איז מעגליך צו צעטיילן אין האלב?

קהל׳ס נער

אלטגעזעסענער קרעמלער
וועטעראן
זיך איינגעשריבן
אפר. 15, 2024
מעסעדזשעס
716
רעאקציע ראטע
3,334
מען קען נישט צוטיילען אין האלב
ווייל 2 דיוויידיעד 1/2 =4
אויב ווילסטו אנקומען צו איינסס דארף מען מאכען 2 טיימס 1/2 =1
בקיצור אדער קען מען צוטיילען אין גאנץ
אדער קען מען דאפלען אין האלב
צוטיילען אין האלב איז נישט ריכטיג
 
האלב איז רעלאטיוו
 
קודם איז גוט צו וויסען אז 1/2 אין division מיינט עכט 5. , און נישט האלב.

צוטיילן א גאנצע "נאמבער", מיינט א יעדע איינס פון די צוויי נאמבער 1'ס וואס ליגט אין 2.

דאס מיינט אז דו צוטיילסט נישט האלב פון די גאנצע נאמבער 2, נאר דו צוטיילסט האלב פון די נאמבערס 1. קומט אויס אז יעדע איינס פון די צוויי איינס'יס קען אין זיך האלטן 2 מאל די נאמבער וואס הייסט 5.

דאס ברענגט א תירוץ פון פיר.

ווייל 1/2 איז עכט א נאמבער, נישט קיין פעולה פון האלבן. די וועטער "אויב ווילסטו אנקומען צו
איינסס" און "צוטיילען אין האלב איז נישט ריכטיג" זענען נישט mathematical נאמבערס, זיי זענען פעולות, אינטערעסן, און achievements, פון דיין רצון וכו'

2 דיווייידעד ביי 5. קומט אויס די נאמבער 4

2 דיווידעד ביי 1 איז די פעולה פון האלבן אויף האלב, ממילא איז די תירוץ 2 פעולות. דא האסטו די תירוץ יא אויף דיין opening שאלה "איז מעגליך צו צוטיילן אויף האלב?"
 
לעצט רעדאגירט:
ווי איך האב דא ארויסגעברענגט איז עס טעקניקעלי נאך טיפער. מיינענדיג, אז מ'קען עס באטראכטן וואו עס איז באמת נישטא אין אריטמעטיק נישט קיין סאָבּטרעקשאן און נישט קיין דיוויזשאן. וואס מ'רופט "סאָבּטרעקשאן" איז באמת פשוט עדישאן פונעם נעגאטיוו. מיינענדיג, אז למשל "2 מיינוס 1 איז עקוויוועלענט צו 1", איז באמת "2 פּלאָס נעגאטיוו 1 איז עקוויוועלענט צו 1". און דאס זעלבע לגבי וואס מ'רופט "דיוויזשאן" - עס איז פשוט מאָלטיפּליקעישאן פונעם אינווערס/רעסיפּראקעל, וואס א רעסיפּראקעל מיינט א פרעקשאן וואס איך האב ארומגעדרייט איר נומערעיטאר און דענאמינעיטאר [יעדעס נומער קען געשריבן ווערן ווי א ראציאנאלער פרעקשאן, לדוגמא 6 איז 6/1, זייענדיג אז "פרעקשאנס" איז פשוט א נומער וואס איך האב פארפרוירן בשעת די דיוויזשאן/אינווערס מאָלטיפּליקעישאן]. מיינענדיג, אז למשל "10 דיוויידעד ביי 5 איז עקוויוועלענט צו 2", איז באמת "10 מאָלטיפּלייד ביי 1/5 איז עקוויוועלענט צו 2".

כמובן, איז דאס אלס מאטעמאטיש גערעדט. בלשון היומיומי איז ווען מ'זאגט "צוטיילן", מיינט מען צו וויסן וויפיל יעדעס גרופע וועט האבן ווען איך שטעל אויס די דיווידענד (די נומער מיט וועלכע איך הייב אָן) אין צו אזויפיל גרופעס ווי די דיווייזאר (די נומער ביי וועלכע איך "צוטייל" זיי), אזוי אז יעדעס גרופע זאל האבן די זעלבע צאל. (פאר מ'גייט צו צו רימענדארס און דאס וואס בלייבט איבער, וועלכע וועט ווייטער זיין א פרעקשאן, זייענדיג אז דאס אליינס וועל איך אויך צוטיילן צווישן די גרופעס. לדוגמא, איז איך "צוטייל" 3 אין צו 2, וועט עס זיין 1 מיט 1/2, און דאס איז ווייל יעדעס פון די 2 גרופעס באקומט 1 פון די 3 און די 1 הנותר צוטיילט מען ווייטער צווישן די 2.)
 
מען קען נישט צוטיילען אין האלב
ווייל 2 דיוויידיעד 1/2 =4
אויב ווילסטו אנקומען צו איינסס דארף מען מאכען 2 טיימס 1/2 =1
בקיצור אדער קען מען צוטיילען אין גאנץ
אדער קען מען דאפלען אין האלב
צוטיילען אין האלב איז נישט ריכטיג
פארוואס האסטו אפגעמאכט אז 2 דיוויידיעד אין 1/2 מיינט אז מ'נעמעט די 2 נאמבערס און מ'ציטיילט עס אין האלב, אפשר מיינט עס אז מ'דארף אויסרעכענען וויפוהל א 1/2 פון די נאמבער 2 איז.
ודו''ק וק''ל וד''ל
 
פארוואס האסטו אפגעמאכט אז 2 דיוויידיעד אין 1/2 מיינט אז מ'נעמעט די 2 נאמבערס און מ'ציטיילט עס אין האלב, אפשר מיינט עס אז מ'דארף אויסרעכענען וויפוהל א 1/2 פון די נאמבער 2 איז.
ודו''ק וק''ל וד''ל
איך מאך גארנישט אפ, איך זאג דיר וואס די קאלקיולעטער זאגט.
 
Back
Top