איך!!! בילדער-סקיצן פון לעבן.

הק' לייביש שרייבער

אלטגעזעסענער קרעמלער
וועטעראן
זיך איינגעשריבן
אפר. 12, 2024
מעסעדזשעס
764
רעאקציע ראטע
1,868
מיט טריאומף האט דער דיקטאטאר ארייגמארשירט אין דער אלטער מיוחס'דיגער שטאט פראג און א באפעהל האט ער ארויסגעגעבן אז ער אליין בכבודו ובעצמו וויל איבער נעמען די אלע אור אלטע אנטיקן פין די שטאט ער וויל די פארבליבענע עדות פון דער אמאהליגער פראכטפוהלער פארגאנגעגהייט ווייזן אז ער שאפט א שפאגל נייע געשיכטע.


צווישן די אנדערע איז ער אויך אריין מיט א טיטוס צארן אין דעם בית מקדש מעט אין דער אלט ניי שוהל וואו דער מהר"ל פון פראג און נאך גדולי ישראל האבן געלעבט און געפירט די אידישע געמיינדע, ארויף קומעגדיג אויפן בוידים פון שוהל האט ער באגעגענט דעם גולם און מיט כעס צו איהם א געשריי געטהון ווער ביזטו?

דער פראגער גולם בין איך האט דער גולם געעגטפערט,

זאג ווער האט דיר געמאכט האט דער דיקטאטאר שטרענג געפרעגט,

איך בין געוועהן א ליימענער גולם, איז געוועהן א גרויסער צדיק וואם האט געדארפט מיין דינסט האט ער אין מיר אריינגעגעבן אזא כח אז איך האב געקענט וועלטן איבערקערן מדינות אייננעמען און פעלקער צום טויט דערשרעקן,

און וואס איז געשעהן דערנאך האט אומגעדולדיק געפרעגט דער צארנדיגער גרויסהאלטערישער זיגרייכער דיקטאטאר,

דערנאך האט דער צדיק מער נישט געדארפט מיין שליחות האט ער ביי מיר צוגעגומען דעם כוח פון מיר און איך בין געבליבן אש און שטויב, אט ווי די זעהסט מיר יעצט אזוי האט דער גולם געענפערט.


און איז צוריק אנידערגעפאלן טויב שטום ווי א פראסטער ליימענער גולם, און דער דיקטאטאר איז געבליבן פארטראכט.


א מענטש א עגאאיסט א טונקאלע אומעטיגע ווינטער נאכט ליגט א איינזאמער עגאאיסט אויף זיין ווארעם געלעגער און קען בשום אופן נישט איינשלאפן דוכט זיך איהם אז דער זייגער קלאפט,

זאגט ער צו זיך וואס געהט מיר אן די צייט.

דוכט זיך איהם אז א מענטש קלאפט אין טויער אין דרויסן אויף דער קעלט מען זאל איהם עפנען,

זאגט ער צו זיך וואס געהט מיר אן א פרעמדער מענטש,

הערט ער אז זיין הארץ קלאפט עס גאר, ווי עס שווימען אויף אינווייניג טיף אזעלכע קאלטע שטעך, זאגט ער צו זיך עה דאס מיינט מען דאך מיר טאקע מיר.
 
לעצט רעדאגירט:
Back
Top