- זיך איינגעשריבן
- מאי 23, 2024
- מעסעדזשעס
- 169
- רעאקציע ראטע
- 1,037
יעדער וואס גייט אין קאנטרי האלט מיט די מצב הפרנסה פון די היימישע עולם, די מצב איז ביטער דאס יאר אין קאנטרי, ס׳איז נישטא (כמעט) קיינער וואס שפילט עושר דאס יאר, קיינער איז נישט מנדב קיין גריל אדער א קידוש מיט בשר בהמה ווי עס פלעגט זיין אלע יארן.
צוויי יאר צוריק פלעג איך זיין פון די איינציגסטע אין מיין קאנטרי ווי איך גיי וואס פלעגן ארבעטן פאר איינעם, רוב עולם זענען געווען אייגענע בעל הבתים, איך פלעג ארויפקומען דאנערשטאג ביינאכט אין גיין צו די סירקול פארברענגען מיט די עולם, ארום די סירקול איז געווען יונגערלייט וואס האבן זייער שטארק געוואלט שמועסן מיט די עולם אבער זענען געווען צו ביזי מיט רעדן אויף די פאון, אדער זענען געווען אינגערלייט וואס האבן יעדע פאר מינוט זיך פלוצלינג אויפגעשטעלט פון זיין פלאץ ווייל די סעלפאון האט זיך צוקלינגען און ס׳האט זיך אנגעהויבן א שמועס אין ענגליש, מהאט נישט געקענט מיט האלטן די גאנצע שמועס אבער די נומבערס פון געלט האט מען פלוצלינג געזאגט הויעך אין פארגעסן אז סדא נאך מענטשן ארום (וועלכע לויער קאלט באנאכט ),
איין נאכט אזוי שמועס׳דיג זאגן מיך אפאר חברה אז מיין חבר פון קאנטרי איז א מולטי מיליאנער, ער האט מער ווי דריי טויזענט דירות, ער איז סתם א קארגע חזיר וואס וויל גארנישט געבן פאר די קאנטרי, איך בין געווען אין שאק אז מיין חבר פון די קינדער יארן אין חדר וואס איז געווען די נעבעך אין קלאס איז גאר א מיליאנער,
נאך א פאר וואכן האט כוכבים׳ס מוח אנגעהויבן ארבעטן פיבערהאפטיג, היתכון יעדער פון די קאנטרי מאכט א פאר מיליאן דאללער א יאר אינקלאדינג מיין חבר די נעבעך פון קלאס און איך ארבעט פאר איינעם ווי א תלוש?!?!
אומר ועושה מהאט גענומען א קורס און גע׳עפענט א ביזנעס, אנפאנג פלעג איך נאך ארבעטן איבערן טאג פאר מיין באלעבאס אבער מיט די צייט האב איך איינגעזעהן אז ס׳קען נישט אנגיין אזוי וויבאלד זאכן זענען געגאנגען אין די גוטע דירעקשען און איך בין געווארן צו פארנומען, נאכן זיך דורך רעדן מיט די עזר כנגדו וואס די נעקסטע סטעפ זאל זיין איז געקומען די החלטה אז כוכבים גייט ווערן א אייגענע באלעבאס און מער נישט ארבעטן פאר איינעם, אויס תלוש,
די נעקסטע טאג איז מען געגאנגען צו די ארבעט ווי געהעריג אבער אנגעצויגען, א גאנצע צייט האב איך געטראכט וועלכע ווערטער איך זאל זאגן פאר מיין באלעבאס, יעדע פינף מינוט האב איך געטוישט מיין מיינד צו איך טוה די ריכטיגע זאך, זעקס זייגער בין איך אריין צו מיין באלעבאס און געזאגט אז איך גיי אויפגעבן די ארבעט, מיין באלעבאס איז געווען אין שאק, אנפאנג האט ער געטרייט מיך איבער צורעדן אז איך זאל בלייבן אבער איין מאל ער האט געזעהן אז ס׳איז נישטא וואס צו רעדן האט ער מיך אויסגעפרעגט וואס איך פלאן צו טוהן און אפילו צוגעזאגט צו העלפן מיט וואס ער קען אז איך זאל מצליח זיין,
איינמאל איך בין געווען ארויס פון דארט האב איך מיך אריינגעלייגט רושו ורובו אין די ביזנעס, די ערשטע יאר צייט האב איך געזעהן גרויס הצלחה, איך האב גע׳ענדיגט די ערשטע יאר אן קיין חובות און איבערגעבליבן מיט איבער צוויי הונדערט טויזענט דאללער אין די באנק, נאכן זעהן מיין הצלחה האב איך מחליט געווען אז מגייט נעמען די ביזנעס צו די נעקסטע סטעפ, איך האב גענומען די גאנצע געלט פלאס נאך צוויי הונדערט טויזענט פון קרעדיט קארד און ליין אוף קרעדיט אין איך האב גע׳טריפלט די ביזנעס, די פראבלעם איז געווען אז איך האב באשטעלט זייער ווילד פלאס פון ווען איך האב באשטעלט די סחורה ביז ס׳איז אנגעקומען האט זיך די עקאנאמיע אינגאנצען געטוישט, מענטשן האבן אויפגעהערט צו קויפן אין די וועלט אריין, די עקאנאמיע האט אנגעהויבן טראסקענען, אין איך בין געבליבן מיט סחורה אין די ווערט פון טויזענטער דאללער׳ס, די סטאָרידזש אליינס האט מיך שוין אפגעקאסט מער ווי דריי הונדערט טויזנט דאללער דאס יאר אליינס און איך האב נאך זאכן פון פאר יאר,
דאס יאר בין איך אנגעקומען אין קאנטרי מיט א פרישקייט אזוי ווי אלע יארן, נאך אלע מעשות גיי איך נישט קיין וואַקאַציע איבער די יאר, די איינציגסטע פלאץ ווי איך גיי איז אין קאנטרי פאר זומער ווי איך מיין ווייב און קינדער האבן עס ליב און נוצן אויס יעדע מינוט, א וואך אריין אין קאנטרי קומט מיין חבר מיך פרעגן שטילערהייט אויב איך קען אים בארגן געלט ווייל ער האט נאכנישט געצאלט פאר די קאנטרי און ער האט נישט קיין געלט, איך האב אים געזאגט אז איך וואלט אים גערן געבארגט אבער איך האב נישט קיין געלט יעצט, אזוי אינמיטן רעדן געב איך אים א פרעג פארוואס ער פארקויפט נישט איינער פון זיינע דריי טויזענט דירות אז ער זאל האבן עפעס קעש געלט, ער געט מיך א קוק אן און ער פרעגט מיך פון וועלכע דירות רעדטסטו??? איך האב נאך קיינמאל נישט געקויפט קיין הייזער.