אידישע (אונטערהאלטונג) מארקעט

אלפא

אלטגעזעסענער קרעמלער
וועטעראן
זיך איינגעשריבן
מאי 14, 2024
מעסעדזשעס
353
רעאקציע ראטע
1,885
איך האב נארוואס געזען דעם פאדקאסט וואו שמילי אונגאר ברעגט ארויף פיני ראאב פון לעיטעסט טאלקס.

פיני ברענגט ארויס ווי זיין מיסיע און וויזיע איז צו אנפילן דעם לאך וואס איז דא אין די אידישע מארקעט פון אונטערהאלטונג, ווי ער זאגט, זענען דא זייער אסאך אידן וואס זענען למעשה אויפן אינטערנעט (צו עס איז מותר אדער אסור גייט ער נישט אריין), און רוב אירע הערן ליידער אויס גוי'אישע און אפטמאל אומאויסגעהאלטענע סחורה.
ער טענה'ט אז אויב נאר קען מען אנפילן דעם חלל מיטן צושטעלן מער אידישע היימישע אונטערהאלטונגען - א שטייגער ווי פאדקאסטס, אינפארמאטיווע ווידעאס, א.א.וו. קען מען מיט דעם פארדינען אז א גרויסע פראצענט פון אידן וועלכע זענען יעצט אויף לאו-דוקא היימישע פלעצער וועלן אריבערגיין צו בלויז היימישע.

שמילי לאידך גיסא איז זייער סקעפטיש צו דעם געדאנק, אפאר מאל אינמיטן דעם שמועס זעט זיך אן זיין קעגנזייטיגע שטעלונג דערצו (הגם עס איז א שאד אז זיי האבן עס נישט מער צונומען), און ווי ער טענה'ט מאכט עס נישט קיין גרויסע חילוק סייווי, די וועלכע קוקן גוי'אישע מאוויס הערן נישט אויף ווייל עס איז דא די 'אינטערן'ס', און די וועלכע הערן גוי'אישע פאדקאסטס גייען נישט אויפהערן ווען מער אידישע פארמערט זיך.

פיני טענה'ט צוריק אז אין די מוזיק אינדוסטריע דערזעט זיך יא אן א גרויסע פראצענט פון אידן וועלכע הערן שוין בכלל נישט קיין אומהיימישע, נאך וואס די היימישע מארקעט האט זיך גאר שטארק צושפרייט.

שמילי טענה'ט אבער ווייטער, אז למעשה אין די פאדקאסט אינדוסטריע איז מען זייער געצוימט - אנקעגן די גוי'אישע אינדוסטריע - סיי די קלייענטעל איז היבש קליין און רוב נושאים אינטרעסירן נישט רוב עולם - וועלכע צוימט די אויסוואל פון נושאים אויפן ערשטן פלאץ, דאן איז דא דעם פראבלעם אז יעדע צווייטער מענטש וועלכע וואלט געקענט צוגעבן צו א שמועס האלט נישט ביים ארויפקומען - דער אלס כבוד און דער בשיטה. והעולה על כולם, זענען דא פאליטישע און קאנטראוועסיאלע נושאים וואס זענען בבל ישמע נאך איידער וואס-ווען-ווער, וואס נעמט שוין אוועק א באדייטענעם צאל סחורה פון טיש און עס מאכט אסאך שמועסן נישט אזוי רייך ווי עס וואלט געדארפט און געקענט באמת זיין (און וויאזוי עס איז אויף נישט היימישע פלאטפארמעס).


וואס איז אמאל זיכער איז אז ביידע פון זיי רעדן בהשערה און אנעקדאטאל (קיין דאטא איז דאך ממילא נישטא..), די שאלה איז אבער - צו אונז גייען און צו אונז קענען בכלל אמאל אנקומען צו אן ענליכן מצב ווי פארן קריג ווי דאס אידישע קולטור און מארקעט האט געשפרידעלט אויף א מאסיוון פארנעם?
דאס איז זיכער אז יעדע אידישע ביכל, CD, מאווי, האטליין, וואס קומט ארויס איז א טריט נענטער צו אזא מציאות.
די שאלה איז נאר צו די מציאות דעמאלס איז אויך געווען געבינדן דוקא מיט דעם אז עס איז געווען סעקולאר און זיי האבן געקענט גיין full force, אדער איז פיני ראאב גערעכט אז עס איז מעגליך למחצה ולשליש אנצוקומען צו א מצב איבערצונעמען דעם היימישן מארקעט מיט היימיש-אידישע סחורה?


אין דעם שאלה ליגט אויך דעם ברייטערן געדאנק צו עס לוינט צו אינוועסטירן אין אזאנע פלאטפארמעס ווי וויקיפידיע - עס איבערצוטייטשן אויף אידיש און מאכן מער צוגענגליך פארן היימישן עולם, און בכלל צו מ'זאל מפיץ זיין טיפערע, אינפארמאטיווע, און אקאדעמישע נושאים אויף היימישע פארמאטן - כדי צו פארמערן און עס אריינברענגען נענטער צום היימישן מארקעט?!

פון איין זייט טאקע ריקט מען זיך מער און מער צום דיירעקציע ווי אלס מער מענטשן האבן צוטריט און זוכן אזעלכע סחורה, פון די אנדערע זייט איז עס אבער בדרך כלל אזעלכע מענטשן וואס קענען ממילא ענגליש אדער האבן א קלענערע פראבלעם מיט נישט היימישע מאטריאל און פאר זיי איז עס מעגליך א שאד איבערצוטייטשן אדער אינוועסטירן דערין (די אידישע וויקיפידיע איז טאקע גאר שוואך כידוע).

וואס זאגט דער עולם לוינט זיך אדער לוינט זיך נישט?
איז דא גענוג א גרויסע קלייענטעל וואס גייט אפקויפן אזעלכע זאכן?
אויב נישט, קען מען קריעטן - אדער גייט עס אטאמאטיש געשען - און עס לוינט צו אינוועסטירן בכל אופן?
 
@אלפא, איי לאוו יא!! 😍

שמילי'ס טענות וואס דו ברענגסט:
1. קלייענטעל איז היבש קליין -
2. רוב נושאים אינטרעסירן נישט רוב עולם -
3. יעדע צווייטער מענטש וועלכע וואלט געקענט צוגעבן צו א שמועס האלט נישט ביים ארויפקומען - דער אלס כבוד און דער בשיטה. -
4. פאליטישע און קאנטראוועסיאלע נושאים וואס זענען בבל ישמע נאך איידער וואס-ווען-ווער, וואס נעמט שוין אוועק א באדייטענעם צאל סחורה פון טיש און עס מאכט אסאך שמועסן נישט אזוי רייך ווי עס וואלט געדארפט און געקענט באמת זיין (און וויאזוי עס איז אויף נישט היימישע פלאטפארמעס). -

כ'מיין אז שמילי'ס טענות פאלן אוועק מיט 1. יעדע פאר יאהר, ווייל אונז מערן זיך גאר שנעל. 2. יעדע אפענע אינטערהאלטונג (סיי מייסטערווערק, וכדו', און סיי דעי וואס גייען ציווישן די טראפן און שטופן מער אהין).

(ווי מער ס'עולם ציהט צו אפענקייט האט עס אן אפעקט אויף אט די זאכן. די עולם ווייסט נישט וואס זיי ווילן, וואס מ'געבט זיי דאס ווילן זיי. סאו ס'ווענד זיך אין די פאר טראכטער'ס.)
 
שוין. אין ק"ש איז די גאנצע אשכול געווידמעט אויב פיני איז א בחור, אויב ער מיינט געלט, וכו' 😂

לאמיר האפן אז די חברי ה'קרעמל וועלן עס לאזן פארן עצם נושא "אידישע אינטערהאלטונג מארקעט"
 
פאר א גרויסע טייל פון מענטשן מאכט טאקע נישט אויס צי אינטערטעינמענט איז אויף ענגליש צי אויף אידיש, צי ווייל ביי זיי איז עס כשר סיי ווי, אדער צי ס׳פסול סיי ווי.

אבער ס׳דא א גרויסע קלייענטעל וואס דאס אידישע שפראך איז דאס וואס מאכט עפעס כשר.

זייער אסאך מענטשן ווייזען פאר די קינדער אידישע מאוויס על אף ס׳איז אזוי גערופען אסור, בשעת רוב פון דעי מענטשן וואלטן קיינמאל נישט געוויזען פאר די קינדער קיין מאוויס אויף ענגליש.

די זעלבע מיט נאש, די סיבה אז התאחדות איז א בעסערע הכשר פון OU איז ווייל התאחדות האט אידישע אותיות.

קול מבשר איז כשר ווייל ס׳אידיש משא״כ ראדיא איז פסול ווייל ס׳טרייף.

די אינטערנעט איז אסור, אבער אייוועלט איז כשר ווייל ס׳אידיש.

(די סיבה פארוואס ק״ש איז טריפה על אף ס׳אידיש, איז ווייל ס׳טשעלענדזשט די סיסטעם, ווען נישט דעים וואלט עס געוועהן כשר.)
 
די דימענד איז דא, די שאלה איז ווען די סופליי וועט ווערן עקענאמיש אויסגעהאלטן.

איך האב פונקט לעצטענס געשמועסט דערוועגען מיט א חבר, איך מיין אז אויב מען קוקט אן ספעציפיש די סוב-קאטאגעריע פון פארשטעלונג קונסט (performing arts) קען מען קלאר זען א גאר שטארקע צמאון ביים היימישן אידיש רעדענדע ציבור פאר מער און בעסערע תוכן, און עס איז לא ימלט אז אידישע פארשטעלונגען - לייוו און פילם - זאלן נישט זען א היבשע אויפשטייג בכמות ובאיכות.

היימישע פלעיס, מוזיקאלישע, און קאמעדיע פארשטעלונגען חול המועד זענען אויספארקויפטע איווענטס מיט אלע איסורים וחרמות און די קינדער וואקסען אויף מיט די פילמס דערפון. גדיים נעשים תיישים, און פריער אדער שפעטער וועט פארלאנג פאר די סארט פארשטעלונגען איבעררינען צו אנדערע צייטן פון יאר.

לכאורה איז א גרויסע שטער פשוט עקענאמיש, די פראפס שווערע פארשטעלונגען קענען נישט ווערן גרינג ארומגעריקט איבער צייט און וועניוס, לייגט מען אריין חדשים ארבעט פאר דריי-פיר פארשטעלונגען וואס איז ממש א געלעכטער. איך מיין אז אונזערע פלעיס דארפן זיין מער לייכטער אויף די פראפס און לייגן מער דגוש אויף סקריפט און עקטינג כדי זיי זאלן קענען האבן לענגערע לויפצייט און זאל קענען ווערן אריינגעריקט אין אנדערע יומי דפגרא, לג בעומר, חמשה עשר, און כ״א כסלו. א גוטע סקריפט קען לויפן פאר גאר לאנגע יארן מיט מינימאלע פראפס (טראכט פון ״פידלער אויפן דאך״). וויאזוי אימער, אויב איז אמת אז די פארלאנג איז דא וועט שוין ווערן א געוויסע סארט סופליי וואס מאכט סענס.
 
לעצט רעדאגירט:
די דימענד איז דא, די שאלה איז ווען די סופליי וועט ווערן עקענאמיש אויסגעהאלטן.

איך האב פונקט לעצטענס געשמועסט דערוועגען מיט א חבר, איך מיין אז אויב מען קוקט אן ספעציפיש די סוב-קאטאגעריע פון פארשטעלונג קונסט (performing arts) קען מען קלאר זען א גאר שטארקע צמאון ביים היימישן אידיש רעדענדע ציבור פאר מער און בעסערע תוכן, און עס איז לא ימלט אז אידישע פארשטעלונגען - לייוו און פילם - זאלן נישט זען א היבשע אויפשטייג בכמות ובאיכות.

היימישע פלעיס, מוזיקאלישע, און קאמעדיע פארשטעלונגען חול המועד זענען אויספארקויפטע איווענטס מיט אלע איסורים וחרמות און די קינדער וואקסען אויף מיט די פילמס דערפון. גדיים נעשים תיישים, און פריער אדער שפעטער וועט פארלאנג פאר די סארט פארשטעלונגען איבעררינען צו אנדערע צייטן פון יאר.

לכאורה איז א גרויסע שטער פשוט עקענאמיש, די פראפס שווערע פארשטעלונגען קענען נישט ווערן גרינג ארומגעריקט איבער צייט און וועניוס, לייגט מען אריין חדשים ארבעט פאר דריי-פיר פארשטעלונגען וואס איז ממש א געלעכטער. איך מיין אז אונזערע פלעיס דארפן זיין מער לייכטער אויף די פראפס און לייגן מער דגוש אויף סקריפט און עקטינג כדי זיי זאלן קענען האבן לענגערע לויפצייט און זאל קענען ווערן אריינגעריקט אין אנדערע יומי דפגרא, לג בעומר, חמשה עשר, און כ״א כסלו. א גוטע סקריפט קען לויפן פאר גאר לאנגע יארן מיט מינימאלע פראפס (טראכט פון ״פידלער אויפן דאך״). וויאזוי אימער, אויב איז אמת אז די פארלאנג איז דא וועט שוין ווערן א געוויסע סארט סופליי וואס מאכט סענס.
דו זאגסט דברים של טעם, אבער אראפגיין פון תוכן אין פראפס קען לכאורה גורם זיין אז א קאנקורענט וואס וועט יא זיין וויליג צו מאכן בעסערע פראפס, זאל איבערנעמען זיין פלאץ.

אפשר לוינט צו אינוועסטירן אין האלאגראם טעכנאלאגיע וואס זאל גענצליך ערזעצן די גרויסע פראפס וואס ברויכן נישט קיין פיזישע בארירונג.
 
אויך א גוטע איידיע אבער איך מיין אז פאר ערוואקסענע דארף מען פשוט מער תוכנ׳דיגע סקריפטס, דערווייל זענען די פלעיס געאייגענט מערסטענס פאר קינדער וואס גייען טאקע מער פאר פראפס. די גאנצע נושא פון היימישע אונטערהאלטומג איז גאר אינטערעסאנט נאכצופאלגן וויאזוי עס אנטוויקעלט זיך.
 
ארי אבראמעוויטש נעמט טאקע די מהלך מיט זיינע מאוויס, וואס ער אינוועסטירט ווייניגער אין פראפס און מער און די סטאריליין, און טאקע איז עס מער געאייגענט פאר א ערוואקסענערע קראwד.
און לכאורה מאכט ער די מערסטע געלט פון א יעדעם (פארפארציאנאל גערעדט) ווייל ער אינוועסט מער טאלאנט און ווייניגער געלט.
ס׳וועט נישט נעמען קיין לאנגע צייט אז די אנדערע זאלן כאפן אז דאס איז די וועג צו גיין, ווייל אונז זעמיר נישט גענוג א גרויסע מארקעט אויף צו קענען מאכן ריזיגע פראדוקשענס, משא״כ טאלאנט איז אסאך ביליגער.
 
לעצט רעדאגירט:
דו זאגסט דברים של טעם, אבער אראפגיין פון תוכן אין פראפס קען לכאורה גורם זיין אז א קאנקורענט וואס וועט יא זיין וויליג צו מאכן בעסערע פראפס, זאל איבערנעמען זיין פלאץ.

אפשר לוינט צו אינוועסטירן אין האלאגראם טעכנאלאגיע וואס זאל גענצליך ערזעצן די גרויסע פראפס וואס ברויכן נישט קיין פיזישע בארירונג.
זיי האבן שוין אביסל אנגעהויבען, נישט קיין האלאוגראמ׳ס וואס זעהט אויס געפערליך פאלש, אבער מיט א סקרין אנשטאט א סינערי, וואס זעהט אויס זייער גוט, ובפרט אז אויף א סקרין קענסטו לייגען מאווינג פראפס,
 
ארי אבראמעוויטש נעמט טאקע די מהלך מיט זיינע מאוויס, וואס ער אינוועסטירט ווייניגער אין פראפס און מער און די סטאריליין, און טאקע איז עס מער געאייכענט פאר א ערוואקסענערי קראwד.
און לכאורה מאכט ער די מערסטע געלט פון איעדעם (פארפארציאנאל גערעדט) ווייל ער אינוועסט מער טאלאנט און ווייניגער געלט.
ס׳וועט נישט נעמען קיין לאנגע צייט אז די אנדערע זאלן כאפן אז דאס איז די וועג צו גיין, ווייל אונז זעמיר נישט גענוג א גרויסע מארקעט אויף צו קענען מאכן ריזיגע פראדוקשענס, משא״כ טאלאנט איז אסאך ביליגער.
איך בין נאכנישט אנגעקומן צו וואטשען זיינע מאוויס, העמיר עס אויסטשעקן.

די קומענדיגע שטאפל גייט זיין ווען דער עולם וועט זיך גיין לערנען געהעריג עקטינג און דראמא, ס׳נייע צייטן פאר אידן אין אמעריקא.
 
איז דא צו באקומען די נייע ''אידישע נקמה'' 6?
 
עס דערפרייט מיר יעצט צו זען אויף אידיש24 די ערשטע קערענדלעך פאר אן אפציעלע היימישע TV בראדקאסטינג שאו..

דער באקאנטער קול מבשר 'וועטער עקספערט' ר' יקיר ביגלאייזן האט אנגעהויבן רעפארטן די וועטער - אין ווידעא פארמאט - אויף די חיים פערלאוויטש שאו
חיים פערלאוויטש שאו

נאך די פילצאליגע פאדקעסטס, די אלע בלאגס, און ווידעא עדס, וואס שפראצן לעצטנס ארויס דורך יעדער וואס האט נאר א קעמערע און מייק צו די האנט, עפענט זיך יעצט דעם טיר צו א נייע עפאכע פון אפיציעלע רעפארטינג דורך ווידעא - וואס עס דארף נישט נעמען לאנג די וועג פון דא ביז אן אווערגעשטעלטע טעלעוויזיע קאנאל עפענט זיך..

ונזכה ונחיה ונראה...
 
מיין באבע זאגט אלץ אז מען זאל נישט רעדן פון הצלחות כדי ס'זאל נישט שאטן עין הרע(...), לענייננו, לכאו' ווי ווייניגער מ'וועט דאס באטיטלען (סיי דאהי און סיי אויף אייוועלט) אלץ ט.וו. - אלץ בעסער...
 
ס'איז זייער אינטערסאנט ווי שטארקט דאס האט זיך לעצטענס געטוישט.

ס'וואקסן ארויס נייע חברה און פראגראמען וועכנטליך.

איך מיין אז איינער פון די גרעסטע טוישינגען איז אז אמאל האט קיינער נישט געוואלט ארויפקומען לייוו אויף א אינטערוויא, אפילו א געשריבענע מיט א מאגאזין.

ס'איז געווארן מער און מער אז פשוטע נישט באוויסטע מענטשן האבן אנגעהויבן געבן געשריבענע אינטערוויאוס (מיט זייער פיקטשער) בעיקר פאר ביזנעס צוועקן און אזוי אויך אויף קול מבשר און צוביסלעך זענען מער און מער גרייט צו זיין געהעריג אויף ווידיאו, ווייטער בעיקר נאר פאר ביזנעס אבער איינמאל מ'ווערט באקוועם קען מען שוין טוהן מער.

אז ס'איז דא מער וועם מ'קען ארויפברענגען איז דא פלאץ פאר מער צו זיין די וואס ברענגען ארויף.
 
אויך האט עס מיט סאושעל מידיע אז מענטשן לייגן זאכן אויף סטעטוס וכו' און ווער רעדט נאך לינקדאין און מענטשן ענטפערן אזוי צוביסלעך ווערט מען מער באקוועם צו זיין פובליק.
 
די חידוש איז אויך אז קול מבשר טוט זייער קליג אז "אפציעל" וואשט ער זיך אוועק פון Yiddish 24 דאס הייסט קול מבשר האט גארנישט קיין שייכות מיט Yiddish 24 ממילה דארט קענסטו טון וואס דו ווילסט לייגן ווידאויס מיט פאדקעסטס און קיינער קערט נישט און קיינער איז נישט מוחה

בקיצור זאכן עוואלווען שנעל!

אבער בעצם קול מבשר אליינס האט נאכנישט געמאכט דעם שפרינג , איך ווארט צו זעהן דרעזנער שמעלצער שמיעס לייוו אויף ווידאוי אבער דאס וועט נישט געשעהן אזוי שנעל
 
גערעכט.

זלמן ווידער איז א מומחה עצום צו גיין צווישן די שורות.

ער שטעלט צו פון אלעם אבער מאכט זיכער אז די וואס ווילן עם אינטערברענגן האבן נישט וואס זיך אנצוהענגן אויף, סך הכל קענען זיי זאגן אז ס'איז ביטול תורה אדער אז ס'נישט גיט צו מיטהאלטן אזויפיל נייעס אבער זיי האבן נישט קיין זאכליכע משלים וואס מ'זאל קענען ווייזן אויף די פראבלעם.
 
Back
Top