יאפעד מנהלת טיילט מיט וויאזוי זי איז אויפגעוואקסן

אנטוישטער יונגערמאן

אלטגעזעסענער קרעמלער
וועטעראן
זיך איינגעשריבן
מאי 31, 2024
מעסעדזשעס
1,059
רעאקציע ראטע
4,956
פונקטן
443
איך האב ליב דעם טשענעל, ווייל אסך פון די געשיכטעס זענען האר-אויפשטעלנד און ס׳איז א בחינה פון צרות רבים חצי נחמה
חוה ווייסבערגער (פון פוטסטעפס) ווי אויך יוחנן לאווען האבן געהאט דארט אן אינטערוויו א שטיק צייט צוריק
און היינט איז געקומען א מודעה אויף עקס אז דער טשענעל האט ארויפגעשטעלט אן אינטערוויו וואס זיי האבן געהאט מיט ביעטריס וועבער

ווער ס׳איז אינטרעסירט קען עס דא אויסהערן

View: https://youtu.be/LGXNrG7kIec?si=CE7NNPDlqlAndpq6
 
נאכדעם וואס איר ווידיאו האט שוין מער פון 83K views האט די טשענעל היינט צופרי ארויסגעשטעלט חלק ב׳ וואו זי רעדט וועגן די פרייז וואס ס׳האט געקאסט ווען זי איז געווארן אוועקגעריסן פון אירע קינדער

View: https://youtu.be/6MXpJm_aRoU?si=LxdfOw-4zilsGjFX
 
איך קען נישט הערן די זאכן ווייל עס פראסקעט מיר די אמת אין פנים וואו מיר לעבן
עס מאכט אזויפיל סענס דאס צו פילן.

איך קוק עס אן ווי מעדיצין אבער מ׳קען זיך נישט אריינצווינגען צופיל אויף אמאל אז נישט וועט מען עס אויסברעכן און גארנישט האבן אויפגעטון. יעדער האט אן אנדערע פראצעס, און מ׳דארף מכבד זיין די אייגענע געברויכן פאר שלוות הנפש און טון וואס איז ריכטיג פאר דיר און נאר גיין אויף א pace וואס פילט פאסיג פאר דיר צו וואקסן

(ווייל מ׳ריקט זיך נישט ארויס פון א מיזערעבל מצב איבערנאכט. ס׳נעמט אומערמידליכע כוחות וואס מ׳גארטלט זיך אן צוביסלעך ווען moving the needle א קליינטשיקע ביסל פאראויס יעדעס מאל מ׳קען)

ס׳נישט ״אדער אלעס, אדער גארנישט״ יעדעס ביסל וואס מ׳טוט צו פארבעסערן די לעבן פון זיך און די משפחה מאכט א געוואלדיגע חילוק לטובה.

for some reason
דערמאנט מיר עס פון מיינע קינדער ווען זיי זענען קליין געווען און געהאט פיבער/אויערן אינפעקשן וכו׳ און מ׳האט געלייגט א קליין ביסל צוקער צוזאמען מיט די טיילענאל

אזוי פיל איך ווען ס׳קומט צו הערן זאכן וואס איך ווייס איז הילפבאר אבער איך פיל נאכנישט גרייט אויף דעם: איך פרוביר ווען איך קען עס טוהן אויף א וועג וואס קען עס מאכן גרינגער פאר מיר/און פארזיסן דעם מעדיצין
 
אינטערעסאנטע inside look אויף
Huffington Post ווי די מנהלת פון יפד
האט זיך געראנגלט מיט די appeal און דורכפאלן פון חסידישע טשעטרום׳ס צען יאר צוריק (בעפאר זי איז אנטלאפן פון איר עביוסיוו לעבן אינמיטן נאכט און זיך באפרייט)

I Was Forced Into An Arranged Marriage At 18. Then I Found A Chat Room That Promised Escape — For A Price.

*נאכ׳ן פאוסטן באמערק איך אז די בלעטער דא אונטן גייען פון רעכטס אויף לינקס 😃
 

בייגעלייגטע פיילס

  • 64199883-D37C-492A-AB4F-60B8273971D4.jpeg
    64199883-D37C-492A-AB4F-60B8273971D4.jpeg
    387.4 KB · געזען: 23
  • 583EABD4-76DD-4AD5-8842-531FFA33759A.jpeg
    583EABD4-76DD-4AD5-8842-531FFA33759A.jpeg
    491.8 KB · געזען: 23
כמעט א האלב מיליון וויוס האבן אירע צוויי אינטערוויוס שוין באקומען אינאיינעם, און די וואך האט די טשענעל געמאכט א לייוו Q&A (נאכדעם וואס זיי האבן אויך אינטערוויוט א געוועזענע ליובאוויטשער חסיד)

איך מיין פאר אלע חברים דא וואס ווילן האבן אביסל מער אן אהנונג וואספארא מויערן זיי דארפן דורכברעכן צו קענען האבן א נארמאלע רילעישנשיפ מיט די ווייב, קענען זעהן פון די לשונות וואס זי ליינט פאָר פון ספר עוז והדר לבושה- וויאזוי ס׳איז געווארן אריינגעבּאָכעט מיט אזא פעסטקייט דעי פארמאכטע מיינדסעט - א דאנק וואס רוב היימישע בתי חינוך באקן דאס שוין איין אין די מיידלעך פון יונגערהייט אָן

איך בין ספעציעל מחשיב די grace מיט וואס זי רעדט וועגן איר עקס. וויאזוי ער האט זיך אויפגעפירט ווען זי איז געווען א שוואכע באזארגטע קימפעטארין, אבער זי איז מסביר אז ס׳איז באמת נישט זיין שולד


View: https://www.youtube.com/live/r2nP11RPkns?si=tUqdmbOigjw84d5T
 
לעצט רעדאגירט:
איז זי בת ר' י. וועבער ז"ל מפאפא?
 
זי זאגט זי איז אויפגעוואקסן אין טאראנטא.

איז וועבער איז משפחה נאמען אדער חתונה געהאטע נאמען? ווער איז איר עקס?
 
זי זאגט זי איז אויפגעוואקסן אין טאראנטא.

איז וועבער איז משפחה נאמען אדער חתונה געהאטע נאמען? ווער איז איר עקס?
איך ווייס נישט ווער איר עקס איז, זי זאגט ער איז א חשוב׳ער ראש הכולל אין מאנסי, אבער וועבער איז איר משפחה נאמען
 
אין מאנסי? וואו איז איר קינד אנגעקומען אין צעהלים אין וויליאמסבורג?
 
לעצט רעדאגירט:
ארויסגעקומען א דאקומענטערי וועגן איר קאמף פאר׳ן פארבעסערן די עדיוקעישן אין חדר

זיי זאגן זי איז די מערסטע פארפיינטע פרוי אין די געגנט - קודם האב איך געטראכט די פילם דירעקטערס מוזן עס זאגן פאר dramatic effects

אבער נאכדעם האב איך זיך אנגעהויבן פרעגן אפשר האט דער עולם איר טאקע פיינט. דא אויף קרעמל זענען דא אסך עלטערן וואס פרייען זיך זייערע קינדער זאלן האבן א נארמאלע וועלטליכע עדיוקעישן און וויסן גוט מאטעמאטיק, ענגליש און לערנען סייענס -

אבער איך וואונדער זיך טאקע (ווייל איך וואוין נישט אין נ.י.) צו האט טאקע די פרומע עולם דארט איר אזוי פיינט ווי מאסטער??

Challenging the System: My Fight Against Hasidic Yeshivas and Why Stories Matter
 
Back
Top