יפה בעתו זכרונות

אנטוישטער יונגערמאן

אלטגעזעסענער קרעמלער
וועטעראן
זיך איינגעשריבן
מאי 31, 2024
מעסעדזשעס
638
רעאקציע ראטע
2,387
איך האב זיך צופעליג אנגעשטויסן היינט אויף וויקיפידיע אין אידיש, מיט די געשיכטע פון די צוויי רייט ברודער וועלכע זענען גערופן די ערפינדער פונ׳ם ערשטן עראפלאן - אינטרעסאנט באשריבן מיט בייגעלייגטע ווידיאו פון די דעמאלסדיגע טעלעוויזיע ריפּאָרט (ווי אויך בילדער)

פאר חברים דא וואס געדענקען די זיסע זכרונות פון ליינען יפה בעתו פון דעקל צו דעקל, און זיי זוכן פאר די קינדער עפעס אינטרעסאנט צו ליינען אויף אידיש, אפשר קען דאס זיין א רעסורס (מעגליך אז ס׳דא מער ארטיקלען - כ׳האב נישט נאכגעקוקט)

רייט ברידער – װיקיפּעדיע
 
דא קען מען זעהן א קאווע שטיבל אשכול אויף הרב ביללער, אין 2012 (שנה ראשונה פון ק"ש).

@יידל זאגט דארט אז ער האט אוועקגעלייגט אלע 100 יפה בעתו'ס.

מ'קען אפשר מאכן א דירעקטע לינק פון די יפה בעתו/דבר בעטו, צו וועקער, צו... כוואליעס?

ער איז געזיצן אלע יארן אין ביבליאטעקן ביז אין ענדע ניינציגער יארן האט ער אנגעהויבן נוצן די אינטערנעט (לויט @יידל ).

אין די שפעטערע יארן (מיט די 'וואונדערליך' קינדער ביכער), האט ער דאכט זיך פראקלאמירט אז ער איז די איינציגסטע אזא סארט וויסנשאפט שרייבער וואס נוצט נישט די אינטערנעט!

כאילו זיצן אין לייברערי איז עפעס מער כשר... קען זיין ער האט זיך פרובירט צו כשר'ן פאר די צענזור.
 
Back
Top