רב/דיין וואס דו קענסט אויסשמועסן  אלעס וואס ליגט דיר אויפ‘ן בויך, און ס‘וועט דיר טוישן דיין לעבן. נ.ב. ס‘איז נישט גרינג צו טרעפן אזא איינעם, ס‘איז מעגליך צו טרעפן איינעם און נאכדעם טוישן אבער צום סוף וועסטו האבן אן אנדערע לעבן. הצלחה רבה מעמקא דליבי.
 
שכח! ווי זאגט די וועלט? That's a given, איך האב נישט געוואלט שוין און מיין ערשטע פאר שנירעלעך אויספויקן,
אבער דאס איז די מעלה פון דעים "איש מבקש" ער שעימט זיך נישט...
איך טרעף מיר יעדע וואך מיט א טערעפיסט וועגן סתם זאכן וואס איך וויל בעסער מאכן און לעבן, כ'האב ב'ה גארנישט מיטגעמאכט.
סא ער האט מיר שוין וועלידעדאט אלעס, יעדע זאך וואס כ'האב אים געזאגט אז איך טו יא אדער נישט, האט ער געהאט הונדערטער יונגערלייט וואס זענען די זעלבע, און מ'טרייט ציזאמען אויפציטון עפעס ווי ווייט מ'קען.
אבער ער איז נאר איין מענטש, איך וויל וויסן וואס כלל ישראל טוט?
איז יודישקייט טאקע דעיס? קוקן מאוויס ווי מ'זעהט פרויען איז א נסיון, וואס איך דארף פילען אז אויב איך סטאפ נישט, גיי איך אין שאול תחתות?
אדער מ'קעהן זיין א יוד מיט דעים...וכו'
 
דו דארפסט טרעפן צייטן צו ארויסשטעקן, איך פאר כסדר "מקומות הקדושים" אזוי גארטעלט מען זיך כוחות אויף די בין הפרקים
 
שכח! ווי זאגט די וועלט? That's a given, איך האב נישט געוואלט שוין און מיין ערשטע פאר שנירעלעך אויספויקן,
אבער דאס איז די מעלה פון דעים "איש מבקש" ער שעימט זיך נישט...
איך טרעף מיר יעדע וואך מיט א טערעפיסט וועגן סתם זאכן וואס איך וויל בעסער מאכן און לעבן, כ'האב ב'ה גארנישט מיטגעמאכט.
סא ער האט מיר שוין וועלידעדאט אלעס, יעדע זאך וואס כ'האב אים געזאגט אז איך טו יא אדער נישט, האט ער געהאט הונדערטער יונגערלייט וואס זענען די זעלבע, און מ'טרייט ציזאמען אויפציטון עפעס ווי ווייט מ'קען.
אבער ער איז נאר איין מענטש, איך וויל וויסן וואס כלל ישראל טוט?
איז יודישקייט טאקע דעיס? קוקן מאוויס ווי מ'זעהט פרויען איז א נסיון, וואס איך דארף פילען אז אויב איך סטאפ נישט, גיי איך אין שאול תחתות?
אדער מ'קעהן זיין א יוד מיט דעים...וכו'
עס איז זייער א שווערער טאפיק צו ענטפערן, פאר א סיבה זאגט יעדער אז מען פילט די צער און שוין, נאכדערצו ווען מען ווייסט נישט אלע דיטאלן ארום דיר און פין דיין לעבן איז זייער שווער צו ענטפערן,

פאר איינעם און אזא מצב איז די ריכטיגע ציגאנג טערעפי, פאר א צווייטען ער זאל דראפן יודישקייט, פאר א דריטן גארטל דיר אן טוה תשובה און טריי דיר צו האלטן שטארק וויפיל די קענסט און די איבריגע לאז פארן אייבערשטען, אד״ג

עס ווענד זיך און אסאך פון דיינע פערסענעל זאכן וואס די קענסט נישט שרייבן דא, סאו די עצה איז רעד מיט איינעם וואס די קענסט זיין מוראדיג אפן און וועט דיר נישט דשאדשען אין הער וואס ער האט צו זאגן
 
Back
Top