איך זוך א בילד...

אשפא

אלטגעזעסענער קרעמלער
זיך איינגעשריבן
אוג. 16, 2024
מעסעדזשעס
162
רעאקציע ראטע
308
מאכט זיך אמאל אז מען דארף א בילד (stock image) און מען האט נישט פון וואו עס צו נעמען אדער מען ווייסט נישט וואו צו טרעפן. עפעס איך איך דעם שנירל פאר דעם צוועק אז ווען איינער זוכט, זאל ער האבן וואו צו פרעגן.

צו זאל עס זיין שאטערסטאק, Adobe ,envato, געטי אימעדשזעס וכדו'; האב איך במשך די יארן אנגעזאמלט א שיינע מספר פון בילדער וואס איך האב געדארפט פאר פארשידענע פראיעקטן. טאמער דארף איינער א בילד, קום אריין מיט דיין ריקוועסט און מיר וועלן פרובירן צו צושטעלן.

איך האב בעיקר נאר אלגעמיינע בילדער. טאמער איינער האט אידישע בילדער, קומטס אריין.
 
מענין לענין, וואס זענען די געזעצן בנוגע פאבלישן פיקטשורס וואס מ'האט דאונלאודעד פון די אינטערנעט?

אויב געב איך ארויס א באשרייבונג איבער א געוויסע נושא בייגעלייגט מיט בילדער וואס איך האב רענדאמלי דאונלאודעד,
איז עס אומלעגאל ווייל עס איז קאפירייטעד?
דארף איך עס קרעדיטן? - אויב יא וויאזוי/וועלכע פארמאט?
איז א נ"מ צו איך פאבליש מיין באשרייבונג בחינם אדער איך מאך געלט דערויף?
איז דא א חילוק פון וואו די בילדער קומען? זענען די אלע 'אפציעלע' בילדער וועבזייטלעך בעסער כלפי דעם הינזיכט?

און פאר נייגעריגקייט, וויאזוי באהאנדלען די אלע אויסגאבעס און מאגאזינען דאס?
 
לויט ווי איך ווייס זענען לעגאלע מאגאזינען איינגעשריבן מיט א סובסקריפשן ביי געטי צ.ב.ש. און זיי מוזן אויך קרעדיטן יעדע מאל זיי ניצן עס.

אויב דו ניצט עפעס אין דיין פריוואטע לעבן דארפסטו לכאורה נישט זארגן בכלל, אבער אויב פאבלישסטו איז זיכער דא rules & regulations

אזויפיל ווייס איך אז מיין שוועסטער׳ס חבר׳טע האט א געשעפט אויף אינסטעגראם און שטעלט אפט ארויס פּאוסטס מיט הערליכע פאטאגראפיע צוגעלייגט quotes (זי טרעפט די בילדער רענדאמלי אויף אינסטעגראם און געבט אוודאי קרעדיט( און געווענטליך מאכט קיינער נישט קיין עסק, נאר זיי קענען זיך גאר פרייען פאר די אומזיסטע אדווערטייזמענט. אבער גראדע האט איינער איר אריינגעפארן פאר׳ן ניצן זיין פאטאגראפיע אָן רשות און געווען ברוגז אז זי האט צוגעדעקט א חלק פון זיין ווערק מיט די quote - ער האט פארלאנגט זי זאל עס אראפנעמען און אזוי האט זי טאקע געטאן (ס׳דא וואס זענען מקפיד צו פרעגן ערשט, צו פארמיידן אזעלכע עגמת נפש, אבער געווענטליך אויב דו ניצט עס נישט פאר אן אויסגאבע וועלן מענטשן נישט מקפיד זיין)

גראדע האב איך יעצט געזעהן די אינטערוויו פון פעגי גרינפעלד מיט פרידא & זי ברענגט דארט א בילד פון א כלה און גיבט קרעדיט פאר דעם פאטאגראפירער. דערנאך האט זי א קליינע חתונה קליפ וואס קומט פון Shiezoli
כ׳בין נייגעריג אויב זי האט געפרעגט רשות, אדער געבן קרעדיט איז אין אלגעמיין גענוג
 
Back
Top