איך בין געווארן היבש אן
@אנטוישטער יונגערמאן נאכן זען די אינטערוויו.
1. זי ענטפערט זייער vague און נישט קלאר אויף רוב פראגעס.
2. זי רופט עס א סייקעדעליקס אינטערוויו, אבער כמעט ביזן סוף רעדט מען נישט קיין ווארט דערפון, נאר פון איר פערזענליכער זשורני. רוף עס "אן אינטערוויו מיט א עקס קרית יואל איינוואוינער".
3. טאקע די נושא פון איר זשורני און די מאנראו אונטערגרונט פון "באמישע" בחורים וואס דרייען זיך מיט מיידלעך און רייכערן וויד איז זייער אינטערעסאנט צו הערן און ווערט נישט גענוג דיסקוסירט אין ערגעץ, אבער אויף דעם געבט זי זייער ווייניג קלארקייט. קען זיין זיי שעמט זיך, אבער אן אינטערעסאנטער אינטערוויו איז עס נישט ווען יעדע קשיא ווערט געענטפערט "ס'איז געווען א חלק פון מיין זשורני". אן באמת ענפערן מיט ספעציפישע דעטאלן.
4. זי איז נישט אין די סיסטעם (ס'קוקט אויס אינמיטן ווי פרידא האט אפי' נישט געוואוסט אז זי וואוינט אין ארץ-ישראל). מענטשן וואס נעמען די טיי איז דא גענוג, אבער אויף די טרענד און לעצטע פאפולעריטעט ביים עכטן היימישן עולם, האט זי נישט קיין סאך צוצוגעבן.
5. פרידא איז געווענליך זייער גרונטליך, אבער דא זעהט מען אז זי ווייסט באמת ווייניג איבער די נושא. אז זי וויל אריינגיין אין די נושא וואלט איך איר גע'עצה'עט צו אינטערוויואירן איינער פון די חברה וואס איז אינוואלווד דירעקט מיטן היימישן עולם. בעיקר ביי מענער ווי ס'איז לעצטנס געווארן עפעס מורא'דיג אויפגעכאפט.
איך האף אז זי ליינט דא...
אויך אז איינער האט עקסעס צו איר קען מען דאס שיקן צו איר דירעקט.
די נושא איז מוראדיג וויכטיג און פארלאנגט גרונטלעכע פארשונג, פאר איינער וואס איז אינטערסירט אין די עוואלוציע פון אונזערע קאמיוניטיס.
ס'איז באמת נאך נישט דא קיין אקאדעמישע גרונטלעכע סאציאלאגישע סקאלערשיפ אויף די נושא (עכ"פ נישט וואס איך ווייס). בעיקר איבער די רעליגיעזע שיפט וואס געשעהט פאר אונזערע אויגן מיטן טויש אין די קאנסעפציע פון גאט, צו אן אינערליכע 'מיכקינד' גאט.
ווי ליפא זינגט מיט נחמן דרייער: "איך וויל דיר זעהן אין מיר"!
(איך האב שטארק חשק צו שרייבן א גרונטלעכע אנאליז איבער די פילע טעאלאגישע שינוים וואס הערט זיך אין ליפא'ס נייע אלבום. עוד חזון...)