איך בין מיך מקבל נאר אלטע זאכן

טובה

אלטגעזעסענער קרעמלער
זיך איינגעשריבן
סעפ. 4, 2024
מעסעדזשעס
210
רעאקציע ראטע
369
איך לייג פאָר פאר ענק א לאנגע רשימה פון קבלות!!! גרויסע, שווערע קבלות...

און דאס מאל איז עס גענצליך אנדערש ווי יעדע סארט רשימה צו וואס מ'איז געוואוינט: שטענדיג ווען מ'רעדט פון קבלות צום יום הדין, איז אנגענומען צו שטעלן א גרעניץ און זאגן, מ'דארף נאר אננעמען איין איינציגע קבלה... און אויך די קבלה דארף זיין א קליינע קבלה... ווייל "תפסת מרובה לא תפסת"...

אבער דאס מאל וועלן מיר מאכן אן ענדערונג און אוועקגיין פון דעם האלטן כלל... און דאס מאל וועלן מיר אויפקומען מיט א לאנגע ליסטע קבלות... און מ'זאל זיך אונטערנעמען כמעט יעדן פון זיי... מיט א מעגליכקייט אויסצואוועלן צוויי אדער דריי קבלות אויף וואס איך בין מוותר... צוויי קבלות וואס כ'וועל זיך מוחל אויב איך לאז זיי אויס פון די ליסטע...

איז אזוי: איך בין מקבל אויף זיך:

א. אנצוגרייטן סענדווידזשעס יעדן צופרי פאר די נשמות וואס דער אויבערשטער האט מפקיד געווען אין מיינע הענט.

ב. זיי אנגרייטן ריינע קליידער יעדן צופרי – 365 טעג א יאר.

ג. איך נעם זיך אונטער צו טוישן ווינדלעך ווען ס'וועט אויספעלן...

ד. גיין מיט זיי אין פארק פון צייט צו צייט )צוויי מאל א וואך... אדער לויט די מעגליכקייטן(.

ה. באדערפענישן: זיכער מאכן אז אין רוב טעג אין וואך איז דא ביי מיר אינדערהיים אויף א קביעות'דיגן אופן: ברויט, מילעך, אייער און קעז. כ'וועל משתדל זיין אנצופילן די לעדלעך אין קאך ווען ס'וועט אויספעלן...

ו. ריינקייט: כ'וועל משתדל זיין אפצואוואשן דער ערד איינמאל א וואך.

ז. טראנספארטאציע: כ'בין זיך מתחייב צו טראגן די אחריות אפצופירן די קינדער צו וואו אימער זיי דארפן אנקומען צום לערנען, און זיי דערנאך צוריק אהיימטראגן.

ח. ערנערונג: אין פאל וואס די עסן איז נישט מצליח אנצוקומען פון די טעלער ביזן קינד'ס מויל )אדער ווערט פארגעסן אינמיטן וועג( וועל איך זיך אנשטרענגען עס צו דערנענטערן צו זיין מויל )כ'בעט דיר באשעפער, ס'איז נישט אינגאנצן אין מיינע הענט, איז העלף מיר!(.

ט. ציכטיגקייט: בעזהשי"ת ארומוואשן די קינדער יעדן טאג.

י. וואשן: כ'בין מקבל אויף זיך צו באזארגן ריינע קליידער פאר יעדער איינוואוינער אין מיין הויז, ווי אויך בעט-געוואנט און שמעקעדיגע האנטעכער...

יא. זיכערהייט: כ'בין זיך מתחייב צו באזארגן און אפהיטן מיינע קינדער פון טון מסוכנ'דיגע זאכן, צי ביים גיין אין גאס, צי מיטן טון געפארפולע פעולות, אדער ארייננעמען קליינע זאכן אין מויל...

יב. שערן: כ'בין זיך מתחייב אפצושערן די נעגל פון יעדער איינוואוינער אין מיין שלאף-קווארטיר יעדן חודש, און אויך מתחייב צו נעמען די קינדער צום שערער יעדער איינס-און-א-האלב חדשים, און איך בין זיך מתחייב צו פלעכטן זייערע צעפ...

יג. געזונטהייט: אין פאל ס'פעלט אויס, וועל איך זיך משתדל זיין צו גיין צום רפואה-צענטער צו נעמען די נויטיגע איינשפריצן, אינהאלאציע... מ'זאל ב"ה נישט דארפן מער פון דעם...

יד. חינוך: כ'וועל משתדל זיין צו שטעלן גרעניצן פאר מיינע קינדער... כ'נעם זיך אונטער צו זאגן 'ניין' פארן יעדן קינד כאטש צוויי מאל א טאג... )אנא ה', כ'זאל מצליח זיין דערמיט(.

טו. צושטעלן אן א שיעור סבלנות און אויסהאלטן סערוויסעס... און נאך און נאך...

און יעצט איין באשיידענע פראגע: האט מען דא איבערגעטריבן אפילו מיט איין דעטאל??? צי שטייט דא אפילו איין זאך וואס איז נישט אינגאנצן פונקטליך??? יעדער וועט מודה זיין בפה מלא אז די ליסטע איז בלויז א טיילווייזע... מ'קען נאך צולייגן דערצו אסאך פרטים וואס מ'האט אויסגעלאזט... )צוליב א מאנגל אין צייט אויסצורעכענען אזויפיל...( אויב אזוי, וואו איז אונזער הערכה??? פארוואס דערמאנען מיר זיך עס נישט?

פארוואס זוכן מיר דעם רצון ה' נאר אין פארווארפענע פלעצער??? צי פעלט עפעס אין אונזערע טעגליכע עבודת ה', אנבאלאנגט אונזער גרעסטע שליחות אין לעבן??? צי דען האבן מיר איבעראל און אלעמאל גענוג כוחות אויסצופירן די אלע אויפגאבעס, אזש מיר מוזן זוכן גיין חיזוקים אין אנדערע פעלדער???

דא האסטו!!! דאס יאר נעמען מיר אונטער אונזערע קבלות נאר פון דעם ליסטע... און אדרבא... לצורך הענין וועלן מיר גראדע אראפנעמען עטליכע... און אליינס פארשטיין אז מיר זענען נאר מענטשן און מיר מוזן נישט משלים זיין אלעס... לאמיר מקבל זיין אויף זיך, זיך צו שטארקן מיט אלע אונזערע כוחות אין די זאכן וואס מיר טוען שוין!!! לאמיר מקבל זיין אויף זיך א קבלה טובה פון טיפעניש פון הארץ, אנצוהייבן שעצן אונזער גרויסע שליחות...
 
הערליך ארויסגעברענגט

אויב איך מעג מעורר זיין: עס ווערט נישט דערמאנט א ווארט וועגן self care
אויב די יסוד פון שטוב איז צובראכן פילט עס די גאנצע משפחה און עלטערן קענען נאר זיין געדולדיג ווען זיי זענען נישט אויסגעקוועטשט און גוט אויסגערוהט און נעמען אויך צייט פאר זיך צו ענדשויען. ממילא, אויב ביזט מסכים מיט מיר אז מ׳קען נישט געבן וואס מ׳האט נישט (we can’t pour from an empty cup) דעמאלס האף איך אז דאס קען זיין די ערשטע פרייאריטי אויף די ליסטע, צו געבן פאר זיך at least אזויפיל care ווי מ׳האפט צו געבן די משפחה
 
Back
Top