אידישע פרויען זינגערינס

ערליך און אפן

אלטגעזעסענער קרעמלער
וועטעראן
זיך איינגעשריבן
יוני 17, 2024
מעסעדזשעס
394
רעאקציע ראטע
831
איך האב זייער ליב זיי צו הערן,
זיי רופן זיך די שוועסטערס, און זינגען עפ"ר אלטע אידישע ניגונים, מיט הערליכע הארמעניס

Login • Instagram
 
קומען זיי פון א היימישע בעקגראונד?
 
איך ווייס נישט,
בינעך אויך נייגעריג וואס די מעשה מיט זיי איז
 
איך בין משוגע פאר די טיפע געפילן פון
חוה אלברשטיין׳ס זינגען
בפרט דעי לידל: ״אברמ׳ל דער מרוויח׳ער״
(וועגן אן ארימער בחור פון אמאל, אין אייראפע,
וואס האט נעבעך געמוזט גנב׳ענען
צו האבן אויף צו לעבן)

(דאס זענען די ליריקס: )

אָן א היים, בין איך יונג געבליבן
ס׳האט די נויט, מיך ארויסגעטריבן
ווען איך האב נאך קיין דרייצן יאר [נישט] געהאט

אין דער פרעמד, ווייט פון מאמע׳ס אויגן
האט אין שמוץ מיר די גאס דערצויגן
געווארן איז פון מיר א וואוילער [יונג] יאַט

איך בין אברמ׳ל דער פעהיגסטער מרוויח׳ער
א גרויסער קינסטלער, איך ארבעט לייכט און זיכער
דאס ערשטע מאל, כ׳וועל עס געדענקען ביז׳ן טויט
אריין אין תפיסה, פאר לקח׳ענען א ברויט

כ׳פאָר נישט אויף מאַרקן, ווי יענע פּראסטע יאַטן
כ׳צופּ נאר ביי קארגע שמוציגע מאַגנאַטן
כ׳בין זיך מחי׳ ווען איך טאַפּ אזא מאַגנאַט [עושׁר]
איך בין אברמ׳ל גאר א וואוילער יאַט

אין דער פרעמד, נישט געהאט צום לעבן,
געבעטן ברויט, אן ארימער פלעגט נאך געבן…

נאר יענע לייט וואס זענען תמיד זאט
פלעגן אפט, טרייבן מיך מיט צארן:
״ס׳וואקסט א גנב!״
[און] ס׳איז מקיום געווארן…
א גנב בין איך,
נאר א וואוילער יאַט

איך בין אברמ׳ל דער פעהיגסטער מרוויח׳ער
א גרויסער קינסטלער, איך ארבעט לייכט און זיכער
א יאַט א קליינער אריין אין קוטשעמענט
ארויס א מזיק א זעלטענער טאלענט.
איי איי

כ׳פאָר נישט אויף מאַרקן, ווי יענע פּראסטע יאַטן
כ׳צופּ נאר ביי קארגע שמוציגע מאגנאטן
כ׳בין זיך מחי׳ ווען איך טאַפּ אזא מאגנאט
איך בין אברמ׳ל גאר א וואוילער יאַט.

שוין נישט לאנג, וועט דאס שפיל געדויערן,
קראנק פון קלעפּ, גיכט פון תפיסה מויערן,
נאר איין בקשה, כ׳וואלט אזוי געוואלט-
נאך מיין טויט, אין א טאג א טריבּן,
זאל אויף מיין מצבה שטיין געשריבן,
מיט אותיות גרויסע און פון גאלד:

״דא ליגט אברמ׳ל דער פעהיגסטער מרוויח׳ער
א מענטש א גרויסער, געווען וואלט פון אים זיכער…
א מענטש א פיינער, מיט הארץ, מיט א געפיל,
א מענטש א ריינער, ווי גאָט אליין ער וויל
אוי אוי

ווען איבער אים וואלט געוואכט א מאמע׳ס אויגן
ווען ס׳וואלט די פינצטערע גאס אים נישט דערצויגן,
ווען נאך אלס קינד ער א טאטן וואלט געהאט…
דא ליגט אברמ׳ל יענער וואוילער יאַט״


View: https://youtu.be/HS_IvKKZGnE?si=vJr3ha5COhtM8pL2
 
לעצט רעדאגירט:
און ווער רעדט נאך פון די הארצרייסנדע ליד ״פּאַפּיראָסן״ (ציגארעטלעך) וואס א יונג קינד פון דערהיים אין אייראפע פרואווט פארקויפן זיך צו דערהאלטן
ביים לעבן

אַ קאַלטע נאַכט, אַ נעפּלדיקע,
פֿינסטער אומעטום.
שטייט א ייִנגעלע פֿאַרטרויערט,
און קוקט זיך אַרום.
פֿון רעגן שיצט אים נאָר אַ וואַנט
אַ קאָשיקל האַלט ער אין האַנט
און זייַנע אויגן בעטן יעדן שטום.
איך האָב שוין נישט קיין כּח מער
ארום צוגיין אין גאַס.
הונגעריק און אָפּגעריסן
פֿון דעם רעגן נאַס.
איך שלעפּ ארום זיך פֿון באַגינען,
קיינער גיבט מיר ניט צו פֿאַרדינען,
אלע לאַכן, מאַכן פֿון מיר שפּאַס.
קופּיטיע, קויפֿט זשע, קױפֿט זשע, פּאַפּיראָסן.
טרוקענע, פֿון רעגן ניט פֿאַרגאָסן.
קױפֿט זשע, ביליק, בנאמנות.
קױפֿט, און האָט אויף מיר רחמנות.
ראַטעװעט פֿון הונגער מיך אצינד.
קופּיטיע קױפֿט זשע שוועבעלעך אַנטיקן.
דערמיט וועט איר אַ יתומ'על דערקוויקן.
אומזיסט מייַן שרייַען און מייַן לויפֿן,
קיינער וויל בייַ מיר ניט קויפֿן.
אויסגיין וועל איך מוזן ווי אַ הונט.
איך האָב געהאַט אַ שוועסטערל
אַ קינד פֿון דער נאַטור.
מיט מיר צוזאַמען זיך געשלעפּט
האָט זי אַ גאַנצן יאָר.
מיט איר געווען איז מיר פֿיל גרינגער
לייַכטער ווערן פֿלעגט דער הונגער
ווען איך פֿלעג אַ קוק טון נאָר אויף איר.
מיט אַמאָל געוואָרן איז זי
שוואַך און זייער קראַנק.
אין מייַנע הענט איז זי געשטאָרבן
אויף אַ גאַסן באַנק.
און אז איך האָב זי פאַרלוירן,
האָב איך אלע שוין געוואָרן
זאָל דער טויט שוין קומען אויך צו מיר.
קופּיטיע, קויפֿט זשע, קױפֿט זשע, פּאַפּיראָסן
טרוקענע, פֿון רעגן ניט פֿאַרגאָסן.
קױפֿט זשע, ביליק, בנאמנות.
קױפֿט, און האָט אויף מיר רחמנות.
ראַטעװעט פֿון הונגער מיך אצינד.
קופּיטיע קױפֿט זשע שוועבעלעך אַנטיקן
דערמיט וועט איר אַ יתומ'על דערקוויקן.
אומזיסט מייַן שרייַען און מייַן לויפֿן,
קיינער וויל בייַ מיר ניט קויפֿן
אויסגיין וועל איך מוזן ווי אַ הונט.

View: https://youtu.be/yFkc3WqrQyA?si=13THRFAS7rCsn21w
 
איך בין משוגע פון די טיפע געפילן פון
חוה אלברשטיין׳ס זינגען
בפרט דעי ליד: אברמ׳ל דער מרוויח׳ער=
(וועגן אן ארימער בחור פון אמאל, אין אייראפע,
וואס האט נעבעך געמוזט גנב׳ענען
צו האבן אויף צו לעבן)

(דאס זענען די ליריקס: )

אָן א היים, בין איך יונג געבליבן
ס׳האט די נויט, מיך ארויסגעטריבן
ווען איך האב נאך קיין דרייצן יאר [נישט] געהאט

אין דער פרעמד, ווייט פון מאמע׳ס אויגן
האט אין שמוץ מיר די גאס דערצויגן
געווארן איז פון מיר א וואוילער [יונג] יאַט

איך בין אברמ׳ל דער פעהיגסטער מרוויח׳ער
א גרויסער קינסטלער, איך ארבעט לייכט און זיכער
דאס ערשטע מאל, כ׳וועל עס געדענקען ביז׳ן טויט
אריין אין תפיסה, פאר לקח׳ענען א ברויט

כ׳פאָר נישט אויף מאַרקן, ווי יענע פּראסטע יאַטן
כ׳צופּ נאר ביי קארגע שמוציגע מאגנאטן
כ׳בין זיך מחי׳ ווען איך טאַפּ אזא מאגנאט
איך בין אברמ׳ל גאר א וואוילער יאַט

אין דער פרעמד, נישט געהאט צום לעבן,
געבעטן ברויט, אן ארימער פלעגט נאך געבן.
נאר יענע לייט וואס זענען תמיד זאט
פלעגן אפט טרייבן מיך מיט צארן:
ס׳וואקסט א גנב!
ס׳איז מקיום געווארן…
א גנב בין איך,
נאר א וואוילער יאַט

איך בין אברמ׳ל דער פעהיגסטער מרוויח׳ער
א גרויסער קינסטלער, איך ארבעט לייכט און זיכער
א יאַט א קליינער אריין אין קוטשעמענט
ארויס א מזיק א זעלטענער טאלענט.
איי איי

כ׳פאָר נישט אויף מאַרקן, ווי יענע פּראסטע יאַטן
כ׳צופּ נאר ביי קארגע שמוציגע מאגנאטן
כ׳בין זיך מחי׳ ווען איך טאַפּ אזא מאגנאט
איך בין אברמ׳ל גאר א וואוילער יאַט.

שוין נישט לאנג, וועט דאס שפיל געדויערן,
קראנק פון קלעפּ, גיכט פון תפיסה מויערן,
נאר איין בקשה, כ׳וואלט אזוי געוואלט-
נאך מיין טויט, אין א טאג א טריבּן,
זאל אויף מיין מצבה שטיין געשריבן,
מיט אותיות גרויסע און פון גאלד:

״דא ליגט אברמ׳ל דער פעהיגסטער מרוויח׳ער
א מענטש א גרויסער געווען וואלט פון אים זיכער,
א מענטש א פיינער, מיט הארץ, מיט א געפיל,
א מענטש א ריינער, ווי גאָט אליין ער וויל
אוי אוי

ווען איבער אים וואלט געוואכט א מאמע׳ס אויגן
ווען ס׳וואלט די פינצטערע גאס אים נישט דערצויגן,
ווען נאך אלס קינד ער א טאטן וואלט געהאט…
דא ליגט אברמ׳ל יענער וואוילער יאַט״


View: https://youtu.be/HS_IvKKZGnE?si=vJr3ha5COhtM8pL2
די לעצטע יאר צעהנדליג פארן קריג איז געוועהן גאר שוואך די מצב פרנסה עד כדי כל אז ס׳איז געוועהן א נערמאלע זאך צי גנב׳נן עסן, געהערט פון א איד פון יענעם דור.
 
View: https://youtu.be/cBAgYcT9kCo?si=qn7FFGWVlMBYFXPe


א וועדינג סאנג פון א פרוי, פאר אפאר יאר צוריק איז עס געוועהן אין סטייל ביי די מענער, ס׳האט שוין אריבער געקראסט די מחיצה.
 
דא איז נאך א זיסע ליד (געזינגען דורך חוה אלברשטיין)

״קינדער יאָרן״

קינדער-יאָרן, זיסע קינדער-יאָרן
אייביק בלייַבט איר וואַך אין מייַן זיכּרון!
ווען איך טראַכט פֿון אייַער צייַט
ווערט מיר אַזוי באַנג און לייַד -
אוי, ווי שנעל בין איך שוין אַלט געוואָרן!

נאָך שטייט מיר דאָס שטיבל פֿאַר די אויגן
וואו איך בין געבוירן, אויפֿגעצויגן
אויך מייַן וויגל זע איך דאָרט
שטייט נאָך אויף דעם זעלבן אָרט -
ווי אַ חלום איז דאָס אַלץ פֿאַרפֿלויגן

און מייַן מאַמע - אַך, ווי כ'פֿלעג זי ליבן
כאָטש זי האָט אין חדר מיך געטריבן;
יעדער קניפּ [ציפּ] איז פֿון איר האַנט
מיר נאָך אַזוי גוט באַקאַנט
כאָטש קיין צייכן איז מיר נישט פֿאַרבליבן

נאָך זע איך דיך, פֿייגעלע, דו שיינע
נאָך קוש איך די רויטע בעקלעך דייַנע
דייַנע אויגן, פֿול מיט חן
דרינגען אין מייַן האַרץ אַרייַן -
כ'האָב געמיינט, דו וועסט אַ מאָל זייַן מייַנע

קינדער-יאָרן - יונגע, שיינע בלומען!
צוריק צו מיר וועט איר שוין מער נישט קומען;
יאָרן אַלטע, טרויעריקע
קאַלטע, מרה-שחורהדיקע
האָבן אייַער שיינעם פּלאַץ פֿאַרנומען

קינדער-יאָרן, כ'האָב אייַך אָנגעוואוירן!
מייַן געטרייַע מאַמען אויך פֿאַרלוירן;
פֿון דער שטוב נישטאָ קיין פֿלעק
פֿייגעלע איז אויך אַוועק -
אוי, ווי שנעל בין איך שוין אַלט געוואָרן

View: https://m.youtube.com/watch?v=jHdYP34PmDw
 
איך האב אסך געהערט פון Raza -א ליובאוויטש יונגע פרוי מיט א הערליכע שטימע וועלכע זינגט אלטע חבד׳סקער ניגונים

היינט איז מיר דאס ליד אומערווארטעט ארויפגעקומען אין מיין יוטוב פיד.
איך טייל עס מיט דא in case איינער וועט הנאה האבן דערפון.

דא זענען די ווערטער וואס זי זינגט:

אַדִיר הוּא בָּעֶלְיוֹנִים, בָּחוּר הוּא בַּתַּחְתּוֹנִים

בָּעֶלְיוֹנִים, בַּתַּחְתּוֹנִים

כּוּלָּם מוֹדִים וּמַאֲמִינִים כִּי הַוַיֶ' אֶחָד וּשְׁמוֹ אֶחָד

אַ שְׁטאַרְקעֶר בִּיסְטוּ פוּן אוֹיְבֶּן, אַן אוֹיְסְדעֶרְוֵויילְטעֶר בִּיסְטוּ פוּן אוּנְטֶן

אוּן פוּן אוּנְטֶן אוּן פוּן אוֹיְבֶּן, אַלֶע לוֹיְבְּן, און אַלֶע גְלוֹיְבְּן אַז דוּ בִּיסְט אֵיינעֶר אוּן מעֶר קֵיינעֶר
View: https://youtu.be/x8-qgEdsXhc?si=k7YujX3mGUCBbwqT
 
View: https://youtu.be/cBAgYcT9kCo?si=qn7FFGWVlMBYFXPe


א וועדינג סאנג פון א פרוי, פאר אפאר יאר צוריק איז עס געוועהן אין סטייל ביי די מענער, ס׳האט שוין אריבער געקראסט די מחיצה.
אין א פערפעקט וועלט וואלט דאס איינער אנגעצינדן אין קאר אויף די העכסטע וואליום מיט אפענע פענסטער אין די וויליאמסבורגע אדער קרית יואלע גאסן .
 
לפענ"ד איז נישט נאך אזא שיינע זינגער ביים היימישן ציבור ווי חי' קויגען
 
Back
Top