- זיך איינגעשריבן
- סעפ. 14, 2024
- מעסעדזשעס
- 239
- רעאקציע ראטע
- 1,919
- פונקטן
- 223
די עשרת ימי תשובה, די גאסן טוט זיך מיט סוכות געבויעכטצער, מ׳פארקויפט ד׳ מינים, א רעכטער געמיש פון יראה מיט אהבה מיטן פולן פארע, און מ׳ווייסט דאס נישט ווי אראפ צושלינגען און ווי אויסצושפייען. שבת שובה שטעכט די הויזן.
ערב יום כיפור, די אידן מיט ווייסע בערד רופן עס - ערב יום קדוש, די טאטע מיט פרוכת אויגן בענטשט די קינדער, באימה ויראה ברתת וזיע טוט זיך אן דעם קיטל, מען צינד אן די געזונט ליכט, אויף די מאמע איז א פחד צו קוקן, פון וואנעט האט זי אפיר געשלעפט די טיכל? זי קוקט אויס ווי א קירכליכער שוועסטער… ס׳ווערט הכלל מלאכים׳דיג, און מ׳גייט אלע צו כל נדרי.
ליל יום הקדוש, די שיל איז א ניי מציאות, זעלבסט געשטראפטע אידן זיצן בתכריכים און זאגן תפילת זכה, ביים עמוד ברענען צוויי גיגאנטישע אינקוויזיטארישע ליכט וועלעכע טריפן מיט בייזוויליגע בכיות, און ארום איר ווי סאלדאטן הויכע כוסות געפאנצערטע ליכט שקורי״ן געזונט ליכט העכערע און נידעריגערע געברענגט דורך נשמות וועלעכע געפונען זיך נאך אין גופים. אט מורמלט דער אין פארנט, על דעת המקום, א ראמפע גייט פון אים ארויף ביזן כסא דין, און אט גרייט אייך באטייליגטע די לענדן, כאאל נדרי, אז מ׳מאכט עס דורך דעם ויאמר השם סלחתי כדבריך, מובטח לו אז מען מאכט עס דורך דעם יאר.
פון דא און ווייטער, איז מען אין די על חטא גולאגס, עבודת פרך, מ׳על חטא׳ על חטאים׳ט, א יאך א בראך, מ׳שטייט מ׳זיצט מ׳זיצט מ׳שטייט, און אז די קניען און חוט השדרה זענען שוין געבראכן קומט אפיר שמע קולינו, א היימיש פנים א סימן ישוב, דאס איז דאך אלעמענס ליבלינג פון סליחות, נאר יעצט האסט דיך דערמאנט? און מען נעמט ווידער די טארבע אויף די פלייצע ווידער אין גלות אריין, אין מדברות שממות פון ווערטער, איין גאט ווייסט וואס נאך מ׳זאגט דארט צאם, נאר אז מ׳גרייכט שוין יא שמו אחד גיי נאך נישט אהיים, אוואו יאגסטו זיך, שיר היחוד פסוק בפסוק מיטן לאליביי הידוע, אבער טאמער ביסטו נישט גענוג מיד, הינגעריג און zoned out אזוי אויך, וועסטו היינט געוואויר ווערן וואס מיינט שיר היחוד חוץ׳ן וַיִּתְעַדְּנוּ בְּמִרְעֶה שמן, ביסט דאך אודאי היינט נאכט געפערליך נייגעריג, אצינדער וועסטו הערן וועמען אונז האמיר פאר א גאט, מ׳וועט דיך אויסלערנען וואס הייסט נישט וויסן, אלע זיבן שירים און יעדער שיר גרויס ווי קי״ט. נאר ווארט, גיי נישט אהיים פאר דו זאגסט בצוותא די פיר קאפיטלען - א סארט קרי וואקסינאציע - פאר דאס ביסל נעבעכדיגער נאכט וואס ס׳איז געבליבן, ווייסט, ס׳ליל יום הכיפורים היינט, ס׳זאל דאס נישט געזאגטע נישט גערעדטע חס וחס נישט פאסירן. וכאן הבן שואל, גייט זיך דאס אמאל ענדיגן?
ענדליך דאס אוממעגליכע פאסירט, א ״גוט יום טוב״, נאר וויי צו אזא גוט יום טוב, שטינקט נישט און שמעקט נישט, דער שלום עלכם ביי קידוש לבנה הערט זיך שוין מוטיגער... מה נשתנה גוט יום טוב בליל כיפור לגוט יום טוב בשאר לילות השנה? שבכל הלילות אחרי אמירת גוט יום טוב אנו אוכלים ומטבילים ראפאגאש בקטשעניו ודיפס, הלילה הזה גארנישט, נאדא, אפילו פעם אחת, רק נרות נשמה ונרות געזונט ליכט. דער גוט יום טוב פאלט לא עלינו ולא עלכם אין א הינגעריגער אין סוף אריין.
ס׳דא די יעניגע יום כיפור אידן וואס א יום כיפור מינע הענגט זיי פון די נאז מראשית היום עד מוצאי, זיי בלייבן אין שיל די גאנצע נאכט, ריקן אראפ דעם קאפל ביז די אויגן און אזוי ווי נישט כאפט מען א דזשים מיט די אראלים.
די וואס גייען אהיים באגעגענען זיך מיט א ווייסן טישטיך איבער וואס שוין ווידער נעסטיגן, געזונט לעכט, מיסטעריעז און סודות׳דיג צאנקען זיי ארום, די געזונט ליכט האבן היינט געמאכט אן אינוואזיע פון האריזאנט ביז האריזאנט, וואו אימער ס׳איז אמאל געשטאנען א מאכל אדם שטייט היינט א געזונט ליכט… די טיש איז וויי נודנע ליידיג, מלאכים מיט רימלעס ברילן איבער די שפיץ נעזער זיצן ארום איר, עסן אומזעהבארע חוטי פשתן, און זינגען שירה חדשה.
צומארגנס קומט א שווערער לאנגער טאג, דער גוף וועקט זיך אויף, מודה אני וואס איז היינט? אה יום כיפור… פאק… גארטלט זיך אן די לענדן, אין רוים זיי א רוימער, אום יום כיפור זיי יום כיפור׳דיג. מיט בלייענע פיס גייט צום טעמפל, ריקט ווידער ארויף דעם ווייסן קיטל, אבער למען האמת, דער גוף ווייסט נישט וואס מען וויל פון איר, פארוואס האט מען איר נישט געגעבן קיין פרישטוג ווי אלע טאג, און דאכט זיך אז אויך נעכטן נאכט האט מען נישט געגעבן צו עסן, זי דענקט אז ווען מען גייט אין פובליק מרחץ נאכמיטאג אין געדרענג און מען טוט אן סעלאברינדע קליידער און מ׳דעקט טיש גיט מען בעסערע עסן ווי געווענדליך, און דא א אפס א גארנישט. נאר דער גוף פאלגט, פארלאזט זיך אויפן מאסטער, מסתמה ווייסט ער וואס מען דארף טון, און אז ער זאגט נישט עסן איז נישט עסן, נישט קאווע איז נישט קאווע, נישט וואשן דאס פנים איז נישט וואשן דאס פנים, און אז ער זאגט, טו אן א קיטל טוט מען אן א קיטל, גיי פאנטאפל אין גאס איז פאנטאפל. און ס׳וויקלט זיך איין אין וואלענעם טלית, און חוץ ליכט און ליכט און מחזורים און טלתים און שניי ווייסע טישטעכער איז נישטא קיין שמץ סימן אז מען גייט גיין אין אכילה ערגעץ ווען נאך די גאנצע זאך דא.
דער פון פארנט אינעם קיטל הייבט אן מיטן ימים נוראים׳דיגער אדון עולם, און אט א פרישער מאן דאמר שרייט אויס אאאאא המלך,.
אז מען אטעמט אפ און מען זעצט זיך נאך די אלע ה׳ מלך׳ס מלך׳ס און ימלוך׳ס, איז ליציטאציע צייט, א פרישער צולייגער שטייט און פארקויפט די עליות פאר גרויסע געלטער, פינקוסעוויטש שטייגט איבער יאקאבאוויטש, יאקאבאוויטש שטייגט איבער גראזינסקי, ספעציעל גייט פייער קאנאנען טאנקען ביים שלישי, מען קויפט אויס דעם רבי׳ן מיט האלב פון זיין עולם הבא, אט אזוי די גבירים רייסן זיך ביי די נעזער, צייגן איינעם דעם אנדערן ווער ס׳האט א גרעסערער פיפיק, און פשוטי עם האבן צייט זיך צו באקענען איינעם דעם אנדערן, יום כיפור הייבט אן שפירן ווי א לוסט שיף…
דאן די גוטע צייטן קומען צו אן ענדע, ס׳איז צוריק יום כיפור, דער גבאי גיט א גארגל, ויהי בנסוע הארון און ס׳ווערט פארכטי״ג, השם השם, און דעם ספעציעלער ימים נוראים׳דיגער תפילה. ווי מלכים ווערן די תורות געפירט מיט פארכטיגע פאראדע.
דער בעל קורא ליינט ויהי אחרי מות בני אהרן און די גאנצע פרשה, אויך ער האט וואס צו אנאנסירן היינטיגן יום הדין, מיט א ניגון גענומען דלא מעלמא הדין, מסתמא פון הר סיני אליינס. יעצט איז ענדליך הפסקה, ווי א לחש פון אויער צו אויער מורמלט איינער דעם אנדערן פון ווען ביז ווען האט מען פון אויבן לויטן קעניגליכן דעקרעקט מכריז געווען פאר פאוזע. די גאנצע בית המדרש קוקט אויס ווי איין גרויסער שמות קעסטל מיט טלתים קיטלען אנגעלייגט, און די ספרי תורה ווי מיתי מצווה פאר די קבורה אויפן בימה אונטערן טלית.
עובדים מיט גרויסע וואנצעס און מיילער הנודף ריח זאגן זיך איינע דעם אנדערן פנינים יקרים ודברות חוצבים, דא דארט ליגט עמיצער או עובד איינגעקורדזשעט אינעם געלן טלית און עקשן׳ט זיך נישט ארויס צוקריכן פון דארטן, אנדערע, פשוטי עם גייען ארויס זיך אויסציען די ביינער און זיך איבערצייגן אז די ווינט בלאזט נאך אינדרויסן, און אז דער קל עורך דין האט אונז נישט אינגאנצן מחרים געווען.
היות מ׳האט שוין אפ תשר״ק׳ט אום ראש השנה, יום כיפור׳ס קאלעגע, די יום הדין, שוין אפגעזאגט די יהי רצון׳ס מיט די סדלפון׳ס, שוין פארמאכט די פיסקער פון די מלאכי חבלה די מקטריגים, איז באלד ביים רבי׳נס אריינקומען גרייט דער אויר פארן גרויסן מוסף. הנני העני ממעש… א פרישער דמות מיט א נייער בארד סטרוקטור שטעלט זיך פארנט, אויך ער האט ווייזט טויס קאנעקשנס מיט אויבן,
אאהאאהה יתגדל… שמי רבא… אמן…. די סוכות אינדרויסן שטייען ווי געפיצטע כלות באצירט און ווארטן אויף זייערע חתנים וועלעכע האבן זיי איבערגעלאזט אינמיטן באצירן און זיך פאר׳דביקות׳ט אין די שילן….
תפילת לחש איז ווי שחרית אנגעפיקעוועט מיט די פארהויקעטע על חטא׳ס, מען שטייט געבויגן און געבראכן, ביז דער עולם ביסלעכווייס טרעט אויס און באפרייט זיך פונעם גרויסן געדעכטן שמונה עשרה.
חזן׳ס פיסק עפנט זיך בהדרגה, הייבט אן באם באם באם ברוך, אאאאההה אתה, ס׳ימים נוראים׳ט זיך ווי דער פליגער פליגערט זיך. מ׳קל עורך דין׳ט, מ׳השם מלך׳ט, ירננו בקול׳ט, מ׳ונתנה תוקף׳ט, מ׳עלינו׳ט, מ׳כליפעצט, די אידענעס דארט אויבן קרבן מנחה׳ן… ווייטער אינטן, מ׳יוצרות׳ט, מ׳כתר׳ט, מ׳כסא׳ט, מ׳אש׳ט, און מ׳הייבט זיך אן ארום שיקן לימענעס מיט די בשמים נעגל, א רמז צו דעם פון אויבן אז די געדולט הייבט שוין אן צו פלאצן…
און אט ווי א גאס וואסער אין א הייסן מדבר, א ליכט און ווינט פאר א מאמענט, ווי א בשורה טובה קומט אריין דער ויאתיו, כאטש עס ווייסט קיינער נישט וואס דער ווארט ויאתיו מיינט זינגען אלע מיט מיט גרויס פאטאס און פרייד, א שטילע רעוואלוציע אינעם גרויסן טאג… און אינעם געדעכטן שווארעם פונעם טאג שפירט זיך אן אונטער ליניע פון לוסט, דער עלעמענט פון שמחה גיט זיך אן ערוועקט, ס׳פלוסט מומענטאל פריש בלוט אין די אדערן, די פארהארטעוועטע אדערן אין פנים לאזן נאך פאר א פאר א רגע קט.
נאר פרייד אייך נאך נישט קינדער, אזוי ווי מ׳האט געענדיגט ויאתיו, קומט דער געדעכטקייט פון טאג צוריק, אן ערנסטקייט צוגיסט זיך ווידער אויף אלע פנים׳ער, דער עולם הייבט ווידער אן כארכלען, די בני מעיים נעמען ווידער גראמבלען, און די פנים׳ער באהאלטן זיך ווידער אין די טליתים.
און ווען מען מיינט מען האלט שוין ביים ענדיגן הייבט זיך עס ערשט אן. היה עם פפיות, הוחילה, ווייזט אויס מען גרייט זיך צו עפעס גרויס, א קורצער פאזע פון שטילקייט, און דער חזן רופט אויס, אתה כוננת, ס׳קומט די עבודה, און מ׳קומט אט אט אן צו די גרויסע מאמענטן, והכוהנים, אאה אא אאה ההה …. ס׳שמעקט בית המקדש, קודש קדשים, די גאלד באדעקטע ווענט פון היכל און דביר, לשכת פרהדרין און בית אבטינס, די בגדי כהן גדול, דעם איש עיתי, פון ימי הקדמונים… ס׳איז הויעך הויעך, ערגעץ מיט ר׳ ישמעאל׳ן אין די היכלות…. זיך אפגעביקט, אפגע׳כורעים׳ט, די וואלקן פון דראמא לאזט צוביסליך נאך, ס׳האט זיך אט געדאכט ווי מ׳איז פאר א מינוטקעלע נישטא געווען, געפלויגן צוריק אין צייט צום בית במקדש און יום כיפור ביי די עבודה ווען דער כהן האט ארויס געזאגט דעם שם המפורש.
און אז ס׳הייבט זיך אן בארואיגן די לופט פון גרויסן דראמא זינגט זיך אחת ואחת, לא למעלה ולא למטה, טראץ דער גרויסער פארכטיגער טאג איז נאך נישט פארביי לאזט זיך אראפ א מילדקייט אין די לופט, אן ענן הכבוד, א השראה פון סוכות לאזט זיך אראפ אין די לופט, די שווערע געדעכטע לופט הייבט זיך ביסליך אן אויפצולאזן, און דער עולם ערלויבט זיך שוין ארויסצוקוקן צום פענסטער צום הימל, צו די פויגל וועלעכע ס׳איז א ספק צו ווייסן גאר וואס ס׳קומט היינט פאר אויף דער וועלט. דוד׳ל א בר מצווה בחור האט זיך אפילו פארקוקט אויף א קאץ ווי זי לויפט נאך א טייבעלע ביז די קאץ בלייבט לעקיש… מ׳ערלויבט זיך שוין צו פאנטאזירן פון די גרויסע בעפאר ברייטע סעודות און געטענץ וועלעכע קומען אט אט גרויסן יום טוב.
מ׳זאגט מראה כהן, ס׳איז גרויס פאפולערקייט היינט דעם כהן גדול, מ׳קלאגט רבי ישמעאל און ר׳ חנינה בן תרדיון, מ׳זאגט די אלע וטהרתי אתכם און די אלע טונקעלע תשובה פסוקים און פאר׳משפט׳ע טהרה ריטואלן פון דניאל עזרא, אבער אין הארצן פייפט זיך שוין דער עולם אן, מ׳ווייסט אז אט אט ענדיגן זיך די שווערע סליחות טעג וואס גייט שוין אן איבער א חודש. נאר אז עס קומט צו ומפני חטאינו פאלט פלוני בן פלוני אריין אין א דילעמא, א געראנגל, ס׳איז דער תפילה פון וואס קיינער רעדט נישט, מצד אחד פערפעקט טיימינג, ס׳א ווילדער מציאה פטור צו ווערן פון די טויזנטער נולדים וכו׳ נאר מצד שני, וועט שלמה יענקל מיר זעהן זיך נעבעך זאגן דא, און ער קוקט נישט אויס ווי ער טראגט דאגות, ער קוקט זיך לוסטוג ארום אויפן עולם אין סאמען מיטן ומפני חטאינו, נאר נניח שלמה יענקל וועט היינט נישט זיין מיין מוסטער, נאר ס׳זעהט נישט אויס אז דער עולם כולל שמעון הערש מיטן כתר נהורה סידור, באהאלטן אצינד די פנים׳ער אינעם זאגערל… אפשר פאסירן נישט קיין פאסירונגען מיט די פיגורן, אוי לי וי לי, נאר הורי אפ, צייט לויפט אויס, מ׳גיט זיך א דריי און ומפני חטאנו איז gone און וועסט מוזן ווארטן ביז קומענדיגער יאר.
די כהנים דוכענען, בעלי חלומות פון אונטערן פארשוויצטן טלית, איינמאל ברכת כוהנים איז פארביי, ש-ל-ו-ם, האט מען געלאנדעט, קדיש, און דער עולם פלאצט אויס אין יובלדיגער געזאנג, ווי אן ערהוילונג. פון דא דארף מען נאר דורך שוויצן דעם מפטיר יונה געשעפט, ווי אנדערע רופן עס, דער יונה מארק פון די גבירים, ווידער אינזדעקעווען זיך די גבירים, רייסן זיך פרעך אויף פון זייערע זיצן, ווידער מעסטן זיי זיך די פיפיקער, און סוף סוף געווינט עמיצער א שמאק פון זיי. אפ געליינט די ערוות, לאמיר זיך נאר נישט פארשטעלן וואס די יעניגע חברה טראכטן דא… דער בעל מפטיר מיטן צילינדער הוט ווי א גלוקסשפילער געווינער זאגט די לעצטע עליה מיט ברכת הפטורה מיט גרויס שחצנות און נצחון אויף אלע זיינע שונאים און קאנקורענצן, די מתפללים גייט גאנץ ווייניג אן דעם בעל מפטיר מיטן צילינדער, חוץ די רביש אייניקלעך און משולחים אין שיל קימערן זיך…
און ענדליך ליינט מען מגילת מפטיר יונה,
א ווינטל פון וואסער פון די האפענעס פון יפו ביים אריינגאנג צו יונה׳ס שיף, שפירט זיך ביז אריין אין שיל צווישן די שווערע טלתים, און ס׳קילט אפ און דערלייכטערונג די שווערע לופט דא. אויף דער אמת דאכט זיך אז דאס איז לא יחרץ געלט פאר די הינגעריגע בעלי בתים וועמענס הוילע בייכער אונטער די קיטלען שטייען ווי היפאפאטומוסעס גרייט צו שלינגען, זאגט מען זיי, ווייסט עטץ וואס, איר האט דאך ליב מעשיות, אט האט איר א מעשה מיט א ים און א פיש, נאר דא גראדע עסט נישט דער מענטש דער פיש, נאר להיפך, די פיש עסט דער מענטש… אין די קיטלעך ווי פעדערן פון אן אלט פויגל וועלעכע האלטן שוין ביים אפ פאלן, בליקט זיך מיט נייגער אין דעם מגילת יונה,
א טרייסל כאפט, ס׳גייט צו נעילה, מ׳גייט אין אפאראציע צימער אליינס, טאמער האט עטץ געמיינט ס׳געווען יום כיפור ביז איצט וועט עטץ געוואויר ווערן וואס הייסט יום כיפור, דא איז דער גורלדיגער מינוט, מ׳שרייט מען קוואקעט, מ׳געוואלדעוועט השם השם איינס איבערן אנדערן אז מען ווייסט נישט וואס איז דער צווייטער דער דריטער דער פערטער צו וואס, דער דאסידזש פון עקסטעזא איז איום ונורא, מ׳פנה יום׳ט, מ׳חטאנו צורינו׳ט, אבער אין הארצן ווייסט מען אז אט אט, און ארויס פונעם גישעפט, ענדליך קומט די האריקעין און כאאס און שיגעון צו א שטיקל שטילשטאנד, דער חזן כארכלט ווי א גוסס שובה השם עד מתי, למען לא נחדל מעושק ידינו, וכו׳ מ׳השם הוא אלוקים׳ט, ווידער קולות׳ט, שוין מער געמאכטע קולות, מ׳שמעקט שוין די וויין, די מזונות, נו רבותי, ווער האט דאס נאך דער קאפ צו השם השם׳ס… די קולות הערן זיך ליבערש ווי א אויסברוך ווי צו זאגן, נו יא יא, אבער די טעצער…
און ווי א בשורה טובה אין א שטורמיגן ים, הערט זיך דאס געזאנג פונעם קדיש, א תקיעה גדולה, אן אויסבראך פון געזאנג ווי באפרייטע פון תפיסה, און ווי אן אומגעראכטענער נס, שרייט דער חזן אויס והוא רחום, ס׳אינדערוואכן, אויס יום כיפור, די גזירה איז פלוצים בטל, מ׳מעג עסן, מ׳מעג שמייכלען, ס׳דוירט אפאר מינוט ביז מען טרענירט צוריק די מוסקלען פון די באקן צו קענען שמייכלען, ווייל די גאנצע טאג האט מען געדארפט שטיין מיט אן א געבלאזן פנים פארן קל עורך דין, נאר קודם א בארכע, עפעס א שטיקל מזונות, שנעל, און פון מלאכים׳ס פאניע בראט ווערן אלע, עמך ישראל ווי קעץ, מ׳שויוולט אריין ביז מ׳רייסט אראפ דעם קיטל, איז אז מ׳לייגט זיך ביינאכט פארדייט דער מאגן די אכילה און ס׳חלום׳ט זיך ירננו בקול השם מלך פונעם טאג.

לעצט רעדאגירט: