- זיך איינגעשריבן
- סעפ. 14, 2024
- מעסעדזשעס
- 114
- רעאקציע ראטע
- 937
- פונקטן
- 113
קאלאמבוס ווערט געזעהן אלס סימבאל פון ניי, דורכברוך, איינער וואס האט אנגעפיפן די אלטע ״פאקטן״ און געוואגט געשפאנט צו א נייע עפאכע אשר לא שיערים אבותיהם עד כה.
שטייט זיך דער קריטיג אין א זייט, מאכט א גרימאס, ווי צו זאגן, נישט ממש, ער האט יא אביסל געליינט, און ער זעהט אן אנדער קאלאמבוס, נישט דער זעער פונעם מארגן, נאר דער פונדאמענטאליסט פונעם נעכטן. נישט דער אנזאגער פון די land of the free, נאר דער מייסד פון די ערשטע שפאנישע אונטערדרוקענדע קאלאניעס מעבר לים.
נעם איך א בענקל, ריק זיך צו צו אים, מיט גרויס נייגער וויל איך הערן וואס ער האט צו זאגן. קודם איז ער זיך מתנצל, ובכן ער איז נישט דער מי יודע גרויסער קענער אין דעם נושא, נאר ער קען אראפ לייגן דברים כהוויתן וויפיל ער ווייסט און געדענקט:
קריסטאפער קאלאמבוס שטאמט פונעם דעמאלסדיגן זעלבסשטענדיגען צפון איטאליענער שטאט'ס-רעגירונג און ים רעפאבליק "גענוא" [דשזיניאו], גענוא צוזאמען מיט די אנדערע 3 איטאליענער שטאט'ס רעגירונגען און ים רעפובליקעס, ווענעציע פיזא און אמלאפי, איז געווען די מאכטפולסטע ים פלאטע אינעם מיטללענדישער ים, הגם מיט ווענעציע איז זי כסדר געווען אויף מעסער שטעך, די צוויי פלעגן זיך כסדר קאנקערירן ווער עס איז שטערקער און רייכער. און לאמיר נישט פארגעסן אז די דזשינס הויזן איז ערצייגט געווארן אין דזשיניאו און ווערט טאקע אזוי אנגערופן ע"ש דעם שטאט, א היימישער איד קען עס אבער אנרופן "יאנעווע הויזן...
איך וועל נישט מאריך זיין דא מיטן סיפור הדברים ביז ער האט זיך בשעה טובה געפונען אלץ קאמאנדיר איבער א פלאטע וועלעכע גייען זיך ארויס לאזן איבער אומבאוואוסטע וואסערן צו גרייכן די שפיצן פונעם לעגענדארן אינדיע. תכלית הדבר, קאלאמבוס האט מיט זיינע שפאנישע שיפן (אין יאר 1492) "בטעות" אנדעקט א סעריע אינזלען גרעסערע און קלענערע, וואס איז שפעטער באקאנט געווארן אלץ די "קאריבישע (אנאטילישע) אינזלען" וואס אנטהאלט די "באהאמעס" (זיין ערשטער סטאציע) "היספאניאלא" (וואו האיטי און ר. דאמיניקא געפונען זיך היינט), "קובא" (וואס ער האט קודם באטראכט אלס יאפאן), "פארטא ריקא" און נאך, מיינענדיג אז ער האט דערגרייכט דורך אן אקעאנישן "אונטערוועג" פון די וועלט, צו די לעגענדארישע מזרח אזיאנישע געווירצן אינזלען, אינדיאנעזיע און יאפאן. ער האט זיי איינגענומען, באהערשט, אויסגעפארשט און קאלאניזירט.
צעהן יאר נאכן ערשטן אנטדעקונג האט ער דערגרייכט סאלידע לאנד, ווי עס שיינט אויפן אמעריקאנעם קאנטינענט גופא, (נישט וויסענדיג צו ער געפונט זיך אויף א אינזל אדער א קאנטינענט) אינעם טייל וואס רופט זיך היינט "מעזא-אמעריקא", דארט וואו די היינטיגע לענדער קאסטא ריקא, פאנאמא און האנדורעס געפונען זיך.
אין דער צייט וואס קאלאמבוס איז געווען פארנומען צו מאכן עקספעדיציעס איבער די ברעגן פון צענטראל אמעריקא, האבן פארשידענע אנדערע לאנד פארשער און נאוואגיסטן זיך ארויף געכאפט אויף דער מציאה, און עספייעט צו אנטדעקן נייע ברעגן לענגאויס די צוויי אמעריקא'ס. אלע אנטדעקערס האבן ווייטער געמיינט אזוי ווי קאלאמבוס אז זיי האבן דערגרייכט אזיען. ביז "אמריגאו וואספוצי" דער נאוויגאטור און שעפער האט געטוישט דעם ביז דעמאלסדיגער דעה איבער "דער נייער וועג צו אזיען".
נאכדעם וואס דער פארטוגעזישער "פעדרא אלווערס קאבראל" האט (אין יאר 1500) אנטדעקט די ערשטע ברעגעס פונעם קאנטינענט וואס מיר קענען היינט אלץ דרום אמעריקא, האט דער קעניג פון פארטוגאל "מאנועל דער ערשטער" געשיקט דעם פעאיגן נאוויגאטור און שעפער, אמריגאו וואספוצי'ן, אויסצופארשן די ניי אנטדעקטע ברעגן פון "דרום אזיען". וואספוצי, פארנדיג לענגאויס די ברעגן צום דרום ריכטונג, האט ער צו זיין שטוינונג באמערקט אז די ברעגן ציען זיך ענדלאז צו דרום, שוין אריבער דעם עקוואדור ליניע, דאס האט ער געוואוסט האט נישט געקענט שטימען מיט אזיע פון די לאנד קארטן, ווייל אזיע ציט זיך נישט אזוי טיף צו דרום
איז וואספוצי דערפאר געקומען צו די מסקנה אז דער לאנד פון פעדרא קאבאל (דרום אמעריקא) מוז זיין א פרעמדער אומאידענטעפיצירטער לאנד וואס קען בשום אופן נישט זיין א טייל פון אזיען. קודם האט ער געהאלטן אז בלויז דער דרום טייל וואס ער האט געפונען איז "ניי", אן אומבאוואוסטער "עקסטענטשן" צו דרום אזיע, אבער נישט לאנג דערויף איז אין אויפגעקומען דער סברא אז דער גאנצע אנטדעקונג פון קאלאמבוס איז גאר א גענצליך נייער ״וועלט״.
אין ליכט פון זיין אנטפלעקונג האט וואספוצי אנגעהויבן צו ארבעטן אויף א בוך מיטן קלינגענדיגן נאמען "די נייע וועלט", וואו ער ערקלערט פארוואס די ניי ענטדעקטע ברעגן זענען גארנישט "אזיען" נאר א גאר "נייער וועלט" וואס איז נישט געווען באוואוסט ביז יעצט.
אין ליכט פון דעם בוך "די נייע וועלט" האט א דייטשער מאפע צייכענער און געאגראף מיטן נאמען "מארטין וואדסמולער", געצייכנט א וועלטס מאפע, (אין יאר 1507) באזירט אויף פריערדיגע מאפעס פון די נייער וועלט, וואו די "נייע וועלט" ווערט אנגערופן "אמעריקא", לכאורה אויפן נאמען פון דעם לעגענדארישן געאגראפיגער אמריגאו וועספוצי וועלעכער האט אידעעטעפיצירט די נייע געפונסן אלס נייער וועלט.
אנדערע סברות זאגן אז דער נאמען אמעריקא אויף די נייער וועלט איז שוין ערשינען אין א פריערדיגער פארטעגעזיש-ענגלישער מאפע, נאך אן ענגלישער אנטדעקער מיטן נאמען "אמריק", אדער נאך דעם שפאנישן באדייט "אמי-ריקא" - רייכער פאלק. גלייך צו פארטא ריקא רייכע פארט, "ריקא" ענדליך צו דייטש "רייך", אדער גאר נאך דעם אלט "מאיאנישער" (אמעריקאנער-אינדיאנער פאלק) שטאט נאמען "אמעריקי" וואס געפונט זיך אין ניקראגאאה (נעבן פאנאמא), פון די מקומות וואו קאלאמבוס האט באזוכט אין יאר 1502. בכל אופן שהוא, לעת מאן דפליג אז באוואוסט איז דער נאמען געווארן על שם דער אויבנדערמאנטער אמריגאו.
אבער, טראץ דעם וואס אמריגאו'ס אנטדעקונגען און סברות זענען שוין באוואוסט געווארן בחייו פון קאלאמבוס'ן, האט זיך קאלאמבוס געהאלטן ביי דאס זייניגע, אז די געפונענע ברעגן פון די אלע אנטדעקערס זענען אלע א טייל פון אזיע.
ביז צו זיין טויט, האט דער, דורכברעכער פונעם אטלאנטישער אקעאן, דער אנטדעקער פון די שפיצן פון צוויי אומבאקאנטע קאנטינענטן, און אויספארשער און אייננעמער פון צענטראל אמעריקא, געמיינט אז ער האט דערגרייכט די שפוצן פון מזרח אזיען, טראץ וואס ער האט נאך דערווייל נישט באגעגנט די לעגענדרישע אויסטערלישע און עקזאטישע ציוויליזאציעס און טייערע זעלטענע געוואוקסן און בעלי חיים איבער וואס ער האט געליינט אין די פולפארביגע איינדרוקספולע שילדערונגען פון "מארק פולו" און אנדערע רייזנדע וועלעכע האבן באשריבן זייערע לעגענדארישע געפונסן און איבערלעבענישן אינעם ווייטן מזרח.
עס דארף באטוינט ווערן די סברא, אז נישט נאר האט קאלאמבוס אומשולדיג נישט געוואוסט אדער נישט פארשטאנען אז ער האט נישט אנטדעקט א נייער וועלט, נאר ער איז בכלל נישט געווען "אונטרעסירט" אין קיין נייער וועלט. און זיכער נישט אין אזיינס וואס וועט טוישן אלטע דאגמעס פון די מענטשהייט אויף אייביג. קאלאמבוס איז אייגנטליך געווען "אנטי-ניי", און איז געווען סענסיטיוו צו סיי וועלעכעס עס איז ניי וואס וועט דארפן איבערטוישן זיינע איינגעבאקענע דאגמעס. ניי איז געווען נגד רצונו ומהותו.
איי, ער האט דאך געמאכט א "רעוואלוציאנערישער" אקט, און פארגעשלאגן א נייער טעאריע וואס איז געווען ווילד פרעמד פאר די המון, וואס על סמך זה זיך געוואגט זיך ארויס צו לאזן אויפן "ים פון פינסטערניש" אויף וואס די לעגענדעס האבן געהאט צו דערציילן אלע סארט שרעקעדיגע מעשיות איבער שדים און פארכאפונגס לעכער. צו דען קומט דאס נישט פון ברייטקייט, און פון א גלויבונג אין ניי?
אבער אז מיר וועלן זעהן אונטער וועלעכער איינדרוק ער איז צוגעגאנגען צו זיין פלאן וועלן מיר זעהן אז ער איז גארנישט געווען א מחדש, נאר אדרבא, זיין קלעבן צו אלטע דאגמעס האט אים גאר געשטיפט צו זיין וועג.
קאלאמבוס אלס איטאליענער לאנג יעריגער געלערנטער שיפס קאפיטאן און קארטאגראף, האט נאטורליך געוואוסט א סך מער ווי דאס וואס דער פשוט'ער המון עם אין אנדערע מדינות אין אייראפע האט געוואוסט (אין יענע יארן איז נישט געווען אזוי ווי היינט אין די מידיע עפאכע ווען יעדער ווייסט אלעס. פאר די מידיע עפאכע איז דער שפאלט צווישן א געלערנטן און אומגעלערנטן געווען הימל און ערד, און רוב געלערנטע האבן זיך אין יענע יארן געפונען אין די איטאליענע וואסער רעפאבליקעס) און פאר אים איז דעריבער געווען א דבר פשוט, אזוי ווי עס איז געווען א דבר פשוט פאר אלע זיינע געלערנטע לאנדס לייט און שיפס קאפיטאנען, אז די וועלט איז רונדיג און אז מען קען איר ארום נעמען מיט א ים רייזע טאמער פארמאגט מען נאר די ריכטיגע מעגליכקייטן דערצו. פאקטיש איז קאלאמבוס ווייט נישט געווען דער ערשטער זיך ארויסצולאזן איבער די טיפענישן פונעם אטלאנטיק. צווישן די צוריקגעשטאנענע נארדישע (סקאנדינאווישע) זענען שוין הונדעטער יארן פריער כסדר געווען אזעלעכע וואס האבן זיך ארויס געלאזט אין די טיפענישן פונעם אטלאנטיק (וואו געפונט זיך איסלאנד וואס איז שוין באלד צוועלעוו הונדערט יאר באזעצט פון סקאנדעניוויער אויב נישט אינעם הארץ פונעם אטלאנטיק?!). און אפילו די שיפלער פון פארטוגאל וואו די כלערליי פאלקיסטישע לעגענדעס איבערן ים פון פינסטערניש איז געווען שטארק באוואוסט, האבן שוין מיט צענדליגע יארן פאר קאלאמבוס כסדר געמאכט עקספעדיציעס אין די טיפענישן פינעם אטלאנטיק אן קיין פחד.
פאקטיש איז קאלאמבוס אפילו נישט געווען דער ערשטער און איינציגסטער אויפצוקומען מיט דער פלאן פון א נייער וועג, עס זענען פארהאן קלארע באווייזן אז אויך אנדערע נאוויגאטארן אין זיין דור האבן דעם פלאן געוואלט אויספירן.
אמת, קאלאמבוס האט פארמאגט א גבירה דאס אויסצופירן למעשה, נאר דאס איז מוסיף חטא על פשעו, ווייל דא קומט אריין זיין פאנאטישקייט. וואס דוקא דאס האט אים צוגעהאלפן צום אומבויגזאמער זיכערקייט אויסצופירן דעם פלאן למעשה.
זייענדיג באלאדנט מיט אינפארמאציע, ריכטיגע און נישט ריכטיגע, דורך אלטע רייזע ערציילונגען און מאפעס, אלטע אייראפעיאישע מוסכמות ומשכלות. און טעאלאגישע גלויבונגען, האט ער לויט דעם מיט זיכערקייט געבויט א וויזיע פון די וועלט, געאגראפיש, טעאלאגיש, און עטניש, און דאס האט ער אנגעהאלטן מיט די גרעסטע פאנאאישקייט, פון וואס מען האט אים נישט געקענט רירן. ער האט טאקע מיט דעם כח דורך געבראכן א נייער וועג (וואס איז אין זיין קאפ געווען אלט)
א פארמאכטקייט וואס האט אים געמאכט זיך נארן אן א שיעור מאל, לייקענען שמש בצהרים, וואס האט געברענגט צו טראגישע נאכפאלגן.
תם ולא נשלם, כ׳האף נאך ממשיך צו זיין מיט הוספות אין א געלעגנהייט. ישר כח פארן אויסהערן
————-
בילדער:
בילד 1 - קאנטינא וועלטס מאפע
דער קאנטינא וועלטס מאפע, געצייכנט געווארן אין פארטוגאל צעהן יאר נאך קאלאמבוס'ס ערשטער אנטדעקונג, וואס איז דער ערשטער איבערלעבנדער מאפע אין וואס די נייער וועלט (די דרום טייל) ווערט געצייכנט, כאטש עס איז נאך דערווייל באטראכט געווארן אלס מזרח אזיע.
בילד 2 - רודזשריאנא מאפע
דער "רודזשריאנא" מאפע, געצייכנט געווארן אין סיציליען דורך דעם מוסלעמענער קארטאגראף, מוחמד על אדריסי אין יאר 1154. וואס דער מאפע האט ביז דער אנטדעקונגס תקופה געדינט אלס דער קראנסטער מאפע, און אלע נייערע מאפעס ביז דאן זענען געווען באגרונדעט אויף דעם רודזשריאנא מאפע פון על אדריסי'ן. אויך קאלאמבוס האט זיך באניצט מיט א רודזשריאנא באגרינדעטער מאפע.
בילד 3 - דער וועלטס מאפע מיט די אמעריקא'ס, דורך דעם כינעזן "זאנג הי" 80 יאר פאר קאלאמבוס
א לעצט געפונען געווארענער מאפע וואס איז אן אלטע קאפיע פון א מאפע וואס איז מיוחס צום כינעזישען אדמיראל "זאנג היי" וואס ער האט געצייכנט אין יאר 1418. טאמער איז עס אמת דאן מיינט דאס אז די כינעזער האבן שוין פון לאנג פאר דעם געוואוסט פון די אמעריקעס מיטן פאסיפישן ים. קאנספעראציער ווילן זאגן א סברא אז דער מיסטעריעזער און שווינדלערישער קאלאמבוס האט גאר באהאלטענערהייט באזירט זיין רייזע אויף דער מאפע. איי ער האט דאך נישט געוואוסט אז ער האט אנטדעקט א נייער וועלט? נו, גיי רעכן זיך אויס מיט קאלאמבוס, וואס ער האט באמת נישט געוואוסט און וואס ער האט פאר מיסטעריעזע סיבות נאר זיך געמאכט תם'עוואטע...
בילד 4 - מארקא פאולא
דער ווענעציאנער רייזנדער "מארקו פאלו" (געלעבט אין די מיטל אלטע ארום דעם צוועלעווטן און דרייצנטן יאר הונדערט) וועמענס שולדערונגען איבער זיין באזוך אין כינע אונטער דער מעכטיגער מאנגאלישער אימפעריע, האט אנגערייצט קאלאמבוס'ן אנצוקומען צו די פאנטאסטישע לענדער, און אט די שילדערונגען איז געווען זיין מאדעל וויאזוי ער האט ערווארטעט צו זעהן אזיע וואס ער האט צו זיין ווייטוג קיינמאל נישט זוכה געווען בייצו וואוינען אין די "אזיאטישע" מדינות וואו ער איז אנגעקומען, ווייל עס איז פשוט נישט געווען אזיע נאר א לאנד וואס ער און בני מדינתו האבן קיינמאל נישט געוואוסט אז עס עקזיסטירט
בילד 5 - טוסקעלאניס מאפע
א שפעקולירנדע איבערמאכונג פון טוסקעלאני'ס מאפע מיט וואס קאלאמבוס, וואצעפוצי, און מאגלאן, די דריי גרעסטע אנטדעקערס פון אמעריקא, האבן זיך באניצט אויף זייערע רייזעס.
בילד 6 - טוסקעלאני
א געשניצטער בילד פון "פאולאו דא פאצאו טוסקאנעלי", דער ערשטער וואס האט מפרסם געווען דער טעאריע אז מען קען קיין אזיען דערגרייכן דורך א מערב'דיגער אקעאנישער "אונטערוועג". דער בריוו אין וועלעכן טוסקאנאלי ווייזט אויף זיין טעאריע איבער דער קירצער וועג קיין אזיען איז נישט געווען באקאנט אין די גאסן, און נאר דורך דעם פארטוגעזישן קעניג, איז דער בריוו אנגעקומען אין די הענט פון קאלאמבוס און דאס האט ער און ווי אויך וואצעפוצי מיטגענומען מיט זיך אויף די רייזע וואס האט געדינט אלס א וועג ווייזער. טראץ וואס טוסקאלאני האט זיך טועה געווען אין די מאס פונעם כדור הארץ, מיינענדיג אז דער שטח צווישן מערב אייראפע און מזרח אזיע (וואס איז לויט זיין גרייזיגן חשבון געווען בלויז דער אטלאנטישער ים און אפשר שטחים פון מאראסטן בעפאר אזיע) איז בלויז א דריטל פון וואס עס איז באמת, טראץ דעם, און אפשר גאר צוליב דעם, זענען זיינע כתבים און צייכענונגען געווען ווי א לייכט טארעם פאר א די גרעסטע אנטדעקער פון אמעריקא.
בילד 7 - אייכן בוים
דער "אייכן בוים" (oak - אלון) וואס זיין האלץ איז געווען פון די יסודות אויף וואס די טעכניק פון די נייע פלינקע קארוועלא שיפן, מיט וואס קאלאמבוס האט זיך באנוצט, איז געווען געבויט.
בילד 9 - פארטוגעזישער קטרוועלא שיף
דער "קארוועלא" שיף מיט די דרייעקיגע זעגלען וואס איז ערפינדן געווארן דורך די מוסלעמענער און אויסגעארבעט געווארן דורך פארטוגאל -דער דעמאלסדיגער אוקיאנוס העגאמאניע- לצורך זייערע געוואגטע ים רייזעס. דער סארט שיף האט ערמעגליכט צו רייזן שנעל אין זיכער איבער די טיפסטע אקעאנען. און א דאנק דער טעכניק האט קאלאמבוס און זיינע נאכפאלגער געקענט גרינג אריבער שפרייזן דעם ענדלאזן אטלאנטישן אקעאן.
בילד 10 - גענוא
א געמאלענער בילד פון דעם שטאדטס-שטאט "גענוא" (דזשאנאווא), דער געבורטס ארט פון קאלאמבוס. אזוי ווי עס האט אויסגעזעהן אין קאלאמבוס'ס צייטן.
בילד 11 - עקספעדיציעס פון קאלאמבוס
א מאפע (אין עברית) וואס צייגט די 4 רייזעס פון קאלאמבוס, פון שפאניע צו די קאריבישע אינזלען (וועסט אינדיען) און צענטראל אמעריקא.

לעצט רעדאגירט: