יואלי לאנדא קויפט אפ א בליק

פאטשיילע

היימישער קרעמלער
זיך איינגעשריבן
יולי 17, 2024
מעסעדזשעס
54
רעאקציע ראטע
130
יואלי לאנדאו האט אפגעקויפט ״א בליק״ און ס׳גייט ווערן צאמגעשטעלט מיט זיין אויסגאבע ״שטענדערעל״

אמאל פלעגן עשירים ווערן תלמידי חכמים, שפעטער ווערן זיי זינגערס, היינט קויפט מען אויס צייטונגען.

@קרעמעל פאר וויפיל פארקויפען ענק זיך פאר יואלי לאנדאו?
 
קרעמל איז צושטאנד געקומען נאכדעם וואס אנדערע פלעצער זענען לכאו' פארקויפט געווארן פאר די יואלי'ס ודומיהם.

מ'דארף פרייהייט פון ווארט
די באניצער מיט שטום רעכטן זאלן פיהרן דעם סייט,
נישט קיין עשירים.
 
איינער ווייסט צו ער ציעט זיין ייחוס צו ר' יחזקאל לנדא דער נודע ביהודה? ווייל לפי זיין ביאגראפער שלמה וינד האט ר' יחזקאל אויך א יד געהאט אין דייטש, דקדוק און מאטעמאטיק, נאך פון א יונגע עלטער. און זיין אינגסטע זוהן ישראל איז אויך א פובלישער געווען פון די השכלה אין פראג. נאר ר' לנדא'ס תלמיד ר' אלעזר פלעקלס (וואט עי נעים..) האט א כתם געלייגט אויף דיע חלק פון זיין לעגעסי. ס'איז צום האפן אז הנגיד יואלי וועט מושיב זיין זיין זיידן'ס מורשה, צוריק אויף דעם שטוהל אוואו עס געהערט.
 
אי משום הא לאו ראיה ווייל אין די היינטיגע נאך יעצט אומוויסענדע היימישע וועלט, איז נאך דערווייל א גרעסערע זכיה צו זיין אנאייניקל פון ישמח משהן אדער דער ראצפערטער ווי פון די גאונים פון מעהרן און באהמיע לול. טוהען די עוסקי יוחסין און שדכניםלעך אפשר נאר דערין לעץ עתה. ווער רעדט נאך פון ג'ענעטיקס און ז'יניאלעדזשי.. וואס איז דאס? מינע מחלות? 😂
 
אבער די וואס זענען דעספערט פאר א "נאמען" אין טרעף עס נישט בין תלמידי הבעש"ט וועלן אפירזיכן שטעט ווי לעמבערג און פראג אויך...
ווען מ'קען וואלט זיך אויף אויפגעשטעלט איינער און געחתמעט הק' בלא בלא, אדמור מ'קול אליהו ד'ווילנא...
 
ווי איז די שמועס דא פארפארן?
וואס איז די מעשה מיט די אפקויף פונעם בליק'ס שטיבל?
 
דער 'אינגערמאן' מיטן 'באלעבאסטע' מיט אלע 'מעלות' האבן געמאכט אן 'עונג שבת' אין 'שטוב' דעי 'וואך' נאכן 'טועמיה' און שמעקן די 'הדסים', אזוי האט 'דער איד' מיטן 'אשת חיל' ארויסגעגעבן א 'וואונדערקינד' מיט שיינע 'יסודות', אויפן 'מאמענט' איז די 'פאמיליע' פלאצירט געווארן אינעם 'קינדער שטוב' ווען ס'איז אנגעצינדן 'דער אידישער ליכט'.
 
נאכדעם וואס אילאן מאסק האט אפגעקויפט טוויטער איז שוין א טרענד אז עשירים קויפן אם די מידיע ....
ווען די נאר איז נישט מיינס וואלט איך געלאכט...
אילן מאסק האט אויפגעקויפט טוויטער, דשעף בעזאס האט אויפגעקויפט די וואשינגטאן פאוסט, נישט קיין חיליק צו די ביסט פאליטיש רעכטס אדער לינק וועט יעדער מודה זיין אז זיי נוצן דאס פאר א טול צו שטופן זייער אגענדע. ווען יואלי לאנדא קויפט אפ די ״א בליק״ קען ער טוהן די זעלבע זאך אין די חרדישע סירקעל׳ס, מאנאפלי איז קיינמאל נישט קיין גוטע זאך ספעציעל ווען די מענטשען און קאנטראל זענען די Top one percent..
 
גערעכט אבער די חילוק איז אז זייער אגענדע איז שטותים והבלים, און להבדיל יואלי'ס אגענדע איז אז מ'זאל נישט רעדן ביים דאווענען...
 
גערעכט אבער די חילוק איז אז זייער אגענדע איז שטותים והבלים, און להבדיל יואלי'ס אגענדע איז אז מ'זאל נישט רעדן ביים דאווענען...
יעדער האלט עס עפעס אנדערשט איז שטותים, די פוינט איז אז מארגען קען ער טוישן זיין אגענדע, וואס אפילו יעצט ביסטו צופרידען מיט זיין אגענדע (וואס קען זיין דיין צופרידענקייט איז און רוזעלטאט פון זיין מאוומענט..) וואס גייסטו טוהן דאן, איינמאל ס׳דא קאנטראל אויפן דעת הקהל קען מען פארקויפן וואסערע לאקשאן ס׳גלוסט.
 
די נייעס אז מאמענט שטעלט זיך צאם מיט שטיבל, באלאנגט אין די שנירל?
אדער ס'קומט פאר דעם א באזונדערע?
 
ווען די נאר איז נישט מיינס וואלט איך געלאכט...
אילן מאסק האט אויפגעקויפט טוויטער, דשעף בעזאס האט אויפגעקויפט די וואשינגטאן פאוסט, נישט קיין חיליק צו די ביסט פאליטיש רעכטס אדער לינק וועט יעדער מודה זיין אז זיי נוצן דאס פאר א טול צו שטופן זייער אגענדע. ווען יואלי לאנדא קויפט אפ די ״א בליק״ קען ער טוהן די זעלבע זאך אין די חרדישע סירקעל׳ס, מאנאפלי איז קיינמאל נישט קיין גוטע זאך ספעציעל ווען די מענטשען און קאנטראל זענען די Top one percent..
בלומבערג האט געפענט די בלומבערג נייעס און נאך
 
Back
Top