איך האב נאר געוואלט זאגן ...

אז כ'בין ביי א חתונה און מ'האט פיינעלי געענדיגט משבח זיין די לעבעדיגע און מספיד זיין די געשטארבענע. אפגעקייט די ניסלעך באשמירט די גומען מיט זיסע טשאקעלאדע, שוין אפגערעדט אלע שטותים און דער עולם איז מיד, און עולם כמנהגו נוהג.
ווען וועט זיך שוין חתונות ענדיגן שפעטסענס חצות?
 
איך גלייך גראדע די לאנגע חתונות און מצוה טאנץ
אבער על טעם וריח וכו'...
און וואס טוט זיך מיט די שלאפלאזע נעכט און מיט די קוים קענען אויפשטיין דעם נעקסטן אינדערפרי?
 
און וואס טוט זיך מיט די שלאפלאזע נעכט און מיט די קוים קענען אויפשטיין דעם נעקסטן אינדערפרי?
כ'ווייס נישט אויב דו ווייסט אבער ס'איז דא אזעלכע וואס האבן ליב אויפצוזיין ביינאכט,
און ס'זענען דא מענטשן וואס שטייען כסדר אויף שפעט

ועל זה נאמר הנ''ל, כל טעם וריח וכו'

(שוין געענדיגט די מצוה טאנץ?)
 
אבער ס'איז דא אזעלכע וואס האבן ליב אויפצוזיין ביינאכט,
ווי למשל איך, אבער זיצן און אויסהערן ווי שטארק יענעמס זיידע האט ליב געהאט דעם רבין זי"ע און ווי זיין עלטער באבע האט געוויינט ביי די לעכט, און דאס ווערט איבערגעקייט נאכט נאך נאכט חתונה נאך חתונה. איטס בעסיקלי ווערי בארינג, און ווייטער שמועסן מיט די ארומיגע וועגן וויפיל געלט יענער האט געמאכט אין עמעזאן און ביים פליפן זיינע בילדינגס און וויפיל געלט ער האט געמאכט ביי די לעצטע דריי דין תורות.

יא ווען איך קען אויף זיין און ליינען מיינע ביכער, מאכן א פיינעם טיפן בּרעטווארק און זיפן אויף פיינע הייסע טיי אדער סתם גלאצן אין די טיפע הימלן מיט הערליכע גלאנציגע שטערענס און פאנטאזירן פון אלעס גוטס האב איך אויךנליב אויף צו זיין
 
כ'קוק אזוי אום אין זאל, עטליכע זענען נאך פארנומען מיט די נעכטיגע בילדינגס געפליפעריי אבער רוב עולם זיצן און קוועטשן און ווישן די סמארטפאונס... ער גייט ער גייט... גוט שבת... לחיים לחיים... נו! נישט יענע ניגון ווינקט דער מחותן נאר.... אה! קנאק... אודה השם מאוד בפי....
 
אז כ'בין ביי א חתונה און מ'האט פיינעלי געענדיגט משבח זיין די לעבעדיגע און מספיד זיין די געשטארבענע. אפגעקייט די ניסלעך באשמירט די גומען מיט זיסע טשאקעלאדע, שוין אפגערעדט אלע שטותים און דער עולם איז מיד, און עולם כמנהגו נוהג.
ווען וועט זיך שוין חתונות ענדיגן שפעטסענס חצות?
ווען די וועסט עס אויספירן ! גרינג צו זאגן ביי יענעם, אדרבה פיר עס אויס ביי דיין אייגענע קינדער
 
אז כ'בין ביי א חתונה און מ'האט פיינעלי געענדיגט משבח זיין די לעבעדיגע און מספיד זיין די געשטארבענע. אפגעקייט די ניסלעך באשמירט די גומען מיט זיסע טשאקעלאדע, שוין אפגערעדט אלע שטותים און דער עולם איז מיד, און עולם כמנהגו נוהג.
ווען וועט זיך שוין חתונות ענדיגן שפעטסענס חצות?
איך בין אמאל געווען ביי א חתונה וואס די געציאכץ גייט נאך אן מן הסתם איך ווייס נישט ווייל איך בין אהיים געגאנגען 3 פארטאגס און מען האט נאך נישט געהאלטן אינערגעץ.

ביי די וועי די חתונה איז שוין געווען פאר צוויי ווואכן צוריק לויט חשבון האלט מען דארט ביי די צווייטע שבע ברכות פארן בענטשען
 
ווי אזוי איז דאס מעגליך אז אזוי פרי זאלן שוין אזוי פיהל מענטשען זאלן שוין ארבעטן ?
IMG_5694.webp
 
אזוי ווי מ'האלט שוין ענדע יאר תשפ"ה וואלט געווען פאסיג פאר איימיצן צו עפענען א שנירל מיט די הויפט געשעהנישן פונעם יאר,

לאמיך דיר אביסל ארויסהעלפן:

טראמפ ערוועלט אלס 47סטע פרעזינדענט
שערוריה ראבינאוויטש-מארקאוויטש
שערוריה השתלת שחלות
נחי יאבוי פאדקעסט
פלעטבוש גירל איבערקערענישן (פאר מלכי)
איראן באמבארדירט
טשארלי קירק דערשאסן
ראדני ביהמ"ד איבערגעבויעט ( :unsure: )

תם ולא נשלם

ביסט מכובד
 
לעצט רעדאגירט:
ספיקינג פון חתונות, ס'שוין העכסט צייט אז חתונה זאלן זאלן צישטעלן א בעקיטשע/שטריימל רום, אלע סייזעס אין אלע מינע סטיילס. ס'וועט מיר מאכן סאך גרינגער צי גיין צי קוזענס חתונות, וואס איז טעקניקלי געווארן א 'געס הא' געים, די פעטער ברעכטס זיך קאפ וועמענס איך בין, נאך 5 נישט געלונגענע געסעס דערמאנט ער זיך גלייך, נאכדעם דרייט מען זיך ארום דעם זאל אז אלע וואס דארפן זעהן זעהן, אין נרצה, ווער ס'טוט דעי אלע זאכן איז באוויליגט פאר די משפחה.
 
איך גיי פאר מאמדאני, ער זעהט אויס צו זיין פיינע נייעס, ממש א שאד אז ער איז קעגן מדינת ישראל.
 
Back
Top