אידישע פרוי פארטיידיגט צענדליגער J6 דעפענדענטס, א דאקומענטערי

מר שושני

אלטגעזעסענער קרעמלער
וועטעראן
זיך איינגעשריבן
אוג. 19, 2024
מעסעדזשעס
311
רעאקציע ראטע
1,799
View: https://youtu.be/Tt1Dwtm4fWM?si=g32Zo7Jmj_InJwNd

איך בין זייער אינספירירט געווארן פון דעם פילם פון The New Yorker

א 'אידישע' פרוי וואס נעמט איר פליכט אויסצובעסערן די וועלט זייער ערנסט.

עס ברענגט ארויס די פארווייטאגטע מצב ווי אמעריקע שטייט היינט צוטאגס.

עס טוט אזוי וויי צו זעהן ווי כאטש דער דעפענדענט איז זייער דאנקבאר פאר איר הילף איז ער דאך צוריק צו אלף .
 
ס'געבט א בליק אביסל ווי רוסלאנד, אדער מ'האט איינגעזעצט די דיסעדענטן, און דער וואס האט זיך ברעינוואשט און ארויס קעגן טראמפ האט באקומען א שטיקל פארדאן.

הגם ס'איז נישט ממש אזוי, אבער אזא בליק געבט עס.
 
ס'געבט א בליק אביסל ווי רוסלאנד, אדער מ'האט איינגעזעצט די דיסעדענטן, און דער וואס האט זיך ברעינוואשט און ארויס קעגן טראמפ האט באקומען א שטיקל פארדאן.

הגם ס'איז נישט ממש אזוי, אבער אזא בליק געבט עס.
איך בין אביסל מחולק אויב מעג איך.
אבער כ'פארשטיי אונדז זענען אויף צוויי אנדערע זייטן פון דעם וואנט (Wall as Trump would say), איז וועל איך נישט פרובירן דא אייך צו איבערצייגן אנדערש. (איך האב עס דירעקט נישט געעפנט אינטער א פאליטישע שנירל)
 
קענסט פרובירן, איך בין אפן צו הערן אנדערע זייטן, און אפשר אפילו טוישן מיינונג, איך האב עס שוין אסאך מאל געטון

און איך האב אויך צוגעשריבן אז ס'געבט אזא בליק, דהיינו ס'איז נאר אזא געפיל וואס מ'באקומט ס'איז נישט קלאר.
 
עס קומט צוריק צו די אלטע גריווענסעס פאליטיקס פון קאנסערוואטיוון. ווען זיי ברעכן דעם געזעץ און מאכן א אינסורעקשאן איז דאס העכסט לעגיטים, און אויב מען הייסט זיי, פונקט אזוי ווי פאר יעדן אנדערן פארברעכער, ארויסצייגן חרטה אויף זייערע פארברעכערישע מעשים - נישט זיינע פאליטישע אנשויאונגען און שיטות - שפירן זיי ווי אין רוסלאנד אונטער סטאליןַ
 
דאס איז אזוי אויך ביידע זייטן. אבער יעדער זעהט עס נאר ביי יענעם.
 
Back
Top