איך ווייס נישט - דזשאסטין טרודעא רעזיגנירט פון אמט

קאנאדער

אלטגעזעסענער קרעמלער
וועטעראן
זיך איינגעשריבן
אוג. 8, 2024
מעסעדזשעס
377
רעאקציע ראטע
1,137
אזוי ווי יעדער האלט מיט איז דא א רעדע אין די נייעס אז אונזער לאקאלע פריים מיניסטער דזשאסטין טרודעא גייט רעזיגנירן פון אמט
וויל איך נאר קלאר מאכן איך ווייס נישט

ניין איך ווייס נישט ווי לאנג ער איז שוין פּ.מ.
ניין איך ווייס נישט ווער ס'געווען פאר אים
ניין איך ווייס נישט ווען ס'גייט זיין די קומענדיגע וואלן
ניין איך ווייס נישט אויב די אפאזיציע האט א שאנס צו געוואונען

אקעי אמת'דיג ווייס איך יא אסאך אבער כ'האב נישט קיין נערווען צו די אלע זאכן
און די רגע די פארשטייסט דאס וועסטו פארשטיין וויאזוי א גרויס חלק פון קאנאדע לעבט
ס'איז א רואיגע סיסטעמאטישע לייפסטייל
קיינער שפענדט נישט א ביליאן דאלאר פאר א קאמפיין
קיינער שפענדט נישט הונדרעטער מיליאנען אויף TV עדד'ס
קיינער קאמפיינט נישט פאר אפאר יאר אין א ציה
וכדו' וכדו'

אמאל אמאל מאכט זיך א גרויסע מצב, ווי למשל די טראקער פראטעסט
אבער געווענליך איז רואיג

יא איך פריי מיך

צו זעהן דיין גוטע דזשאוק/Meme אויף די נושא
צו זעהן טראמפּ'ס גאווערנער דזשאוק
צו זעהן דיין געדאַנק אויף קאנאדע בכלל
צו זעהן א גוטע ווידעא פון אונזער פארלימענט מיט'ן נאמען WTF
 
איך בין נישט זיכער אז עס איז אזוי אין די גוי'שע וועלט
אין די אידישע וועלט איז פשט פארוואס עס איז אזוי ווייל די אידישע נייעס קאנאלן פון די ארטיגע היימישע יודן איז בעסיקלי די זעלבע קולמע/אייוועלט/איד בלאט צייטונג ממילא קאכט מען זיך און וואס יוסי געשטעטנער און יואליש פעלזן קאכן זיך
 
1) ווי לאנג איז ער אויפן אמט: זינט 2015
2) די פריים מיניסטער פאר אים: סטיווען הארפּער.
3) ווען איז די קומענדיגע וויילן: די קומענדיגע אקטאבער 20. חוץ אויב ער וועט טאקע רעזיגנירן. קען דאס ברענגן פרי וויילן.
4) האט די אפאזיציע א טשאנס: יא. די אפאזיציע פירער פּיער פּאליווער, איז גאר שטארק פאפולער, און האט גרויסע טשאנסן צו געווינען.

איך האף אז מיטן אלעס אפ ענטפערן וועט מר קאנאדער קענען זיין אביסל רואיגער.
אפשר וועט ער גאר האבן צייט צו כאפן א שפאציר...
 
👁️👁️
 
איך בין נישט זיכער אז עס איז אזוי אין די גוי'שע וועלט
אין די אידישע וועלט איז פשט פארוואס עס איז אזוי ווייל די אידישע נייעס קאנאלן פון די ארטיגע היימישע יודן איז בעסיקלי די זעלבע קולמע/אייוועלט/איד בלאט צייטונג ממילא קאכט מען זיך און וואס יוסי געשטעטנער און יואליש פעלזן קאכן זיך
אין די גוי'שע וועלט איז עס אויך אזוי
אפשר נישא אזוי שטארק ווי ביי אונז ווייל למעשה הערן זיי און קוקן זיי די לאקאלע נייעס אבער די גאנצע קולטור איז אויף אזא מהלך
 
@קאנאדער. למעשה, וואס איז געבליבן?
וועט ער רעזיגנירן???
וואס זאגן די אפיציעלע באאמטע?
אזוי ווי אייביג
די וואס זאגן ווייסן נישט און די וואס ווייסן זאגן נישט
אן עי סיריעס נאוט, די גאנצע זאך איז שפעקולאציעס, אמת'דיג גערעדט האט ער נישט קיין סיבה שבעולם צו רעזיגנירן
ווי ער שטייט יעצט גייט מען אים סייווי נישט געדענקן צום גוטן, קען זיין ער האלט אז אפי' אויב ער קען נישט געווינען די קימענדיגע וואלן אפשר קען ער נאך אביסל צופיצן זיין פאבליק סטאטוס 🤷‍♂️
 
ווען טראמפ האט גערעדט וועגן קאנאדע אלץ נאך א שטעטל אונטער אמעריקא האט דער עולם געמיינט אז ער טרייבט שפאס. בלויז איין וואך שפעטער און מ'זעהט אז ס'איז געווען ערנסטע דיבורים.....
 
לעצט רעדאגירט:
די שנירל קעפל דארף זיין אז ס׳רעפרעזענט די תוכן, ס׳האט נישט קיין פשט צו סתם מאכן א קעפל "איך ווייס נישט" וואס געט נישט די מיינדסטע זכר פון וואס די נושא איז, לדעתי, און כ׳שטעל זיך פאר די עולם איז מיט מיך... אנטשולדיגט פארן קריטיסיזם, אבער ס׳איז לתועלת הקרעמל.
 
די שנירל איז נסייסד געווארן אויפן יסוד אז אפילו קאנאדער וואוינט אין קאנאדע ווייסט ער נישט וואס גייט פאר און עס עוואלווט מיט די צייט
 
די שנירל קעפל דארף זיין אז ס׳רעפרעזענט די תוכן, ס׳האט נישט קיין פשט צו סתם מאכן א קעפל "איך ווייס נישט" וואס געט נישט די מיינדסטע זכר פון וואס די נושא איז, לדעתי, און כ׳שטעל זיך פאר די עולם איז מיט מיך... אנטשולדיגט פארן קריטיסיזם, אבער ס׳איז לתועלת הקרעמל.
ביסט בעצם גערעכט די פראבלעם איז אז ס'נאכנישט דא גענוג טרעפיק דא אין קרעמל צו עפענען א נייע שנירל פאר יעדע נייעס אזוי ווי כ'האב שוין ערווענט אין איינע פון די Meme שנירלעך

און אזוי ווי @ראובן שפילער שרייבט די קעפל שטימט מיט די אנהייב פונעם שנירל און ס'האט נאכדעם עוואלווט
אויב איינער וויל טוישן די קעפל כל הכבוד לו
 
ווער גייט איבערנימען פארטיי פירערשאפט פון טראדאו?
 
Back
Top