- זיך איינגעשריבן
- אפר. 12, 2024
- מעסעדזשעס
- 167
- רעאקציע ראטע
- 1,000
לעצטענס איז ארומגעפארן א טעלעפאון נומער (1-855-752-5625) וואס ווען מען רופט עס אריין פון א סעל גיבט די סיסטעם די אינפארמאציע פארבינדען מיט דעם נומער - געווענליך די נאמען, אדרעסס, און ערשטע דריי ציפערן פון די סאושעל סעקיוריטי נומער.
די נומער שיינט צו זיין א גוטע מארקעטינג טאקטיק פון א פירמע https://www.cloaked.com וואס שטעלט צו סערוויסעס אפצוהיטען מענטשען פון שווינדלערס וואס קענען נוצן פערזענליכע אינפארמאציע וואס איז דא פארשפרייט אויפן געוועב.
אַרויפגייענדיג אויף די אויבנדערמאנטע וועבסייט קען מען זען אז אין צוגאב צו די ערשטע דריי ציפערן פונם SSN האבן זיי אויך די לעצטע דריי אדער פיר נומערן. און זיי טענה׳ן אז זיי האבן די גאנצע נומער און עס איז דא צו באקומען פאר געלט אויף די טינקעלע געוועב.
אויף אייוועלט האט זיך געמאכט א שמועס דערוועגן:
שאקירנד! פערזענליכע אינפאו איז צום פארקויפן! רופט: 855-752-5625 - אידישע וועלט פארומס
אויב איז טאקע אמת אז מען קען באקומען די גאנצע נומער; דאן איז גאר וויכטיג צו מאכן א credit freeze אויף די באטרעפענדע נומער. אזוי אויך איז דא די מעגליכקייט צו באקומען א נייע SSN אין געוויסע פעלער, זע מער דערוועגן אין די פאלגענדע לינקס:
Should You Freeze Your Credit?
Why Would Someone Change Their Social Security Number?
אפילו אויב די פולע SSN איז נישטא צו באקומען אויפן געוועב איז נאכאלץ דא די ריזיקע אז שווינדלער וועלן נוצן די טיילווייז פובליצירטע נומערן און אלע אנדערע אינפארמאציע צו באשווינדלען די געליטענע אויף כל-ערליי אופנים און די פארשריט פון AI קען נאך פילפאכיג פארערגערן די מצב.
איך עפן דעם שנירל ארומצושמועסן אלץ אנבאלאנגט די שווערע מכה פון אידענטיטעט גניבות.