איז דאס נעמי?

הבל וריק

פרישער קרעמלער
וועטעראן
זיך איינגעשריבן
אוג. 11, 2024
מעסעדזשעס
12
רעאקציע ראטע
268
איז דאס נעמי?



יהדות וויליאמסבורג איז אויפגעשאקלט.
״שומו שמים״ הערט מען אויסשרייען פון בעלבתישע מיילער, וואס האבן נאך שטיקער זשערקי צווישן די אומגעפיצטע ציין.

אן אומדערהערטער סצענע האט זיך אפגעשפילט בתוככי מחנינו פון די מאמע בישראל, וויליאמסבורג.

מ׳קען אפילו נישט ארויסזאגן, וואס דא האט פאסירט, אבער במקום שאין איש, דארף מען זאגן ברמיזה בעלמא. ס׳האט פאסירט מעשה זמרי אויפן סאמען הויפט גאס אין שטאט, בעצם יום ה׳כ׳פורים. געמיינע אידישע עלעמענטן האבן פארשוועכט בעדפארד עוועניו.

הגם מ׳קען נישט, ס׳שווער, מוז מען יא ארויסזאגן בפה מלא, נישט מער און נישט ווייניגער, מ׳האט ל״ע געזעהן אן אויסגעלאסענע בתולה מיט אחוריים אין אומווערדיגע אונטערוועש.

די איינע מאל זענען אלע מחנות פאראייניגט קעגן דעם פרצת חומותינו. עירוב טרעגער, אומאן רייזענדע, ליובאוויטש גענויגטע, געאסערטע טעלעפאן אייגנטומער, זענען דאסמאל איינשטימיג. די שטאטלייט זענען געפלעפט.

אויף די לשון הרע גרופעס, זענען אפילו ס׳פּראסטעסטע פון בעלעבתים, וואס קוקן א גאנץ יאר נאך בתולות ומאורסות, ערשטיטערט פונעם רוחניותדיגן דורכפאל. מאנכע האבן טענות אויף די היטערס, די שומרים. ווי אזוי האט מען צוגעלאזט אזא אינפילטרירונג. אנדערע באשולדיגן די מנהיגים. ״ווי אזוי האבן דאס די רבנים דורכגעלאזט.״
״דאס איז אונזער אקטובער 7״ שרייט א פארווייטאגטער אינגערמאן, וואס שפירט אז ער וועט דעם בילד נישט קענען פארמעקן פון זיין קליין קעפל.

אומבאשטעגטיגע שמועות צירקולירן אז כפליים לקינו, מ׳רעדט פון אונזערע קינדער, פארדארבענע, וואס זענען נישט לאנג צוריק געזיצן ביים צניעות לעידי, געגעסן קרויט, און געזינגען ביי שולע פלעי׳ס.

״נקמה״, לייגט ארויס ״פרידקא״ מידיא - א יליד פונעם בלוטיגן שמיני עצרת עפאכע - א רויטע פראקלאמאציע אויף שטאטוס.

פרויען זענען אויסער זיך. מ׳שפירט זיך ווי ביים פילגש בגבעה.
מ׳פארדאמט ווי טראמפ אויף טוויטער - מיט אלע גרויסע בוכשטאבן, ״אומאקצעפטירבאר״ ״שרעקעדיג״ ״וואס איז געשעהן צו אונז״.

מאנכע זענען באזארגט פאר די קינדער. ״וואס זאג איך פאר מיין בחור׳ל״ פרעגט פרוי ווייס פון ספענסער, זיצענדיג אויף דער ערד אינעם שפיל ציממער, רייבענדיג קינדער ביכער פאר פסח. פרוי ווייס איז פון די וואס אנטפלעקן נאר דעם גרויסן סוד הזיווג, ערשט ווען די קינדער טרעטן מיטן רעכטן פיס ארויסצוגיין צו די חופה. דא דארף זי זיך פריצייטיג ספראווענען מיט דעם אנטפלעקונג. ״ווער ווייסט וואס וועט נעבעך דורכלויפן דעם קינד׳ס קאפ״. וועט ער טראכטן פון פיס אויפן פארטאגס בּאָס?

פרוי צימענד קען נישט איינשלאפן. זי שפירט פארלעצט. אומזיכער. פינעווע פארטאגס, עפענט זי דעם גראבן דאכענע, און גייט אין קינדער ציממער אריין, קוקן אויפן זיבעצן יעריגס, וואס שלאפט אזוי געמוטליך, זי קוקט מיט א מוטערס זארג אויפן צוקונמפט פאר לאנגע מינוטן. דערנאך געבט זי א קוש אויפן שטערן, און גייט צוריק אריין אין ציממער מיט חיים יוחנן׳ן, וואס כראפעצט אפ דעם גאנצן שערוריא, א שיכור׳ער.

ביי די מענער גרופעס, וואו ס׳קאכט זיך געווענליך מיט דעטאלירטע אינפארמאציע איבער וואס ס׳טוט זיך אויף יעדן גאס און קעלער אין וויליאמסבורג, הערשט א שטילקייט. שטום. יואלי קען זיך נישט עפענען דאס מויל. ער איז דערשראקן. ער איז נישט יונג. אין זיינע יארן האט ער מיטגעהאלטן דאס אויפוואקסן פונעם שטריימל, איר שטוינענדן עוועלוציע פון אן אויסגעדארט וויידל, צו דער סימבאלישער קרוין פון וויליאמסבורג וואס זי איז היינט.

האט ער שוין אין זיין לעבנסטעג בייגעוואוינט טראגעדיעס, פון שווערע עקסידענטן אויפן 17, די מארד פון חיים האלבשטאם ז״ל, האריקעין סענדי, די בלעקאוט פון 03׳, די ארטיסטן אין ניי וויליאמסבורג, 9/11, וואו ער האט דווקא יא געפינען די ריכטיגע ווערטער צו ארויסברענגן די געפילן, שטארקן אנדערע אפילו, מיט קריטישע פערספעקטיוו, אבער נישט היינט. היינט איז ער זעלבסט דערשראקן. אנה אני בא. משיח דארף שוין קומען.

אין שוהל קופּקענען די לומדים ביי די גמרות, גנבים מיט טליתים אויף די פלייצעס, אויסגעוואקסענע בחורים מיט לאנגע בערד, עסקנים מיט סוואראָפסקי בעקיטשעס, טייל זאגן ס׳איז געווען תערובות, אנדערע זאגן ס׳איז געווען אונטערגעשטעלט. טייל באדערט דווקא אז ס׳איז געווען ״פארדאַפקע״. קלוגע זאגן ״זיי זענען אין פּעין״. געוויסע קוקן ארויס צו די רבנים פאר א צייטליכע מחאה, מאנכע ווילן דברי חיזוק - ווי אין קאוויד צייטן. זאל עס זיין די לאגיק פון א מגיד מיט א נעקטיי, בכיות פון אן אדמו״ר מיט א טלית, אדער אפילו א פרעכע קליפ פון ר׳ יואל ראטה, אבער קיינער וויל דאס נישט פארשווייגן.

מ׳האט צובראכן די פעסטונג. די מויערן וואס באשיצן אונז פונעם דרויסנדיגן וועלט. וואס איז דער צוועק פון צאלן דא טויזנט דאלאר א סקווער פיס אויב מ׳איז נישט אפגעהיטן אויפן אייגענעם הויפט גאס?
 
״דאס איז אונזער אקטובער 7״ שרייט א פארווייטאגטער אינגערמאן, וואס שפירט אז ער וועט דעם בילד נישט קענען פארמעקן פון זיין קליין קעפל.
🤣😂🤣

אוי ביסטו זיס! ביטע לייג ארויף א בילד פון דיין בערדיגע באק, איך וויל עס א קיש טאן.
 
Back
Top