אינפארמאטיווע יוטוב קאנאלן - YouTube channels

אלפא

אלטגעזעסענער קרעמלער
וועטעראן
זיך איינגעשריבן
מאי 14, 2024
מעסעדזשעס
561
רעאקציע ראטע
3,350
א גוט יאר יעדער פון אייך.

ווער ס'קען מיר וועט וויסן צו זאגן אז איך בין א שטיקל יוטובער.

אנדערש אבער ווי די געווענליכע דעפינאציע וואס באצייכנט איינער וואס שטעלט ארויס ווידעאס און דרש'נט אויף יוטוב, בין איך פון די פארקערטע סארט, איך בין זייער אדוק צו יוטוב אלס א פלאץ ווי איך זיץ און בין קונה אסאך, באלד א בחינה ווי א תלמיד מובהק – רוב חכמתו ממנו...

שוין לאנג וואס עס ליגט מיר אויפן געדאנק צו מאכן א ליסטע פון אינפארמאטיווע און אינטרעסאנטע יוטוב קאנאלן מיט א קורצע דיסקריפציע איבער זיי, און אינטרעסאנט טאקע עס איז נאכנישט געהעריג דא אזאנס דא אין קרעמל אזויווי עס איז געווען אויף ק"ש.

די פראבלעם איז נאר אז יכלה הזמן והם לא, יוטוב היינט צוטאגס האט שוין איבער 51 מיליאן טשענעלס פון וואס איבער 38 מיליאן זענען אקטיוו, מיט א חשבון פון בערך 500 שעה פון ווידעאס וואס ווערט ארויפגעלאדנט יעדע מינוט פון טאג. מ'קען לינקן און ברענגען נאך און נאך און קיינמאל נישט פארטיג ווערן, און די שאלה איז וואס מ'סעלעקטירט, וועלכע שניט מ'נעמט, צו מ'גייט לויט נושאים אדער לויט רעדנער, צו מ'ברענגט אינדיווידואלע ווידעאס אדער מ'האפט אז דער ליינער וועט עס אליין אויסטשעקן. פארדעם וויל איך דא מאכן א שטיקל הקדמה קלארצושטעלן וואס איך טוה דא.

די זאך וואס איך גלייב בשעת'ן צוזאמשטעלן דעם ליסטע איז אז קיינער וואס ליינט דאס גייט נישט גיין אויסטשעקן אלע - אדער אפי' רוב פון די - לינקס וואס איך לייג דא ארויף, (ובפרט נאך וואס רוב ליינער טשעקן בכלל נישט אויס קיין לינקס וואס אנדערע שטעלן ארויף), וממילא אין א געוויסע זין איז די גאנצע זאך נישט מער ווי א וועג פאר מיר זיך אויסצוגעבן און לאזן הערן פארן פאבליק וואס אינספירירט מיך און פון וואס איך האב הנאה. מיט דעם אלעם האף איך נאר יא אז אפשר וועט איינער פארט האבן א תועלת פון געוויסע זאכן וואס איך ברענג דא צו און עס וועט זיין פאר אים נייעס אדער א פרישע עפענונגען וואס ער האט נישט באגעגנט פון פריער – פונקט ווי איך בין צוגעקומען צו געוויסע טשענעלס נאר דורך המלצות פון אנדערע.

אבער טאקע ווייל איך גלייב נישט אז די תועלת דא איז מי יודע וואס, ערלויב איך מיר צו האלטן די גאנג זייער לויז און סוביעקטיוו, איך גיי נישט גיין בשיטת יידל אין זיין מאסיוון 'למעשה' ארטיקל, ווי ער ברענגט הערליך און מסודר'דיגע אראפ די לינקס צו 'ווערן וועלטליך'.. אדער דעם ארטיקל וואס איז הערליך מסדר מקורות איבער א באדייטענדע צאל נושאים. איך גיי ענדערש צוזאמווארפן פון מיינע ארכיוון און פון מיינע יוטוב סובסקריבשאנס, בכלל נישט קיין קאמפרעהענסיווע ליסטע, ניטאמאל זענען די טשענעלס וואס איך ברענג די בעסטע איבער די נושא וואס איך צייכן צו, (אדרבה מערקט מיר אויף בעסערע), איך זאג נאר וואס איך בין באקאנט מיט, און ווער עס וויל זאל עס גיין אויסטשעקן און הנאה האבן.

פארשטייט זיך אז דער שנירל וועט זיין אפן לכל מאן דבעי צוצולייגן און בארייכערן דא מיט זייערע לינקס און המלצות, און טאקע אביסל איז שוין דא אזאנס ספעציפיש פאר פאדקאסטס און פאר לענגערע אינטרעסאנטע זאכן אויף יוטוב.

בנוגע איינטיילן די קאטעגאריעס, איז עס אן אלגעמיינע טשעלענדזש צו קענען נעמען זאכן און גוט קאטעגראזירן (אפשר אן ארטיקל פאר א קומענדיגע מאל), בעיקר ווייל ס'זענען דא זייער אסאך אווערלעפס, ווען איינער וואס האט א פאדקאסט האט אויך דעבאטעס, אדער ווען איינער רעדט פון פילאזאפיע און רעדט אויך פון פאליטיק, ווען עפעס איז ענטערטעינינג אבער אויך באלערנד, אא"ו, וואס ס'איז שווער צו שניידן און מסדר זיין אונטער וועלכע קעפל יעדע זאך גייט. איך טייל עס למעשה איין זייער ארביטרערי וה' הטוב יכפר.

ובזה החלי:

DALL·E 2025-02-04 00.33.56 - A simple and clean wide image featuring the YouTube logo in the ...webp

פאליטישע קאמענטירער

די ליסטע פון פאליטישע קאמענטירער איז פארשטייט זיך ריזיג, אבער ווי געזאגט סעלעקטיר איך לויט וואס איך הער און פון וועמען איך האב פערזענליך הנאה, און איך טייל עס איין לויט רעכט - לינק - און צענטער.

צענטער:​

  • ביל מאהער - Real Time with Bill Maher – ער איז א שטיקל קאמעדיען און א געלונגענע פאליטישע אנאלאזירער, מער ליבעראל גענויגט אבער איז פאררעכנט זייער צענטריש, (דאכט זיך מ'קען ערגעצוואו טרעפן די גאנצע שאו'ס זיינע אויך).

  • קריס קאומא - The Chris Cuomo Project – א ברודער פונעם לעגענדארן ענדרו קאומא, ער איז אויך זייער צענטריסטיש און קומט אריין קלאר לעצטנס (ווי געשריבן דא).

  • דזשאן סטוערט - The Daily Show – אויך מער קאמיש, און אויך צענטער לינק.

  • די פרי פרעסס - The Free Press – א רעלאטיוו פרישע טשענעל דורך בערי ווייס, זייער קראנט און אויפריכטיג. איך וואלט געזאגט מער צענטער רעכט.

לינק גענויגט:​

  • דעסטיני - Destiny – ער איז זייער א גרינטליכער, און ער טוט אדורך נושאים אין זיינע לאנגע סטריעמס. עס קען זיין באורינג, אבער פאר איינער וואס וויל אריינגיין טיף אין א נושא איז ער זייער גוט. ער איז באקאנט פארן זיך אננעמען שטארק פאר מדנ"י נאך אקט 7, און איינגיין אויף היבש אפאר דעבאטעס דערויף. (כעת איז ער אין הייס וואסער פאר א ס** סקאנדאל.)

  • דעוויד פאקמאן - David Pakman Show – א פאפולערע לינקע קאמענטירער, איך וואלט געזאגט מעסיג לינק – נישט צו פראגרעסיוו אבער אויך נישט צענטריסטיש בכלל.

  • ברייען טיילאר קאהען - Brian Tyler Cohen – ענליכע שניט צו דער פריערדיגע.

  • די יונגע טערק - The Young Turks (צענק יוגער מיט זיין קא-האסט אנא קאספעריען) – זייער לינק און פאפוליסטיש גענויגט, מער אין די בערני סענדערס חדר, פרא-פאלעסטינע. און יעצט אביסל גינסטיג צו די פאפוליסטישע אנשויאונגען פון טראמפ.

  • דזשעימס אברייען - James O'Brien - The Whole Show – א בריטישע דזשערנאליסט אויף די LBC ראדיא (ווי מ'קען אריינרופן 24/7 מיט די אייגענע מיינונגען), זייער לינק, אבער שטארק לאגיש און צומאל היבש גוט.

  • מעהדי האסאןZeteo – פראגרעסיוו, און א גוטע צולייגער.

  • קייל קולינסקי - Secular Talk – מער צו די ציניקער זייט געשמאק אויסצוהערן ווען מ'וויל הערן א דורכגעווייקטע לינקע.

  • האסאן פייקער - HasanAbi – אויב מיינט פראגרעסיוו איינעם – איז עס אים!
דא האט זיינס א לאנגיאריגע מיטארבייטער ארויסגעלייגט א לאנגע ווידעא אים צו צונעמען.​

רעכט גענויגט:​

  • בען שפירא - Ben Shapiro – ער דארף נישט קיין הקדמות, יעדער קען אים! הגם פון א פערזענליכע שטאנדפונקט האב איך אסאך מאל גאר הנאה פון זיין אויפריכטיגקייט אפי' רוב מאל בין איך נישט אויף איין בלאט מיט זיינע פאליטיקס. (ובחדר מחתא קען מען אריינלייגן דא די גאנצע דעילי ווייער,)

  • מעט וואלש - Matt Walsh – פון די דעילי ווייער קלוב. באקאנט פאר זיינע דאקומענטעריס: What is a woman? און Am I a racist?

  • דעיוו רוביןhttps://www.youtube.com/@RubinReport – מער א פלאטשיגער, א שטארק רעכטע, פלעגט פארדעם זיין אויף TYT (די יונגע טערק)

  • טים פאאל - Tim Pool – א רעכטע גריפטער, פאקטן זענען ביי אים נישט מער ווי פיקציעס פון די דיעפ סטעיט, באצאלט דורך די רוסישע רעגירונג (צוזאמען מיט אפאר פון די פאלגענדער)..

  • דעיוו סמיט - Dave Smith – ליבערטעריאן, האלט זיך א בעל שיטה, אבער סאמהאו קושט טראמפ ווי יעדע אנדערע רעכטע..

  • PF יונג - https://www.youtube.com/@PFJung – מער אינדיפענדענט און ליבערטעריען, האלט זיך א חסיד פון ירדן פיטערסאן (איידער ער איז פארדרייט געווארן..).

  • קאנדעס אוענס - Candace Owens – ווערטער זענען איבעריג. עס איז נאר צומאל יא געראטן איר אויסצוהערן, נישט אלעס וואס מ'זאגט אויף איר איז אינגאנצן אביעקטיוו אמת.

  • ואטו כי רוכלא ליתני וליזיל, די אלע מעינסטריעם חברה וואס מ'קען אויך אויסהערן אויף יוטוב. די אויבנדערמאנטע זענען נאר פון די ווינקל וואס איך קלאפ מיך אן.

bad38b6d-55e2-4125-b4a6-351a51610ce8.jpeg

אינטעלעקטואלן

  • סעם העריס - Sam Harris – די טיטל 'פאבליק אינטעלעקטואל' איז באשאפן געווארן פאר אים (לכאו' ווייל קיין אנדערע טיטל פאסט אים נישט..) זייער אויפריכטיג און צענטריש. באקאנט פאר זיין קריטיק אנקעגן איסלאם און טראמפ.

  • דאגלעס מאררי - Douglas Murray (מער פון אים מיט א פלעינע זוך) – א בריטישע דזשערנאליסט און שרייבער באקאנט פאר זיין אהבת מדינת ישראל. מן הסתם די מערסט טאלאנטפולע דעבאטירער. זיין שפראך איז געוואלדיג, און איז אויסגעשפראכן anti-WOKE.

  • איאן ברעמערGZERO Media – א פאליטישע פראפעסאר, לאזט זיך הערן אויף וועלטליכע געשעענישן, צומאל מיט גוטע אנאליזן.

פאדקאסטס

  • אנהערדUnHerd – אן ענגלישע פאדקאסט איבער פאליטיק.

  • דזשאו ראגען - PowerfulJRE – די מערסט פאפולערע פאדקאסט אין די וועלט, און א לעצטיגע אייקאן פון די היינטיגע עפאכע.

  • לעקס פרידמאן - https://www.youtube.com/@lexfridman – מן הסתם די צווייט-מערסטע פאפולערע פאדקאסט - ברענגט ארויף גרויסע מוחות און וויכטיגע פערזענליכקייטן.

  • קריס וויליאמסאןhttps://www.youtube.com/@ChrisWillx – זייער געשמאקע שמועסן – געצילט צו מאטיווירן (יונגע) מענער צו זיין פראדוקטיוו, און נאך.

  • טריגערנאמעטריhttps://www.youtube.com/@triggerpod – מער פאליטיש גענויגט, קאנסטאנטין קיסין קומט אריין זייער קלאר מיט פאקטן און דאטא, אביסל רעכט גענויגט לעצטנס.

  • פיטר באגאסיעןhttps://www.youtube.com/@drpeterboghossian – מאכט סיי סטריעט עפיסטעמאלאגיע, אין וואו רענדאם מענטשן שמועסן זיך אויס על דא ועל הא. ווי אויך האט ער א פאדקאסט וואו זיין אגענדע איז אונטערצורייסן די WOKE קולטור אין אקאדעמיע.

  • טאם ביליעאhttps://www.youtube.com/@TomBilyeu – א ביזנעסמאן, רעדט איבער ביזנעס און עקאנאמיע (מיט א שפריץ פון פאליטיק), ער איז זייער קריטיקעל איבער די טרעזשורי דעפארטמענט און צענטראלע באנק.

  • ענדרו גאלדhttps://www.youtube.com/@andrewgoldheretics – אויך אנקעגן איסלאם און WOKE, זייער צוגעלאזן און געשמאק, ברענגט אפט ארויף 'אפגעפארענע' צו הערן איבער 'הערעטיק' געדאנקען.

  • פעטריק בעט דעוויד - https://www.youtube.com/@PBDPodcast – א רעכטע פאנאטיקער, קומט צומאל אריין קלאר, אבער קאנספיראציעס איז זיין ברויט אויף וואס ער שפייזט זיך.

  • קולטס צו קאנשעסנעס - https://www.youtube.com/@CultstoConsciousness – א פאדקאסט וואס ברענגט ארויף 'אפגעפארענע' פון אלע קולטורן, אויסצושמועסן זייער דזשערני.

  • פרידא וויזעל - https://www.youtube.com/@FriedaVizelBrooklyn – א געוועזענע היימישע ווייבל, מאכט טאורס ארום וויליאמסבורג, און ברענגט ארויף מענטשן אויסצושמועסן זאכן ארום די היימישע קולטור. בכלל נישט נעגאטיוו.

  • אזוי אויך האבן אסאך פון די אויבנדערמאנטע קאמענטירער פאדקאסטס:
בען שפירא און סעם העריס האבן אויף די זעלבע טשענעל זייערע וועכענטליכע פאדקאסטס.​

דעסטיני האט א פאדקאסט גערופן ברידזש - https://www.youtube.com/@BridgesStudio,​

ביל מאהער האט קלאב-רענדאם - https://www.youtube.com/@ClubRandomPodcast,​

אלעקס אקאונאר האט אויך וועכענטליכע פאדקאסטס איבער פילאזאפיע/רעליגיע אויף זיין טשענעל.​

bad38b6d-55e2-4125-b4a6-351a51610ce8.jpeg

אנאליסטן/אינוועסטיגעיטארס

פאלגנד איז א טיילווייזע ליסטע פון אינדיפענדענט דזשערנאליסטן וואס צונעמען און אנאלאזירן נושאים לעמקם, יעדער איינער כדרכו, אבער אלע זענען אויסגעצייכנט.

דאס איז דערווייל א טיילווייזע ליסטע איבער מער פאליטישע און סאציאלע טעמעס. איך האף בקרוב ארויסצולייגן נאך א ליסטע איבער וויסנשאפטליכע און סתם אינטרעסאנטע נושאים.
 
לעצט רעדאגירט:
איך קען מיר נישט איינהאלטן פון ברענגען איין ספעציפישע טשענעל וואס איך האב לעצטנס באגעגנט (און האט מיר צופעליג אינספירירט צו עפענען דעם שנירל).

עס איז א טשענעל וואס האט דעבאטעס איבער אלס און אלעמען (פאליטיק, פילאזאפיע, אא"וו), נאר אן קיין מענטשן אינוואלווד. דער וואס מאכט עס נעמט אפיר צוויי AI מאדעלס און שטעלט זיי איינס אנקעגן די צווייטע זיך אויסצו'טענה'ן. דערנאך נאמט ער א פאנעל פון אנדערע AI מאדעלס וועלכע פסק'נען אויס ווער עס האט בעסער פארגעשטעלט זיינע טענות און ווער די געווינער איז.

Jon Oleksiuk

די ארגומענטן זענען קריסטאל קלאר, און מ'קען זיך באמת אסאך לערנען סיי איבער די נושאים וואס זיי צונעמען, און סיי איבער די וועג צו רעפרעזענטירן די ארגומענטן (און קאונטער ארגומענטן) צו יעדע זייט.

אט איז זיין לעצטע ווידעא איבער העלטקעיר, און צו די רעגירונג זאל עס צושטעלן פאר יעדעם:
View: https://www.youtube.com/watch?v=nPPxMIHfN6E

הערטס און לערנטס!
 
א גוט יאר יעדער פון אייך.

ווער ס'קען מיר וועט וויסן צו זאגן אז איך בין א שטיקל יוטובער.

אנדערש אבער ווי די געווענליכע דעפינאציע וואס באצייכנט איינער וואס שטעלט ארויס ווידעאס און דרש'נט אויף יוטוב, בין איך פון די פארקערטע סארט, איך בין זייער אדוק צו יוטוב אלס א פלאץ ווי איך זיץ און בין קונה אסאך, באלד א בחינה ווי א תלמיד מובהק – רוב חכמתו ממנו...

שוין לאנג וואס עס ליגט מיר אויפן געדאנק צו מאכן א ליסטע פון אינפארמאטיווע און אינטרעסאנטע יוטוב קאנאלן מיט א קורצע דיסקריפציע איבער זיי, און אינטרעסאנט טאקע עס איז נאכנישט געהעריג דא אזאנס דא אין קרעמל אזויווי עס איז געווען אויף ק"ש.

די פראבלעם איז נאר אז יכלה הזמן והם לא, יוטוב היינט צוטאגס האט שוין איבער 51 מיליאן טשענעלס פון וואס איבער 38 מיליאן זענען אקטיוו, מיט א חשבון פון בערך 500 שעה פון ווידעאס וואס ווערט ארויפגעלאדנט יעדע מינוט פון טאג. מ'קען לינקן און ברענגען נאך און נאך און קיינמאל נישט פארטיג ווערן, און די שאלה איז וואס מ'סעלעקטירט, וועלכע שניט מ'נעמט, צו מ'גייט לויט נושאים אדער לויט רעדנער, צו מ'ברענגט אינדיווידואלע ווידעאס אדער מ'האפט אז דער ליינער וועט עס אליין אויסטשעקן. פארדעם וויל איך דא מאכן א שטיקל הקדמה קלארצושטעלן וואס איך טוה דא.

די זאך וואס איך גלייב בשעת'ן צוזאמשטעלן דעם ליסטע איז אז קיינער וואס ליינט דאס גייט נישט גיין אויסטשעקן אלע - אדער אפי' רוב פון די - לינקס וואס איך לייג דא ארויף, (ובפרט נאך וואס רוב ליינער טשעקן בכלל נישט אויס קיין לינקס וואס אנדערע שטעלן ארויף), וממילא אין א געוויסע זין איז די גאנצע זאך נישט מער ווי א וועג פאר מיר זיך אויסצוגעבן און לאזן הערן פארן פאבליק וואס אינספירירט מיך און פון וואס איך האב הנאה. מיט דעם אלעם האף איך נאר יא אז אפשר וועט איינער פארט האבן א תועלת פון געוויסע זאכן וואס איך ברענג דא צו און עס וועט זיין פאר אים נייעס אדער א פרישע עפענונגען וואס ער האט נישט באגעגנט פון פריער – פונקט ווי איך בין צוגעקומען צו געוויסע טשענעלס נאר דורך המלצות פון אנדערע.

אבער טאקע ווייל איך גלייב נישט אז די תועלת דא איז מי יודע וואס, ערלויב איך מיר צו האלטן די גאנג זייער לויז און סוביעקטיוו, איך גיי נישט גיין בשיטת יידל אין זיין מאסיוון 'למעשה' ארטיקל, ווי ער ברענגט הערליך און מסודר'דיגע אראפ די לינקס צו 'ווערן וועלטליך'.. אדער דעם ארטיקל וואס איז הערליך מסדר מקורות איבער א באדייטענדע צאל נושאים. איך גיי ענדערש צוזאמווארפן פון מיינע ארכיוון און פון מיינע יוטוב סובסקריבשאנס, בכלל נישט קיין קאמפרעהענסיווע ליסטע, ניטאמאל זענען די טשענעלס וואס איך ברענג די בעסטע איבער די נושא וואס איך צייכן צו, (אדרבה מערקט מיר אויף בעסערע), איך זאג נאר וואס איך בין באקאנט מיט, און ווער עס וויל זאל עס גיין אויסטשעקן און הנאה האבן.

פארשטייט זיך אז דער שנירל וועט זיין אפן לכל מאן דבעי צוצולייגן און בארייכערן דא מיט זייערע לינקס און המלצות, און טאקע אביסל איז שוין דא אזאנס ספעציפיש פאר פאדקאסטס און פאר לענגערע אינטרעסאנטע זאכן אויף יוטוב.

בנוגע איינטיילן די קאטעגאריעס, איז עס אן אלגעמיינע טשעלענדזש צו קענען נעמען זאכן און גוט קאטעגראזירן (אפשר אן ארטיקל פאר א קומענדיגע מאל), בעיקר ווייל ס'זענען דא זייער אסאך אווערלעפס, ווען איינער וואס האט א פאדקאסט האט אויך דעבאטעס, אדער ווען איינער רעדט פון פילאזאפיע און רעדט אויך פון פאליטיק, ווען עפעס איז ענטערטעינינג אבער אויך באלערנד, אא"ו, וואס ס'איז שווער צו שניידן און מסדר זיין אונטער וועלכע קעפל יעדע זאך גייט. איך טייל עס למעשה איין זייער ארביטרערי וה' הטוב יכפר.

ובזה החלי:

View attachment 2683

פאליטישע קאמענטירער

די ליסטע פון פאליטישע קאמענטירער איז פארשטייט זיך ריזיג, אבער ווי געזאגט סעלעקטיר איך לויט וואס איך הער און פון וועמען איך האב פערזענליך הנאה, און איך טייל עס איין לויט רעכט - לינק - און צענטער.

צענטער:​

  • ביל מאהער - Real Time with Bill Maher – ער איז א שטיקל קאמעדיען און א געלונגענע פאליטישע אנאלאזירער, מער ליבעראל גענויגט אבער איז פאררעכנט זייער צענטריש, (דאכט זיך מ'קען ערגעצוואו טרעפן די גאנצע שאו'ס זיינע אויך).

  • קריס קאומא - The Chris Cuomo Project – א ברודער פונעם לעגענדארן ענדרו קאומא, ער איז אויך זייער צענטריסטיש און קומט אריין קלאר לעצטנס (ווי געשריבן דא).

  • דזשאן סטוערט - The Daily Show – אויך מער קאמיש, און אויך צענטער לינק.

  • די פרי פרעסס - The Free Press – א רעלאטיוו פרישע טשענעל דורך בערי ווייס, זייער קראנט און אויפריכטיג. איך וואלט געזאגט מער צענטער רעכט.

לינק גענויגט:​

  • דעסטיני - Destiny – ער איז זייער א גרינטליכער, און ער טוט אדורך נושאים אין זיינע לאנגע סטריעמס. עס קען זיין באורינג, אבער פאר איינער וואס וויל אריינגיין טיף אין א נושא איז ער זייער גוט. ער איז באקאנט פארן זיך אננעמען שטארק פאר מדנ"י נאך אקט 7, און איינגיין אויף היבש אפאר דעבאטעס דערויף. (כעת איז ער אין הייס וואסער פאר א ס** סקאנדאל.)

  • דעוויד פאקמאן - David Pakman Show – א פאפולערע לינקע קאמענטירער, איך וואלט געזאגט מעסיג לינק – נישט צו פראגרעסיוו אבער אויך נישט צענטריסטיש בכלל.

  • ברייען טיילאר קאהען - Brian Tyler Cohen – ענליכע שניט צו דער פריערדיגע.

  • די יונגע טערק - The Young Turks (צענק יוגער מיט זיין קא-האסט אנא קאספעריען) – זייער לינק און פאפוליסטיש גענויגט, מער אין די בערני סענדערס חדר, פרא-פאלעסטינע. און יעצט אביסל גינסטיג צו די פאפוליסטישע אנשויאונגען פון טראמפ.

  • דזשעימס אברייען - James O'Brien - The Whole Show – א בריטישע דזשערנאליסט אויף די LBC ראדיא (ווי מ'קען אריינרופן 24/7 מיט די אייגענע מיינונגען), זייער לינק, אבער שטארק לאגיש און צומאל היבש גוט.

  • מעהדי האסאןZeteo – פראגרעסיוו, און א גוטע צולייגער.

  • קייל קולינסקי - Secular Talk – מער צו די ציניקער זייט געשמאק אויסצוהערן ווען מ'וויל הערן א דורכגעווייקטע לינקע.

  • האסאן פייקער - HasanAbi – אויב מיינט פראגרעסיוו איינעם – איז עס אים!
דא האט זיינס א לאנגיאריגע מיטארבייטער ארויסגעלייגט א לאנגע ווידעא אים צו צונעמען.​

רעכט גענויגט:​

  • בען שפירא - Ben Shapiro – ער דארף נישט קיין הקדמות, יעדער קען אים! הגם פון א פערזענליכע שטאנדפונקט האב איך אסאך מאל גאר הנאה פון זיין אויפריכטיגקייט אפי' רוב מאל בין איך נישט אויף איין בלאט מיט זיינע פאליטיקס. (ובחדר מחתא קען מען אריינלייגן דא די גאנצע דעילי ווייער,)

  • מעט וואלש - Matt Walsh – פון די דעילי ווייער קלוב. באקאנט פאר זיינע דאקומענטעריס: What is a woman? און Am I a racist?

  • דעיוו רוביןhttps://www.youtube.com/@RubinReport – מער א פלאטשיגער, א שטארק רעכטע, פלעגט פארדעם זיין אויף TYT (די יונגע טערק)

  • טים פאאל - Tim Pool – א רעכטע גריפטער, פאקטן זענען ביי אים נישט מער ווי פיקציעס פון די דיעפ סטעיט, באצאלט דורך די רוסישע רעגירונג (צוזאמען מיט אפאר פון די פאלגענדער)..

  • דעיוו סמיט - Dave Smith – ליבערטעריאן, האלט זיך א בעל שיטה, אבער סאמהאו קושט טראמפ ווי יעדע אנדערע רעכטע..

  • PF יונג - https://www.youtube.com/@PFJung – מער אינדיפענדענט און ליבערטעריען, האלט זיך א חסיד פון ירדן פיטערסאן (איידער ער איז פארדרייט געווארן..).

  • קאנדעס אוענס - Candace Owens – ווערטער זענען איבעריג. עס איז נאר צומאל יא געראטן איר אויסצוהערן, נישט אלעס וואס מ'זאגט אויף איר איז אינגאנצן אביעקטיוו אמת.

  • ואטו כי רוכלא ליתני וליזיל, די אלע מעינסטריעם חברה וואס מ'קען אויך אויסהערן אויף יוטוב. די אויבנדערמאנטע זענען נאר פון די ווינקל וואס איך קלאפ מיך אן.

אינטעלעקטואלן

  • סעם העריס - Sam Harris – די טיטל 'פאבליק אינטעלעקטואל' איז באשאפן געווארן פאר אים (לכאו' ווייל קיין אנדערע טיטל פאסט אים נישט..) זייער אויפריכטיג און צענטריש. באקאנט פאר זיין קריטיק אנקעגן איסלאם און טראמפ.

  • דאגלעס מאררי - Douglas Murray (מער פון אים מיט א פלעינע זוך) – א בריטישע דזשערנאליסט און שרייבער באקאנט פאר זיין אהבת מדינת ישראל. מן הסתם די מערסט טאלאנטפולע דעבאטירער. זיין שפראך איז געוואלדיג, און איז אויסגעשפראכן anti-WOKE.

  • איאן ברעמערGZERO Media – א פאליטישע פראפעסאר, לאזט זיך הערן אויף וועלטליכע געשעענישן, צומאל מיט גוטע אנאליזן.

פאדקאסטס

  • אנהערדUnHerd – אן ענגלישע פאדקאסט איבער פאליטיק.

  • דזשאו ראגען - PowerfulJRE – די מערסט פאפולערע פאדקאסט אין די וועלט, און א לעצטיגע אייקאן פון די היינטיגע עפאכע.

  • לעקס פרידמאן - Lex Fridman – מן הסתם די צווייט-מערסטע פאפולערע פאדקאסט - ברענגט ארויף גרויסע מוחות און וויכטיגע פערזענליכקייטן.

  • קריס וויליאמסאןChris Williamson – זייער געשמאקע שמועסן – געצילט צו מאטיווירן (יונגע) מענער צו זיין פראדוקטיוו, און נאך.

  • טריגערנאמעטריTriggernometry – מער פאליטיש גענויגט, קאנסטאנטין קיסין קומט אריין זייער קלאר מיט פאקטן און דאטא, אביסל רעכט גענויגט לעצטנס.

  • פיטר באגאסיעןPeter Boghossian – מאכט סיי סטריעט עפיסטעמאלאגיע, אין וואו רענדאם מענטשן שמועסן זיך אויס על דא ועל הא. ווי אויך האט ער א פאדקאסט וואו זיין אגענדע איז אונטערצורייסן די WOKE קולטור אין אקאדעמיע.

  • טאם ביליעאTom Bilyeu – א ביזנעסמאן, רעדט איבער ביזנעס און עקאנאמיע (מיט א שפריץ פון פאליטיק), ער איז זייער קריטיקעל איבער די טרעזשורי דעפארטמענט און צענטראלע באנק.

  • ענדרו גאלדandrew gold | heretics. – אויך אנקעגן איסלאם און WOKE, זייער צוגעלאזן און געשמאק, ברענגט אפט ארויף 'אפגעפארענע' צו הערן איבער 'הערעטיק' געדאנקען.

  • פעטריק בעט דעוויד - PBD Podcast – א רעכטע פאנאטיקער, קומט צומאל אריין קלאר, אבער קאנספיראציעס איז זיין ברויט אויף וואס ער שפייזט זיך.

  • קולטס צו קאנשעסנעס - https://www.youtube.com/@CultstoConsciousness – א פאדקאסט וואס ברענגט ארויף 'אפגעפארענע' פון אלע קולטורן, אויסצושמועסן זייער דזשערני.

  • פרידא וויזעל - Frieda Vizel – א געוועזענע היימישע ווייבל, מאכט טאורס ארום וויליאמסבורג, און ברענגט ארויף מענטשן אויסצושמועסן זאכן ארום די היימישע קולטור. בכלל נישט נעגאטיוו.

  • אזוי אויך האבן אסאך פון די אויבנדערמאנטע קאמענטירער פאדקאסטס:
בען שפירא און סעם העריס האבן אויף די זעלבע טשענעל זייערע וועכענטליכע פאדקאסטס.​

דעסטיני האט א פאדקאסט גערופן ברידזש - Bridges Podcast,​

ביל מאהער האט קלאב-רענדאם - https://www.youtube.com/@ClubRandomPodcast,​

אלעקס אקאונאר האט אויך וועכענטליכע פאדקאסטס איבער פילאזאפיע/רעליגיע אויף זיין טשענעל.​

אנאליסטן/אינוועסטיגעיטארס

פאלגנד איז א טיילווייזע ליסטע פון אינדיפענדענט דזשערנאליסטן וואס צונעמען און אנאלאזירן נושאים לעמקם, יעדער איינער כדרכו, אבער אלע זענען אויסגעצייכנט.

דאס איז דערווייל א טיילווייזע ליסטע איבער מער פאליטישע און סאציאלע טעמעס. איך האף בקרוב ארויסצולייגן נאך א ליסטע איבער וויסנשאפטליכע און סתם אינטרעסאנטע נושאים.
Wow!!! איך האב נישט קיין ווערטער

א ריזיגן דאנק פאר׳ן עפענען אזא ניצבארע שנירל און נאך אזוי הערליך באשריבן מיט אזויפיל ארבעט אריינגעלייגט!! איך גיי אויס פון התפעלות פון דיין געטריישאפט!

אגב, די ערשטע און איינציגסטע מאל וואס כ׳האב געהערט פון דעם דעסטיני וואס דו האסט דערמאנט, איז געווען אין זיין דיבּעיט אויף Lex Friedman’ס פּאדקעסט, וואו ער האט פרובירט דיבּעיטן Norman Finkelstein, אינאיינעם מיט׳ן באוואוסטן ציונית׳טישן היסטאריקער זשאבּאטינסקי. און לפע׳׳ד האט דעסטיני זיך דארט גוט צונאַר געמאכט.

מ׳קען עס טרעפן דא פאר וועם ס׳אינטערעסירט
 
שכח אלפא! Wow זייער אינפארמאטיוו, כ'זע דו הערסט אויס נייעס פון אלע זייטן האסאנאבי ביז טים פול, רעכטע לינקע צוגלייך, וויאזוי הענדלט עס דיין יוטיוב אלגאריטם?

און להוציא מלבּך האב איך דווקא געקליקט יעדע איינציגע לינק... איז ליינען די ארטיקל אליינס האט מיר גענומען א גוטע 10-15 מינוט קען איך זיך נאר פארשטעלן וויפיל ארבעט ס'איז אריין דאס צו שרייבן. באמת א דאנק.
 
איך בין בכלל נישט מסכים מיט דיין קאטעגאריזאציע. איך האלט דעסטיני איז אריינגעקומען זייער קלאר מיטן קענען די מציאות און ארויסהאבן די ארגומענטן בעסער ווי זיינע צוויי קעגנער.
נארמאן האט געהאט איין סטראטעגיע, נעמליך, אנצורופן דעסטיני מיט אלע מאדנע נעמען דורכאויס די שמועס (מר בארעללי, מר באנעללי, א.ד.ג.) און אים צו מאכן אויסקוקן שוואך. אבער אין מיין מיינונג - ווען מ'קוקט אויף די ארגומענטן אליין - איז דעסטיני געווען אסאך שטערקער ווי נארמאן.

אויף סאשעל מידיע האב איך יא באמערקט דעמאלס אז די עולם איז געגאנגען פאר נארמאן - הגם רוב דערפון זענען מסתמא ממילא אנטי-איזראעל לכתחילה. און איך בין מסכים אז פון א ריין פערפאמענס קוקווינקל איז דעסטיני (בכלל אין דעבאטעס) נישט אזוי פראפעסיאנאל און שארף.

שכח אלפא! Wow זייער אינפארמאטיוו, כ'זע דו הערסט אויס נייעס פון אלע זייטן האסאנאבי ביז טים פול, רעכטע לינקע צוגלייך, וויאזוי הענדלט עס דיין יוטיוב אלגאריטם?

און להוציא מלבּך האב איך דווקא געקליקט יעדע איינציגע לינק... איז ליינען די ארטיקל אליינס האט מיר גענומען א גוטע 10-15 מינוט קען איך זיך נאר פארשטעלן וויפיל ארבעט ס'איז אריין דאס צו שרייבן. באמת א דאנק.

איך האב טאקע דערפאר נישט ליב צו קוקן יוטוב דורך זייער אלגאריטם - איך קוק עס בעיקר דורך א פילטערד דיווייס (טעקלאק), וואס לייגט נישט ארויס אטאמאטיש קיין ווידעאס - נאר דאס וואס מ'סערטשט.
 
אגב לוינט זיך אפשר צו טוישן קרעמל׳ס סובטייטל/סוב פארום׳ס: פון טיווי & מאוויס און צולייגן דארט ביים סובטייטל די ווערטער: פאדקעסט וכד׳

וואס קלערט איר?
@חבקוק

אזוי וועלן מענטשן גרינגער קענען טרעפן דעי ניצבארע שנירל & resource!

*און אפשר -אויב מ׳טוט עס טאקע, קען מען אויך אהין אריבערפירן מיין פּאדקעסט שנירל, וועלכע איז יעצט אין שמועסן
 
ש׳כח פאר די געדאנק! שוין געטוישט די פארום קעפל און גערוקט דיין שנירל.
 
איך גיי דא ווייטער מיט די ליסטע פון אינטרעסאנטע יוטוב טשענעלס - וויסנשאפט און ענטערטעינמענט.

DALL·E 2025-02-04 14.41.23 - An elegant and classical wide image symbolizing science, philoso...webp

וויסנשאפט

אסטראפיזיקס​

  • ניעל דיגרעיס טייסאן - StarTalk – א באקאנטער אסטראפיזיסיסט און סייענס קאמיוניקירער, זיין מיטארבייטער איז אויך היבש קאמיש.

  • לערן די הימלLearn the Sky – פאר די בעיסיקס איבער אסטראנאמיע.

סייענס און ענדזשענירונג​

  • וועריטאסיוםVeritasium – איינער פון די סאמע בעסטע סייענס קאמיוניקירער, מיט גאר באלערנדע און אינטרעסאנטע ווידעאס (דא רעדט ער פון זיין אייגענע לעבן).

  • וויסאוסVsauce – אויך זייער געשמאק און פאפולער.

  • מארק ראבער - Mark Rober – א געוועזענע נאסא ענדזשעניר, שטעלט פאר אינטרעסאנטע געדאנקען אויף א ציענדע פארנעם.

  • קורזגעסאגטKurzgesagt – In a Nutshell – מסביר סייענטיפישע נושאים און לעצטיגע שטודיעס דורך ענימאציעס, גאר קלאר.

  • קלעא אבראם - Cleo Abram – אפטימיסטישע אנטוויקלונגען אין סייענס און טעכנעלאגיע, זייער רייך.

  • קלוגער יעדן טאג - SmarterEveryDay – האט ליב עקספערימענטן מיט היי ספיד קאמערעס, א שטייגער ווי צוויי קוילן אריינהאקן איינס אינעם אנדערן פון קעגן איבער.

  • סטיוו מאלד - Steve Mould – בויט מאדעלס צו מסביר זיין סייענטיפישע קאנצעפטן.

  • זאכן געמאכט דאStuff Made Here – מאכט היימישע טולס און קומט אויף מיט געניאלע געדאנקען וויאזוי עס צו מאכן.

  • בעקיארד סייענטיסט - TheBackyardScientist – כשמו כן הוא – מאכט סייענטיפישע עקספערימענטן ביי זיך אין בעקיארד.

  • מינוט פיזיקס - minutephysics – מסביר פיזיקס אויף קליין געלט.

  • עקשאן לעב - The Action Lab – קומט אויך אויף מיט אייגענארטיגע געדאנקען וואס צו ווייזן אויף ווידעא דערביי דיר אויסלערנען עפעס ניי.

  • איזי פאזען - Izzy Posen – חבירנו היקר. האט אנגעהויבן מיט אן הקדמה צו פיזיקס סעריע (אין אידיש), און געגאנגען נאר אביסל ווייטער מיט די פיזיקס שיעורים.

[דא קען מען זען א ווידעא פון איינער וואס ranked סייענס קריעטארס אויף יוטוב. געוויסע טשענעלס בין איך נאר געוואר געווארן פון אים.

און אט איז א שיינע (אלטע) ווידעא ווי אסאך פון די אויבנדערמאנטע חברה טרעפן זיך צוזאמען.]

אנימאציעס​

די פאלגענדע טשענעלס זענען מסביר קאמפליצירטע מאשינען און אינטרעסאנטע טעכנעלאגיעס דורך גאר דעטאלירטע און שיינע ענימאציעס.

מאטעמאטיק​

  • 1 בלוי 3 ברוין - 3Blue1Brown – מסביר קאמפליצירטע מאטעמאטיק און מאטעמאטישע אפליקאציעס מיט שיינע קאמפיוטערייזד גראפס.

  • נומבערפייל - Numberphile – ברענגט אראפ מאטעמאטיק למטה מעשרה מיט פען און פאפיר.

אוויאציע​

  • בחינמ'דיגע פילאט טרענירונג - Free Pilot Training – ווילסטו שוין לאנג קענען פירן א פליגער? דא האסטו עס אויף א גאלדענעם טאץ (-סקרין..)!

  • מענטאור פיילאט - Mentour Pilot – אליינס א געוועזענע פילאט (אין רייאנ-עיר), אן אויסטערליש קלארע מגיד שיעור איבער וויאזוי עקסידענטן האבן זיך אויסגעשפילט און וואס די אוויאציע אינדוסטריע האט ארויסגענומען דערפון אלס לעקציע.
  • מענטאור נאו - Mentour Now! – דאס איז די זעלבע מענטש ווי דער פריערדיגע, נאר אין דעם טשענעל גייט ער איבער קארענט עווענטס אין די אוויאציע אינדוסטרי, פון פאליטיק ביז פינאנצן און אלעס אינדערמיט.

עס זענען אודאי דא נאך טשענעלס איבער אוויאציע און אלעס ארום, אבער מיט מענטאור פיילאט ווער דארף מער?

מעדיצין און פסיכאלאגיע​

  • דאקטאר מייק - https://www.youtube.com/@DoctorMike – א דאקטאר, און שמועסט אויס אינטרעסאנטע זאכן ארום געזונט און דאקטאריי.

  • דאקטאר קעיHealthyGamerGG - א פסיקייעטריסט, אינטרעסאנטע ידיעות און נוצליכע טיפס ארום ענקזייעטי, ADHD, דעפרעסיע, און מענטל העלט בכלל, זייער עווידענס בעיסד. (קרעדיט: @ההוא גברא)

  • טעראפיPsychiatry & Psychotherapy – אינטרעסאנטע שמועסן און לעקציעס ארום פסיכאלאגיע און טעראפי.

שאך​

  • גאטהאם שאך - GothamChess - ער איז א IM (די צווייטע העכסטע טיטל אין שאך, איין סטעפ פאר גרענדמעסטער) און האט די גרעסטע שאך טשענעל אויף יו טיוב, א אידיש קינד, ער הייסט levy rozman. (קרעדיט: @ההוא גברא)

כללי​

איבער אלס אין אלעמען – א טיפערע אריינבליק

bad38b6d-55e2-4125-b4a6-351a51610ce8.jpeg

פילאזאפיע

  • אלעקס אקאנאר - https://www.youtube.com/@CosmicSkeptic- מיין פעיוואריט, קומט אריין קלארער ווי קלאר איבער רעליגיע, פילאזאפיע, אין זיינע דעבאטעס, מאנאלאגס, און פאדקאסטס.

  • אנסאליסיטעד עדווייסUnsolicited advice – צונעמט פילאזאפישע סוגיות און שטעלונגען אחת לאחת.

  • פאנגבארן - Pangburn – א מישמאש פון שמועסן, דעבאטעס, און לעקציעס, די צד השוה איז אז עס לוינט זיך אויסצוהערן.

  • ד"ר מיכאל אברהםהרב מיכאל אברהם – טיפע שיעורים (אין עברית) איבער כמה וכמה סוגיות הש"ס, אמונה, פילאזאפיע, און מטא-הלכה.

  • דר. רועי יוזביץ - ד״ר רועי יוזביץ׳ – האט ליב צו רעדן איבער AI, אינטעליגענציע, און ברענגט אפט ארויף אינטרעסאנטע געסט.

דעבאטעס

  • מאנק דעבאטעסTheMunkDebates – א פראמינענטע פלאטפארמע וואס פירט דורך רעלעוואנטע און מאסיווע דעבאטעס יעדע האלבע יאר.

  • אקספארד יוניווערסיטעטOxfordUnion – וועכענטליכע דעבאטעס איבער פאליטישע נושאים העומדים על הפרק.

  • קלוגע דיסייפלWise Disciple – א גלויביגער און א געוועזענע דעבאטע טיטשער, אנאלאזירט זייער גוט דעבאטעס און לאגיק - בעיקר איבער רעליגיע.

  • מאדערן דעי דעבאטע - Modern-Day Debate - נעמט אריין וועלכע דעבאטע עס איז גרייט צו ווערן אפגעראכטן.

  • דזשובעלי Jubilee – א פלאץ וואס שטעלט אהער אייגענארטיגע גרופעס צו דעבאטירן איינער (נארמאל א מומחה) אנקעגן אסאך פשוטע מענטשן.

  • טשארלי קירקCharlie Kirk – געלונגענע קאלעדזש-סטודענטן דעבאטירער, א שטארקע רעכטע.

קורסעס

  • קהאן אקעדעמיKhan Academy – פון מאטעמאטיק צו בייאלאגיע און פון עקאנאמיקס צו הומעניטיס. אן אויפגעסעטע אנליין קאלעדזש – חינם אין כסף.

  • קרעש קורסhttps://www.youtube.com/@crashcourse – קורץ צום פינטל, אטראקטיווע קורסן איבער א ברייטע אויסוואל פון וויסנשאפטן, כמעט אלעס אייגענטליך.

  • סקול פון לעבןhttps://www.youtube.com/@theschooloflifetv – אויך קורצע שיעורים - מער ווי אן אריינפיר – צו באקומען א בליק אין אסאך פעלדער.

  • פראפעסאר דעיוו איז מסביר - https://www.youtube.com/@ProfessorDaveExplains – א געוועזענע כעמיסטרי טיטשער, הייבט אן פון אלף און האלט שוין באלד ביי תיו, שיעורים איבער כמעט יעדע נושא אין סייענס.
    אויך איז ער באקאנט פאר זיין מיליצע צוגאנג און שארפע דאבאטעס אנקעגן סייענס דינייערס, קריעשאניסטס, און פלאכע-ערד גלויביגער. (דא האט ער א 5 חלקים'דיגע סעריע איבער קריעשאניזם ווס סייענס).

  • ט.ע.ד.https://www.youtube.com/@TED – וואו פראפעסיאנאלן שטעלן אהער זייער טעזעס אויף סטעידזש.

  • נספח: אט זענען צוויי פלאטפארמעס (נישט דוקא יוטוב) וועלכע שטעלן אויך צו בחינם'דיגע קורסן אויף א ריזן אויסוואל פון נושאים - קורסערא און EdX.

bad38b6d-55e2-4125-b4a6-351a51610ce8.jpeg

מוזיק

געשפילטע מוזיק​

פידל​

  • רעי טשען https://www.youtube.com/@RayChenViolinist – א פידלער, רעדט ארום פרעקטיס און אינטרעסאנטע זאכן איבער דעם פידל און פידל שפילן.

  • צוויי סעט ווייאלין - https://www.youtube.com/@twosetviolin – צוויי פידלער וועלכע מאכן זיך אסאך משוגע, מאכן קאנטעסטס א.ד.ג. אבער געבן איבער אינטרעסאנטע אינפארמאציע איבער פידל און קלאסישע מוזיק דורכאויס.

  • מאכן דעם פידל - https://www.youtube.com/@MekwokStudio – האלט מיט דעם פראצעדור פון אויסשניצן א פידל פון א פלאכע שטיק האלץ.

פויק​

  • ליב צו לערנען דראמס - https://www.youtube.com/@love_to_learn_drums – איך בין נישט קיין עקספערט אין דראמעריי, אבער צו אירע סחורה דארף מען נישט זיין קיין מבין און מ'דארף ניטאמאל האבן קיין דראם צו קענען הנאה האבן.

bad38b6d-55e2-4125-b4a6-351a51610ce8.jpeg

ענטערטעינמענט

  • מעט ארמסטראנג - https://www.youtube.com/@MatArmstrongbmx – קויפט טייערע צובראכענע קארן פאר ביליג און טראנספאמירט זיי אין זיין גאראדזש.

  • פאליס אינטערסעפטארסhttps://www.youtube.com/@dustincorbitt5804 (נישט קיין אפיציעלע טשענעל) – אריינבליק איבער די ענגלישע פאליציי אפעראציעס און צוגאנג. עס איז זייער אינטרעסאנט ווען מ'שטעלט עס צו צו די אמעריקאנער סיסטעם.

  • FBI פיילסhttps://www.youtube.com/@TheFBIFiles – גענומען אלטע אמת'ע געשעענישן אין וואו די FBI האט געהאט א האנט, און געמאכט אינטרעסאנטע דאקומענטעריס דערפון.

  • אומפראקטישע דזשאוקערסhttps://www.youtube.com/@trutv – א גרופע פון פיר חברה וואס טריפן אויפן מענטשהייט אויף א מאסיוון פארנעם. ווערד יעדע מינוט.

  • דאמינאסhttps://www.youtube.com/@Hevesh5 - פאר ווער ס'האט ליב צו זען דעם 'דאמינא עפעקט' אויף סטערוידס.

  • אינטרעסאנטע טרעוול - https://www.youtube.com/@OutdoorBoys – וויאזוי זיך צו באגיין אין וויסטע פלעצער מיט געציילטע טולס. (בפשטות נישט אטענטיש..)

bad38b6d-55e2-4125-b4a6-351a51610ce8.jpeg

אידישע ענטערטעינמענט און פאדקאסטס

[פארלאנגען נישט קיין דעסקריפציעס]

און דאן איז פארשטייט זיך דא פון יעדע זינגער, שפילער, און קווייער, זייער אייגענע טשענעלס.

תם ולא נשלם!​

קומטס אריין מיט ענקערע רעקאמענדאציעס, קאלעקציעס, און ליסטעס.
 
איך גיי דא ווייטער מיט די ליסטע פון אינטרעסאנטע יוטוב טשענעלס - וויסנשאפט און ענטערטעינמענט.

View attachment 2737

וויסנשאפט

אסטראפיזיקס​

  • ניעל דיגרעיס טייסאן - StarTalk – א באקאנטער אסטראפיזיסיסט און סייענס קאמיוניקירער, זיין מיטארבייטער איז אויך היבש קאמיש.

  • לערן די הימלLearn the Sky – פאר די בעיסיקס איבער אסטראנאמיע.

סייענס און ענדזשענירונג​

  • וועריטאסיוםVeritasium – איינער פון די סאמע בעסטע סייענס קאמיוניקירער, מיט גאר באלערנדע און אינטרעסאנטע ווידעאס (דא רעדט ער פון זיין אייגענע לעבן).

  • וויסאוסVsauce – אויך זייער געשמאק און פאפולער.

  • מארק ראבער - Mark Rober – א געוועזענע נאסא ענדזשעניר, שטעלט פאר אינטרעסאנטע געדאנקען אויף א ציענדע פארנעם.

  • קורזגעסאגטKurzgesagt – In a Nutshell – מסביר סייענטיפישע נושאים און לעצטיגע שטודיעס דורך ענימאציעס, גאר קלאר.

  • קלעא אבראם - Cleo Abram – אפטימיסטישע אנטוויקלונגען אין סייענס און טעכנעלאגיע, זייער רייך.

  • קלוגער יעדן טאג - SmarterEveryDay – האט ליב עקספערימענטן מיט היי ספיד קאמערעס, א שטייגער ווי צוויי קוילן אריינהאקן איינס אינעם אנדערן פון קעגן איבער.

  • סטיוו מאלד - Steve Mould – בויט מאדעלס צו מסביר זיין סייענטיפישע קאנצעפטן.

  • זאכן געמאכט דאStuff Made Here – מאכט היימישע טולס און קומט אויף מיט געניאלע געדאנקען וויאזוי עס צו מאכן.

  • בעקיארד סייענטיסט - TheBackyardScientist – כשמו כן הוא – מאכט סייענטיפישע עקספערימענטן ביי זיך אין בעקיארד.

  • מינוט פיזיקס - minutephysics – מסביר פיזיקס אויף קליין געלט.

  • עקשאן לעב - The Action Lab – קומט אויך אויף מיט אייגענארטיגע געדאנקען וואס צו ווייזן אויף ווידעא דערביי דיר אויסלערנען עפעס ניי.

  • איזי פאזען - Izzy Posen – חבירנו היקר. האט אנגעהויבן מיט אן הקדמה צו פיזיקס סעריע (אין אידיש), און געגאנגען נאר אביסל ווייטער מיט די פיזיקס שיעורים.

[דא קען מען זען א ווידעא פון איינער וואס ranked סייענס קריעטארס אויף יוטוב. געוויסע טשענעלס בין איך נאר געוואר געווארן פון אים.

און אט איז א שיינע (אלטע) ווידעא ווי אסאך פון די אויבנדערמאנטע חברה טרעפן זיך צוזאמען.]

אנימאציעס​

די פאלגענדע טשענעלס זענען מסביר קאמפליצירטע מאשינען און אינטרעסאנטע טעכנעלאגיעס דורך גאר דעטאלירטע און שיינע ענימאציעס.

מאטעמאטיק​

  • 1 בלוי 3 ברוין - 3Blue1Brown – מסביר קאמפליצירטע מאטעמאטיק און מאטעמאטישע אפליקאציעס מיט שיינע קאמפיוטערייזד גראפס.

  • נומבערפייל - Numberphile – ברענגט אראפ מאטעמאטיק למטה מעשרה מיט פען און פאפיר.

אוויאציע​

  • בחינמ'דיגע פילאט טרענירונג - Free Pilot Training – ווילסטו שוין לאנג קענען פירן א פליגער? דא האסטו עס אויף א גאלדענעם טאץ (-סקרין..)!

  • מענטאור פיילאט - Mentour Pilot – אליינס א געוועזענע פילאט (אין רייאנ-עיר), אן אויסטערליש קלארע מגיד שיעור איבער וויאזוי עקסידענטן האבן זיך אויסגעשפילט און וואס די אוויאציע אינדוסטריע האט ארויסגענומען דערפון אלס לעקציע.
  • מענטאור נאו - Mentour Now! – דאס איז די זעלבע מענטש ווי דער פריערדיגע, נאר אין דעם טשענעל גייט ער איבער קארענט עווענטס אין די אוויאציע אינדוסטרי, פון פאליטיק ביז פינאנצן און אלעס אינדערמיט.

עס זענען אודאי דא נאך טשענעלס איבער אוויאציע און אלעס ארום, אבער מיט מענטאור פיילאט ווער דארף מער?

מעדיצין און פסיכאלאגיע​

  • דאקטאר מייק - https://www.youtube.com/@DoctorMike – א דאקטאר, און שמועסט אויס אינטרעסאנטע זאכן ארום געזונט און דאקטאריי.

  • דאקטאר קעיHealthyGamerGG - א פסיקייעטריסט, אינטרעסאנטע ידיעות און נוצליכע טיפס ארום ענקזייעטי, ADHD, דעפרעסיע, און מענטל העלט בכלל, זייער עווידענס בעיסד. (קרעדיט: @ההוא גברא)

  • טעראפיPsychiatry & Psychotherapy – אינטרעסאנטע שמועסן און לעקציעס ארום פסיכאלאגיע און טעראפי.

שאך​

  • גאטהאם שאך - GothamChess - ער איז א IM (די צווייטע העכסטע טיטל אין שאך, איין סטעפ פאר גרענדמעסטער) און האט די גרעסטע שאך טשענעל אויף יו טיוב, א אידיש קינד, ער הייסט levy rozman. (קרעדיט: @ההוא גברא)

כללי​

איבער אלס אין אלעמען – א טיפערע אריינבליק

פילאזאפיע

  • אלעקס אקאנאר - https://www.youtube.com/@CosmicSkeptic- מיין פעיוואריט, קומט אריין קלארער ווי קלאר איבער רעליגיע, פילאזאפיע, אין זיינע דעבאטעס, מאנאלאגס, און פאדקאסטס.

  • אנסאליסיטעד עדווייסUnsolicited advice – צונעמט פילאזאפישע סוגיות און שטעלונגען אחת לאחת.

  • פאנגבארן - Pangburn – א מישמאש פון שמועסן, דעבאטעס, און לעקציעס, די צד השוה איז אז עס לוינט זיך אויסצוהערן.

  • ד"ר מיכאל אברהםהרב מיכאל אברהם – טיפע שיעורים (אין עברית) איבער כמה וכמה סוגיות הש"ס, אמונה, פילאזאפיע, און מטא-הלכה.

  • דר. רועי יוזביץ - ד״ר רועי יוזביץ׳ – האט ליב צו רעדן איבער AI, אינטעליגענציע, און ברענגט אפט ארויף אינטרעסאנטע געסט.

דעבאטעס

  • מאנק דעבאטעסTheMunkDebates – א פראמינענטע פלאטפארמע וואס פירט דורך רעלעוואנטע און מאסיווע דעבאטעס יעדע האלבע יאר.

  • אקספארד יוניווערסיטעטOxfordUnion – וועכענטליכע דעבאטעס איבער פאליטישע נושאים העומדים על הפרק.

  • קלוגע דיסייפלWise Disciple – א גלויביגער און א געוועזענע דעבאטע טיטשער, אנאלאזירט זייער גוט דעבאטעס און לאגיק - בעיקר איבער רעליגיע.

  • מאדערן דעי דעבאטע - Modern-Day Debate - נעמט אריין וועלכע דעבאטע עס איז גרייט צו ווערן אפגעראכטן.

  • דזשובעלי Jubilee – א פלאץ וואס שטעלט אהער אייגענארטיגע גרופעס צו דעבאטירן איינער (נארמאל א מומחה) אנקעגן אסאך פשוטע מענטשן.

  • טשארלי קירקCharlie Kirk – געלונגענע קאלעדזש-סטודענטן דעבאטירער, א שטארקע רעכטע.

קורסעס

  • קהאן אקעדעמיKhan Academy – פון מאטעמאטיק צו בייאלאגיע און פון עקאנאמיקס צו הומעניטיס. אן אויפגעסעטע אנליין קאלעדזש – חינם אין כסף.

  • קרעש קורסCrashCourse – קורץ צום פינטל, אטראקטיווע קורסן איבער א ברייטע אויסוואל פון וויסנשאפטן, כמעט אלעס אייגענטליך.

  • סקול פון לעבןThe School of Life – אויך קורצע שיעורים - מער ווי אן אריינפיר – צו באקומען א בליק אין אסאך פעלדער.

  • פראפעסאר דעיוו איז מסביר - Professor Dave Explains – א געוועזענע כעמיסטרי טיטשער, הייבט אן פון אלף און האלט שוין באלד ביי תיו, שיעורים איבער כמעט יעדע נושא אין סייענס.
    אויך איז ער באקאנט פאר זיין מיליצע צוגאנג און שארפע דאבאטעס אנקעגן סייענס דינייערס, קריעשאניסטס, און פלאכע-ערד גלויביגער. (דא האט ער א 5 חלקים'דיגע סעריע איבער קריעשאניזם ווס סייענס).

  • ט.ע.ד.TED – וואו פראפעסיאנאלן שטעלן אהער זייער טעזעס אויף סטעידזש.

  • עקאנאמיקס עקספלעינד - Economics Explained – שיין מסביר עקאנאמיקס און וויאזוי עס עפלייד טאג טעגליך אין פאליטיק.

  • סקול יורסעלף מאטעמאטיק - School Yourself - אן אייגענארטיגע מהלך אויסצולערנען מאטעמאטיק (דא).

  • נספח: אט זענען צוויי פלאטפארמעס (נישט דוקא יוטוב) וועלכע שטעלן אויך צו בחינם'דיגע קורסן אויף א ריזן אויסוואל פון נושאים - קורסערא און EdX.

מוזיק

געשפילטע מוזיק​

  • קלאסישע שטיקלעך - Rousseau – געשפילט אויף פיאנא מיט אינטרעסאנטע עפעקטס דערצו.

  • דזשעז קלאבOpen Studio – באלערנדע טיפס איבער דזשעז מוזיק, און אויך שיין צו הערן.

פידל​

  • הילערי האהן - Hilary Hahn – די בעסטע פידלערין היינטיגע צייטן! (אין מיין מיינונג).

  • רעי טשען Ray Chen – א פידלער, רעדט ארום פרעקטיס און אינטרעסאנטע זאכן איבער דעם פידל און פידל שפילן.

  • צוויי סעט ווייאלין - TwoSetViolin – צוויי פידלער וועלכע מאכן זיך אסאך משוגע, מאכן קאנטעסטס א.ד.ג. אבער געבן איבער אינטרעסאנטע אינפארמאציע איבער פידל און קלאסישע מוזיק דורכאויס.

  • מאכן דעם פידל - Mekwok Studio – האלט מיט דעם פראצעדור פון אויסשניצן א פידל פון א פלאכע שטיק האלץ.

פויק​

  • ליב צו לערנען דראמס - Love To Learn Drums – איך בין נישט קיין עקספערט אין דראמעריי, אבער צו אירע סחורה דארף מען נישט זיין קיין מבין און מ'דארף ניטאמאל האבן קיין דראם צו קענען הנאה האבן.

ענטערטעינמענט

  • מר ביעסטMrBeast – מי לנו גדול? (ליינטס דא איבער זיין ביעסט געים סעריע).

  • ריקי דזשערוועיס - Ricky Gervais – דער בעסטע בריטישע קאמעדיען.

  • מעט ארמסטראנג - Mat Armstrong – קויפט טייערע צובראכענע קארן פאר ביליג און טראנספאמירט זיי אין זיין גאראדזש.

  • פאליס אינטערסעפטארסDustin Corbitt (נישט קיין אפיציעלע טשענעל) – אריינבליק איבער די ענגלישע פאליציי אפעראציעס און צוגאנג. עס איז זייער אינטרעסאנט ווען מ'שטעלט עס צו צו די אמעריקאנער סיסטעם.

  • FBI פיילסThe FBI Files – גענומען אלטע אמת'ע געשעענישן אין וואו די FBI האט געהאט א האנט, און געמאכט אינטרעסאנטע דאקומענטעריס דערפון.

  • אודיט די אודיט Audit the Audit – פילמירט וויאזוי פאליציי גייען זיך אום מיטן ציבור אין פאבליק.

  • דר. אינסאניטיDr Insanity – קרימינאלן אונטער אויספארשונג.

  • אומפראקטישע דזשאוקערסhttps://www.youtube.com/@trutv – א גרופע פון פיר חברה וואס טריפן אויפן מענטשהייט אויף א מאסיוון פארנעם. ווערד יעדע מינוט.

  • דאמינאסhttps://www.youtube.com/@Hevesh5 - פאר ווער ס'האט ליב צו זען דעם 'דאמינא עפעקט' אויף סטערוידס.

  • אינטרעסאנטע טרעוול - https://www.youtube.com/@OutdoorBoys – וויאזוי זיך צו באגיין אין וויסטע פלעצער מיט געציילטע טולס. (בפשטות נישט אטענטיש..)

אידישע ענטערטעינמענט און פאדקאסטס

[פארלאנגען נישט קיין דעסקריפציעס]

און דאן איז פארשטייט זיך דא פון יעדע זינגער, שפילער, און קווייער, זייער אייגענע טשענעלס.

תם ולא נשלם!​

קומטס אריין מיט ענקערע רעקאמענדאציעס, קאלעקציעס, און ליסטעס.
Wow!!! 🤩

I’m getting so excited
און כ׳האב קוים אפילו אנגעהויבן ליינען די ליסטע!

כ׳האב זיך תיכף איינגעשריבן צו די בעיסיקס פון אסטראנאמיע ווייל כ׳האב אלעמאל גע׳חלש׳ט צו וויסן מער אבער נישט געהאט די זיץ פלייש צו ליינען און שטודירן די זאכן אויף דער עלטער. א מחי׳ אז איינער רעדט צו beginners

תודה רבה פאר דיין incredible געטריישאפט!!
איך גיי צוריק ליינען…
כ׳האב באמערקט דו האסט אויך א קעפל פון מוזיק
& I’m overjoyed אנצוקומען דערצו

זאלסט זיין געבענטשט מיט אלע ברכות! פאר׳ן מהנה זיין אונז אלע מיט אזויפיל געטריישאפט און גוטהארציגקייט - און איך גלייב ס׳ליגט דא אסך צייט, כח, מח, און ארבעט!! ❤️
 
@אלפא איך שיק יעצט אראפ די מידיא צו דיין הויז, די מוזט זיין די עלטסטע מענטש אויף די וועלט!!! ווען האסטו אזויפיל צייט צו הערן??! 🙈🙈
 
;)

קודם כל איך שמעק מער ווי איך הער. איך דערשנאפ ווער ס'רעדט צום זאך און איך האב עס ארויםגעפאקט אויפן ליסט. אסאך פון דעם האב איך נישט נישט אויסגעהערט מער ווי געציילטע מינוט.

צווייטנס, איך הער א ווידעא צווישן 2 און 3 מאל די ארגינעלע ספיד.

און דריטנס איך הער אסאך אין די בעקגראונד און איך מיש אויך אסאך אזוי באקום איך די בעיסיק איידיע פון וואס יענער רעדט און וואס זיין מהלך המחשבה איז.

(און מיט דעם אלעם ספענד איך טאקע צופיל צייט אויף יוטוב... ששש..)
 
Back
Top