- זיך איינגעשריבן
- אפר. 15, 2024
- מעסעדזשעס
- 254
- רעאקציע ראטע
- 1,633
א יעדע געזונטער מענטש וואס איז ביים קלארן זינען האט געהאט תקופות פון דעפרעסיע אין זיין לעבן.
ס'איז א חלק פונעם לעבן, די אונטערליגנדע סיבות קענען זיין פארשידנארטיג, צו ס'איז א געפיל פון א מחסור וואס מ'ווייסט נישט ווי אזוי צו ערפילן, אדער סתם זיין אין א מצב וואס מ'פילט אז מ'האט נישט קיין קאנטראל איבער די שוועריגקייט אין וואס מ'האט זיך אריינגעזען אדער אן ערווארטונג אין לעבן וואס מ'וואלט געוואלט ס'זאל אנקומען אבער עס זעט זיך נישט אן ניטאמאל א רמז קל דערפון וכדו'.
הצד השווה, אז די דעפרעסיע ווירקט אויפן מענטש, ס'שלעפט אין איין, ס'פארשליסט אים די טויערן פונעם עולם העשייה, ער זעט זיך מער אין עולם החלומות, ער דערווייטערט זיך פונעם מענטשהייט, ער פאלט אריין טיף טיף אין זיך אריין אין טרעפט דארט גרויסע שווארצע לעכער פול מיט נחשים ועקרבים, ער בענקט צוריק צו טעג וואס זענען פון די ווייטע פארגאנגענהייט, די געפילן ווערן אים פארקנאקט אזש אז עס נערווירט אים ווען ער זעט אנדערע וואס ווערן באגייסטערט פון סיי וואס.
דעם אשכול עפן איך כדאי יעדער וואס האט אריינצוזאגן אינעם נושא זאל זיך לאזן הערן מיט טיפס אדער סיי וואס אינעם נושא, איך וועל בל"נ אריינקומען מיט אביסל פון מיינע צוויי צענט וואס איז נלענ"ד נאכן זען דא א שטיקל רעאקציע פונעם חשוב'ן ציבור.