איינקויפן ביליג

דער גאלדענער אדלער

אלטגעזעסענער קרעמלער
וועטעראן
זיך איינגעשריבן
מאי 4, 2024
מעסעדזשעס
833
רעאקציע ראטע
3,501
צוליב די היצטיגע שווערע אקאנאמישע מצב עפען איך דא אויף א שנירל אין וועלכע דער עולם זאל אריינקומען און מעלדן וואו מ'קען איינקויפן פאר ביליג, אידישע געשעפטן און ווי אויך נישט אידישע געשעפטן. נאר מ'זאל געדענקן דעם מצוה וחי אחיך עמך און אויב די חילוק איז ווייניגער פון א שתות (צוואנציג פראצענט) איז מען עפ"י הלכה מחויב עס צו קויפן ביי א איד און דאס איז יושר, אויך צו שטיצן אינזערע טייערע ברידער וועלכע מוטשען זיך פונקט אזוי, אבער אין די זעלבע צייט צו געדענקן אז מיר קליענטן און שאפערס זענען אויך אידן! התורה חסה על ממונן של ישראל

(ביטע נישט אנפירקלען דעם שנירל מיט דברים של מה בכך אדער אפילו מיט פרעמדע זאכן אפילו ס'קוקט אויס גאר וויכטיג, נאר מיט סעילס און ביליגע פרייזן, ייש"כ)
 
אקעי עמער גיין פתיחה.
לעצטענס האב איך אנגעהויבן שאפן אין מערערע פלעצער. אמאל פלעג איך גיין צו מיינע דריי געשעפטן, עווערגרין, בינגא, און וועגמאנס. אבער לעצטענס האב איך אויך אנגעהויבן איינקויפן ביי אנדערע געשעפטן אויך ווי למשל ALDI און זייער קאנקורענץ LIDL בעיקר וואס איך קויפ איין אין די צוויי געשעפטן איז פרוכט און וועדשזעטעבל און כ'שטוין פון זייער אומגעהויערע ביליגע פרייזן! ס'לוינט זיך עכט פאר איינעם וואס האט געדולד צו שאפן און פארמאגט א גרעסערע משפחה צו ספענדן דארט איינמאל צוויי מאל א וואך איינצוקויפן דארט, די פרייזן דארט זענען מער פון פופציג פראצענט ווייניגער פון די אידישע געשעפטן און אפילו פון די גויאישע גרעסערע טשעינס ווי למשל וועגמאנס, און זייער קוואליטי איז זייער גוט.

למשל נעם א זעקל פון זעקס פערסישע קיוקאמבערס א שטוינענדע $1.69 פער פעקל פער פונט! די ביליגסטע וואס איך האב דערווייל געפונען איז געווען ביי וועגמאנס פאר $2.99

א זעקל פון אכט נעוועל אראנדזשעס $2.99

רויטע סידלעס טרויבן $1.28 פער פונט!

און נאך אסאך אנדערע פרוכט און וועדזשעטעבלס.

רויטע טשערריס, $3.49 פער פונט

אויך פארקויפן זעי פיינע חומוס, אבוקאדו דיפס מיט שאר ערליי דיפס מיט א הכשר פאר גאר ביליגע פרייזן.
 
איך האב לעצטנס אנגעהויבן קויפן apple sauce אין וואלמארט; עס האט אן אוי יו. אין די היימישע געשעפטן איז עס באלד 50% טייערער.

נאך א זאך וואס איך קויף, איז פושקעס קארן. אין וואלמארט איז עס 50 צענט (זייער ברענד) און די היימישע קאסט ארום 1.25 - 1.50.

רוב געקענטע פושקעלעך זענען היבש ביליגער אין וואלמארט.
 
אינדרויסן פון קרית יואל איז לעצטנס דא א געשעפט, מיט גאר ביליגע פרייזן, ספעציעל געעפנט צוצושטעלן פארן עולם ביליג, כ'געדענק נישט יעצט דעם נאמען פונעם געשעפט, ממש אבנארמאל ביליג.
 
אינדרויסן פון קרית יואל איז לעצטנס דא א געשעפט, מיט גאר ביליגע פרייזן, ספעציעל געעפנט צוצושטעלן פארן עולם ביליג, כ'געדענק נישט יעצט דעם נאמען פונעם געשעפט, ממש אבנארמאל ביליג.

מיטב זיי פארקויפן מיט האלסעיל פרייזען זיי לייגן ארויף נאר א 3 פערסענט מארקאפ פאר די קרעדיט קארד פי
 
זיי האבן לעצטענס אנגעהויבן פארקויפן פראכט און וועדשטעבלס, זיי זענען די ביליגסטע וואס איז דא. ביז דעמאלטס איז וואל-מארט געווען די ביליגסטע
 
אבער פארוואס זאלן די היימישע רא-בנים און ני נישט ארויס געבען א ליסטע וואס מען מעג זיך פארלאזן אויף די אלגעמיינע הכשרים. אזוי ווי אין אלע אידישע שטעט?
 
ס'איז דא גאנצעטע פלענטס וואס סאחדס געט א השגחה צוזאמען מיט ou נאר עס האט א אנדערע ברענד און איז היפש טייערער, די זעלבע איז מיט מענעשעוויץ איז דא געוויסע פלענטס וואס די נירבאטור רב געט די הכשר און עס האט א אנדערע ברענד און היבש טייערער
 
מיין כלל איז, דארט ווי כשר'ע פראדוקטן פארמאגן אויף זיך אידישע אותיות פארן די פּרייזן ארויף על לא דבר און מ'ברויך אוועק שטיין דערפון, אידישע אותיות לאז פאר די סידור, חומש, גמרא וכו' ניץ עס מיר נישט אויס צו מארקעטן דיינע טיפע טאשן
 
Aldi, Costco and Walmart should become the default for everyone

Btw, paper goods are usually cheaper in Bingo/KRM//rosners

אבער מעגליך אז מזאל נישט ניצן פלעסטיק וואס ווערט געניצט איינמאל. דאס איז אויך א שיינע פרוטה וואס מקען שפארן
 
אבער פארוואס זאלן די היימישע רא-בנים און ני נישט ארויס געבען א ליסטע וואס מען מעג זיך פארלאזן אויף די אלגעמיינע הכשרים. אזוי ווי אין אלע אידישע שטעט?
ווייל זיי זענען די בעלי מכשירים, און זיי גייען נישט בידים אונטער ברענגען זייער אייגענע ביזנעס.
 
אויך ווי למשל ALDI און זייער קאנקורענץ LIDL בעיקר וואס איך קויפ איין אין די צוויי געשעפטן איז פרוכט און וועדשזעטעבל און כ'שטוין פון זייער אומגעהויערע ביליגע פרייזן! ס'לוינט זיך עכט פאר איינעם וואס האט געדולד צו שאפן און פארמאגט א גרעסערע משפחה צו ספענדן דארט איינמאל צוויי מאל א וואך איינצוקויפן דארט, די פרייזן דארט זענען מער פון פופציג פראצענט ווייניגער פון די אידישע געשעפטן און אפילו פון די גויאישע גרעסערע טשעינס ווי למשל וועגמאנס, און זייער קוואליטי איז זייער גוט.
מ'ברויך זיין געווארענט מיט זיי.
אייטעמס וואס די פרייז טאנצט טאנצט עס אויך ביי זיי 2 וואכן שפעטער.
א שטיק צייט צוריק (אפשר א יאר) זענען די אייער גאר ארויף ממש 6 דאללאר א דאזען און ביי זיי איז עס געווען 2.25 אבער נאך א חודש ווען די פרייז איז אראפ אין ביי וואלמארט איז געווען 2.59 איז ביי זיי געטאנצן ארויף צו 5.49

אויך סייד אף סעמען זענען זיי היבש ביליגער ווי בינגא (נאר קויפן רויע, די געסמאוקטע ביי זיי האט נישט קיין הכשר גייט אריין אין שאלות)
 
די געסמאוקטע ביי זיי האט נישט קיין הכשר גייט אריין אין שאלות)
פון וועלכע געשעפט רעדסטו? ALDI לייכטע געסמאוקטע סעלמאן האט יא א השגחה דאכצעך א כּk ס'איז אויפן פעקעדזש
 
א שטיק צייט צוריק (אפשר א יאר) זענען די אייער גאר ארויף ממש 6 דאללאר א דאזען און ביי זיי איז עס געווען 2.25 אבער נאך א חודש ווען די פרייז איז אראפ אין ביי וואלמארט איז געווען 2.59 איז ביי זיי געטאנצן ארויף צו 5.49
אייער איז וועגמאן'ס לכאורה די ביליגסטע. אויב קויפסטו די אנדערטהאלבן דאזענדיגע שאכטל און דו קויפסט צוויי דערפון קומט אויס אז דו צאלסט די ביליגסטע ווייל דאמאלטס באקומסטו דעם טיעפן דיסקאונט. אויך ווען דו קאמפּערסט פּרייזן פון אייער מוזטו אויך נעמען אין באטראכט די קוואליטעיט, ד"ה A vs. AA
AA איז אסאך א בעסערע קוואליטי, ALDI למשל פארמאגט בכלל נישט קיין דאבּל A.
וועגמאן'ס דאבּל A איז פיל ביליגער ווי סתם A אין אסאך לאקאלע געשעפטן. ווען ס'קומט צו קוואליטעיט און פּרייזן איז וועגמאן זייער שווער צו בּיעטן
 
איך קויף אסאך גראסערי אין וואל-מארט, איך מיין ס'איז די ביליגסטע,
איינער האט עקספיריענס מיט קאסטקא אדער סעמ'ס קלאב, אויב משפארט זיך בכלל און וועלכע לוינט זיך ענדערש
 
Back
Top