- זיך איינגעשריבן
- סעפ. 14, 2024
- מעסעדזשעס
- 117
- רעאקציע ראטע
- 1,012
- פונקטן
- 213
אזוי צווישן די פרקים פון יחזקאל, איינס ווילדער און טונקעלער פון צווייטן, באווייזט זיך א פרק וועגן די טעג וואס וועלן קומען, טאמער האט דער ליינער וואס פארסמאקעוועט זיך מיטן נביא׳ס לשונות געמיינט ביז אהער אז יחזקאל בן בוזי הכהן האט געגרייכט קלימאקס מיט זיינע אויסערוועלטליכע פסיכאדעלישע מחזות, צארענדיגע אויסדרוקן, וואלגארישע שטראף רייד, פונסטערע פארזעהונגען, איבעראשט ער ווידער זיינע דארשטיגע פענס מיט נאך א שטיקל קאפיטל האראר, דאס מאל מיט א מיסטרעיעזער מנהיג וואס וועט איבערדרייען א וועלט אין די טעג צו קומען. עפעס וואס האט געשאפן נאכטלענגליכע פחדים קינדער פון אלע יארגאנגען.
ווי צוצולייגן פעפער צום שרעק אנווארפנדע פראפעטיע גיט ער דעם פירער א נאמען ״גוג ארץ המגוג״, אז א סקרוך גייט דורך די ביינער, עס איז נישט אפגעפרעגט צו זאגן אז דער צינישער שפיזיגער נאמען גוג האט צו געגעבן צום ספין און טריגער פארמירענדיג א דמות (קערעקטער) פון א כיטרע villain, און ענדגילטיג פארוואנדלט דעם שטיקל פרק אלץ סימבאל פון דיסטאפיע פונעם ערווארטעטן אחרית הימים פאר אלע כאאס און חורבן ליבהאבער.
אין אלע דורות זענען געווען נייגעריגע הפטורה לערנער וועלעכע האבן געוואלט וויסן, גוג ומגוג, משל הוא, אדער מציאות? און אז מציאות, איז עס א כינוי צו רייצן דעם אפעטיט, אדער א נאמען ממש?
רוב רובם פון מפרשים טייטשן עס כפשוטו, דער נביא האט פאראויס געזעהן א מלך אנדרייען א וועלט מיט פאטאלע מלחמות, וואס וועט עווענטועל פירן צו די גאולה, און אז גוג ומגוג איז א נאמען ממש פון די מלכי צפון. א ראיה האט מען פון בראשית, מגוג איז א ברודער פון גומר און מדי פון די שבעים אומות מבני יפת.
איך שיהיה, לאמיר אריין דייוון אין די שפאנענדע קאפיטל אליינס געשריבן אש שחורה על גבי אש אדומה.
וַיְהִי דְבַר ה' אֵלַי לֵאמֹר. בֶּן אָדָם שִׂים פָּנֶיךָ אֶל גּוֹג אֶרֶץ הַמָּגוֹג נְשִׂיא רֹאשׁ מֶשֶׁךְ וְתֻבָל וְהִנָּבֵא עָלָיו.
אז מגוג איז א שם אומה ומקום, וואס אויב אזוי איז גוג?
ס'וואלט זיך אויבנאויף געלאזט זאגן אז דאס איז שוין יא פיקציע, דרך משל אז איך זאג ס'וועט קומען א מלחמה מיט "ריקא ארץ אמעריקא", לאזט זיך זאגן אז ריקא איז א דראמאטישער שפיל ווארט מיט אמעריקא אויפצוהייטערן די בייזע פאנטאזיעס. נאר לפי האמת, טראץ איר שפילערישער קאנטער קלאנג, זאל זיין ארט צו זאגן אז זי איז א שם ממש און נישט פיקציע, גלייך ווי מיר זעהן היינט שכינות'דיגע לענדער מיט ענליכע נעמען ווי ליטע מיט לאטוויע, ניגער און ניגעריע, רוס און בעלארוס, אדער א הויפט שטאט אין א לאנד ווי בראזיליע בארץ בראזיל.
טייל זאגן דערפאר, גוג איז מעגליך א צווילינג אומה בסמוך צו מגוג, וואס אזוי איז משמע פון שפעטעריגע רעפרענצן (חז״ל און ניי טעסטעמענט) כלפי גוג-מגוג ווי די צוויי ערשיינען צום ערשטן מאל אלץ גוג ומגוג. אנדערע זאגן זי איז מעגליך א שטאט בשם גוג, לאמיר זאגן די עיר מלוכה פון ארץ המגוגי.
ווידער דער רמב"ן (במדבר כ"ד ז') זאגט אז גוג איז דער נאמען פון יעדער מלך פון מגוג בימים ההם, גלייך ווי פרעה איז דער נאמען פון יעדער מלך מצרים, ע"כ. איי גוג קוקט אויס ווי א שפיל-ווארט מיט מגוג, ביי א צווילינג לאנד האמער געשמועסט הערט מען אזיינס, וואס איז מיט א מנהיג? אל תתמה, ווייל מיר געפונען אז אמאל איז געווען מקובל ביי טייל מלכים זיך צו רופן נאכן נאמען פונעם לאנד, אזויווי מיר זעען ביי די מלכי אשור, שלמנסר וואס איז שלמון-אשור, אדער פלאסר וואס איז פל-אשור, און נאך, איז לויט דעם נישט אפגעפרעגט צו זאגן אז גוג זאל האבן געווען א קיצור פון מגוג פאר יעדער מלך פון מגוג. און מיט אט דער לעצטער שיטה וועלן מיר זיך דא האלטן.
און אז מגוג איז אן אמת'ער ארט, און גוג איר הערשער, וואו אויף די וועלטס מאפע געפונט זיך אט דער ארץ המגוג?
מיר זעהען באלד אין פסוק צוגעטשעפעט צום מגוג, די פעלקער משך ותובל, ווידער באקאנט פון בראשית טאקע אלץ ברידער פון מגוג. לויטן יובלים האבן זיך די בני יפת באזעצט בצפונו של עולם, און אזוי איז משמע שפעטער אין פסוק ווי נאך אן אומה מבני בניו של יפת קומט אריין, תוגרמה, וואס איז בירכתי צפון. ווירקליך די חוקרי המקרא וועלכע נישטערן אין אלטע מאפעס און געפונען ביבלישע מקומות, אז זיי רעדן פון די אומות פון אונזערע פסוקים ווערן מיר געפירט צום צפון עק פונעם ביבלישן וועלט (מיטל מזרח) צום שטח וואס איז היינט בסביבות דעם קאווקאז, קליין אזיע, און שווארצע ים. געווען דעריבער במשך הדורות פארשידענע פריוון צו אידענטיפיצירן גוג ארץ המגוג אין אט די דערמאנטע ערטער, טייל האבן דעם גוג פארבינדן מיט ״גוגיע״ מלך לודיע (היינט בסביבות איזמיר טערקיי), אבער לכאורה אין בו ממש חוץ דער נאמען. מערסט באקאנט איז די לעגענדע געבארגט אין דעם באוואוסטן ״אלעקסאנדערס ראמאנען״, אוואנטוריסטישע שילדערונגען פון דעם גרויסן כובש. גייט דארט די מעשה אז ערגעץ בארץ הצפון האט אלעקסאנדער אנגעשטויסן זיך מיט גוג ומגוג צווישן בערג, און דורך די כוח פון תפילה אינאיינעם מיט די כח פון אינפראסטרוקטשער מצליח געווען זיי צו פארשפארן אז זיי זאלן נישט קענען חרוב מאכן די וועלט.
די אפוקליפטישע נבואה פון גוג ומגוג איז צעביסלעך ארויס פון פראפארציע, ביי אידן, ביי קריסטן, און מוסלעמענער. ביי יעדן איז דער שונא אינוואדירער געווארן גוג ומגוג, בעיקר אלע סארטן נאמעדן קעמפער אויף פערד, פון די אלטערטימליכע גערמאניער, סקאנדינאווער, אטילא דער האן, גינגיס חאן ועוד ועוד.
באזונדער זענען געווען פארזוכן צו דערגיין די שפורן פון דעם לעגענדארן ארט וואו אלקסאנדער האט דעם פאלק גונז געווען, הרי מקרא מפורשת היא אז אזא פאלק געפונט זיך ערגעץ…. אין דארוואן אין דאגאסטאן איז עד היום דא א טויער וואס הייסט אלכסנדרס טויער, אבער קיין זכר נישט פון גוג ומגוג נישט… אבער אלע פה אחת זענען מודה אז דאס איז ערגעץ אין קאווקאז אדער צפון פון איר, און דארט זענען זיי באהאלטן. א מוסלעמענער טראדיציע לויטעט אז די דאזיגע פארשפארטע מענטשן זענען האלב די הייך פון געווענליכע מענטשן, שטארק האריג, און א שוואנץ פון הינטן… זיי פריוון יעדן טאג זיך פריי צו ברעכן, אבער אן ערפאלג…
א מיטלאלטער דייטשע קריסטליכע טראדיציע ווייסט צו זאגן אז די דאזיגע פארשפארטע חברה, די מגוג׳ער, זענען נישט עפעס אנדערש נאר אידן, די עשרת השבטים, און פון דא נעמט זיך דער טערמין רויטע אידעלעך פאר עשרת השבטים, נעמליך, רויט איז בלוטיג, און עשיו און גוג זענען צוויי זייטן פון זעלבן מטבע. איי ווי קומען אידן צו עשיו? זיי זענען ערגעץ אינטערוועגנס פון זייער גלות נחמץ געווארן, געמאכט א בונד מיט דעם אדומי, פאר'עשו'ט געווארן. טייל לייגן אפילו צו א מילתא בטעמא, אז דוקא ביי זרע ישראל, ספעציפיש די עשרת השבטים, געפונען מיר א תנ"ך'ישער משפחה שייכות מיט "גוג", נעמליך, אין דברי הימים (א׳ ה׳ ד׳) ווערט געברענגט עמיצער גוג מבני בניו של ראובן, ״בְּנֵ֖י יוֹאֵ֑ל שְׁמַֽעְיָ֥ה בְנ֛וֹ, גּ֥וֹג בְּנ֖וֹ, שִׁמְעִ֥י בְנֽוֹ״. ס׳גייט פשוט א סקרוך אין די ביינער ביים בלויז קלערן אזא הוי אמינא אז גוג איז גאר א משלנו…
ביז אהער איז אלץ על טהרת הלעגענדע. צו גיין אביסל מער מציאות'דיג, כאטש ווייט פון שלימות, וועלן מיר אפשר מוזן קריכן דוקא צו די לענדער ווייטער אוועק פון די ביבלישע צענטרומען, נעמען א פיס אריין אינעם בלאסן צפון וועלט, דער קאסמאפאליטן שוין צפון פון די בערג און שווארצער ים, די אריינטריט אינעם ענדלאזן מעגא גראזלאנד באקאנט מיטן נאמען סטעפע.
דער סטעפּע בימי הנביאים, ווי עס שיינט פון די ביסל פארנעפלטע רעפערענצן וואס מיר פארמאגן, איז פאררעכנט געווארן ווי דער קאלטער עק וועלט, ארץ הפקר, א פריי שטח פאר געניטע פערד רייטער, א וויילד וועסט פון דעמאלס, וואס איז עווענטואל פארוואנדלט געווארן אין טארטארישע וואנדער לאנד און חאנאטן מלוכות אין איר מזרח און אין סלאווישע מלוכות אין איר מערב אויף וואס ר' בנימין מטולעדא שילדערט אזוי שפעט ווי סוף אלף החמישי איבער די אומדערטרעגליכקייט פון די ארטיגע קלימאטן, אז עס ווערט ווינטער דארט אזוי געפרוירן אזש מענטשן דארטן פארלירן די שפיץ נעזער מרוב כפיר.
לאמיר זיך דעריבער קאנצענטרירן אין די פסוקים אליינס און זעהן ווי ווייט מגוג'ס שייכות איז מיט אט דעם ווילדן שטיק לאנד. לייגט דער טונקעלער דראמאטישער נביא זיין אויפמערקזאמקייט צו דעם ארטיגן ״נשיא ראש״ משך ותובל. און הער נאר הער א חידוש, פאראן מפרשים וואס זאגן אז לויטן טעם המקרא קען זיין משתמע אז דער לשון ״נשיא ראש״ מיינט מען נישט דא ״מנהיג אין שפיץ״, נאר ״ראש״ דא מיינט א לאנד וואס וועט עקזיסטירן באחרית הימים. און אזוי ווערט די פסוק פארטייטשט אין דער שבעים, צו קען דערפאר זיין אז דאס רעדט מען פון א לאנד וואס איז בימינו באוואוסט אלץ ראָשׁ?…
ס'דא א פארצייטישער ספר פון די מיטלאלטער מיטן נאמען קדמוניות, דארטן ווערט געברענגט אז מען האט געטראפן א אגרת וואס דער מלך כוזר האט געשיקט צו ר׳ חסדאי אבן שפרוט בזמן הגאונים, און אינעם אגרת איז געשטאנען ״באו אלי שלוחי ראש משך ותובל מעיר ציוב״. עס איז נישט קיין ספק וואו דער ציוב אינעם אגרת ר' חסדאי איז, דאס איז דער היינטיגער קיוב, און אין יענע יארן איז זי געווען די מאמע שטאט פון אלט רוסלאנד. זעען מיר פון דעם אז רוסלאנד איז באותן הימים גערופן געווארן אמווייניגסטנס בדרך מליצה ״ראש משך ותובל״.
דע לך אז מגוג איז דער אמאליגער אור-אלטער נאמען פון דעם גאנצן שטח פון צפון מזרח אייראפע וואס נעמט אריין די שטחים פון אלע עלצטע רוסישע ישובים. טייל האבן דעם דאזיגע שטח גערופן ״לאנד פון די סקיטיער״, אדער ״לאנד פון די סאקא מענטשן״, און דער יוסיפין שרייבט אז די יונים רופן דעם גאנצן שטח פון די סקיטיער - ״מאגאגיע״.
די סקיטיער זענען געווען א שם כללי פאר אור-אלטע פערד רייטער וועלעכע האבן געלעבט איבער די ריזיגע פלוינען אויף דעם שטח וואס איז היינט אוקראינע און וואלגא רוסלאנד, און האבן זיך זאגאר צושפרייט איבערן מזרח אין צענטראל אזיע אזש ביז קארמאניע אין מזרח איראן. דערפאר זענען דא אנדערע חז״ל׳ן וועלעכע אידענטיפיצירן דעם מגוג מיט ״גרמניא״ וואס איז לויט מערסט ווארשיינליכקייטן נישט דייטשלאנד נאר א מקום ידוע עד היום בשם קערמאניע וואס געפונט זיך אין צענטראל אזיע און מזרח איראן, און איז ווייזט אויס געווען א מזרח׳דיגער עקסטענטשן צום סקיטישן מלוכה וואס איז געווען באגרינדעט אויף די שטחים פונעם היינטיגן אוקראינע און מאסקווע זיך פארשפרייטנדיג איבער די סטעפעס אזש ביזן הארץ פון אזיע.
אנדערע חז״ל׳ן רעדנדיג פון מגוג אידענטיפיצירן זיי איר מיט א לאנד ידוע בימיהם מיטן נאמען ״גתיא״, אדער מיט שיבושים אויפן זעלבן נאמען אזויווי למשל ״קנדיא״ וואס איז כידוע לחוקרי ארצות חז״ל נישט מער ווי א שיבוש פון גתיא. און להוי ידוע אז גתיא איז זעלבסט א שיבוש פון סקתיא, טרעפן מיר זיך צוריק אויך לויט חז״ל בנוגע צו מגוג מיט די סקיטיער.
כדי צוצוגעבן צום ספייס, לאמיר דערמאנען אז אין דעם פערצנטן יאר הונדערט זענען ערשינען אייראפעאישע מאפעס אין וואס דער צפון מחוץ די ציוויליזאציע, דאס ארט פון די סקיטיער, איז באצייכנט געווארן אלץ די לאנד ״גוג ומגוג״.
לאזט זיך אויב אזוי טייטשן על פי פשט (פארשטייט זיך בדרך אפשר) ווי פאלגענד: עס קריגט דער נביא א נבואה, בן אדם, קער דיין אויפמערקזאמקייט צו גוג ארץ המגוג, דאס איז דער ״גוג״ (הערשער) וואס וועט בעתיד הייסן נשיא - פרעזידענט, און זיין לאנד מגוג הייסן ״ראש״.
אויב איז עס אמת אז דער פסוק באציט זיך דא צום ארץ ה״רוס״ ברחל בתך הקטנה, וועט עס זיין גאר שטוינענד, נאר עס זענען כידוע פאראן היינט דריי לענדער וועלעכע זענען היסטאריש פונעם ארגינעלן רוס אשר משם יפרד לשלשה: דער מאסקאווער רוס (גרויס רוסלאנד), דער קיעווער רוס, די געבורטס פלאץ פון רוס (קליין רוסלאנד/אוקראינע), און דער מינסקער רוס (ווייס רוסלאנד/בעלארוס). פון וועלעכער רוס רעדט דא דער פסוק?
איז דער פסוק מוסיף, משך און תובל! דהיינו נאך צוויי ראיאנען בנוסף צו ״ראש״ - המגוג. אז מען וויל, קען מען אינעם ווארט משך זען ממש דער הארץ פון רוסלאנד גופא, ווייל דער אלטער נאמען פון מאסקווע איז געווען "מאשק", און אז מען לייגט נישט מער ווי א פינטל אין דער ענדע כ״ף פון משךּ, ווערט, מעשעק. הייסט עס אז משך קען גאר זיין מאסקווע אליינס. דאס איז נישט קיין לעצטיגע פרפראות, נאר אן אפענער פני משה אויפן ירושלמי, די ירושלמי טייטשט אויף משך - מוסיא, זאגט דער פני משה אז דאס איז מוסקווי. ווייזט אויס אז געבויט אויף דער מיינונג ווערט געברענגט אין די כתבי רמ"ד וואלי ז"ל, א תלמיד פונעם רמח"ל, די ווערטער: נראה לי שגוג זה קיסר של מוסקוויא.
נאר ס'אויך דא א באקוועמער פארשלאג צו מאכן דעם משך פאר א רעגיאן ממש, משך, איז באקאנט ביי די היסטאריקער אלץ א נאמען פון א וויכטיגער היסטארישער פאלק אין גרוזיע, משך קלינגט ענדליך צום נאמען ״מושקי״ און מושקי איז דער ארגינעלער נאמען פונעם גרוזינער פאלק. אויך איז דער ארגינעלער נאמען פון גרוזיעס הויפט שטאט, צפון פון טיבליסי, געווען ״מעשכאטא״, ווידער א נאמען וואס דערמאנט משך. דערפאר איז געווען אנגענומען בימי הראשונים, אז משך פון פסוק מיינט מען די גרוזינער. אויף א ברייטערן פארנעם קען מען זאגן, אז דאס איז דער גאנצער קאווקאז רעגיאן, די קאווקאזער זענען כידוע נישט קיין רוסישע פעלקער ממקור, נאר אן עם בפני עצמו, אקופירט און אונטערדרוקט דורך די רוסן.
אויב משך איז אייראפעאישע רוסלאנד, אדער די אקופערטע קאוואקאז, וואס איז אויב אזוי דער צווייטער לאנד ״תובל״ וואס ווערט דערמאנט אינאיינעם מיט משך אלץ א טייל פון דעם "נשיא ראש"נס הערשאפט? לכאורה א נישט ווייניגער וויכטיגערער חלק תחת ממשלת ראש.
פאראן פארשידענע סברות וואו דער תובל געפונט זיך, פון שפאניע ביז ערגעץ אין די קאווקאז. איינע פון זיי נעמט אן אז תובל איז ארגינעל א פאלק שוין ביי דעם בלאסן וואלגא טייך אינעם סטעפן לאנד, נאר אז שוין אינעם סטעפן לאנד קען מען שוין קריכן נאך ווייטער, נעמענדיג אפיר א מאפע, אז מען ריכטעט אזש צום ווייטן סיביר, דהיינו דער מזרח קאנט פונעם היינטיגן רוסישן אימפעריע, וועט מען זעהן אז די הויפט שטאט פון סיביר איז ״טובאלסק״, דער שטאט איז געבויט אויפן טייך מיטן אור אלטער נאמען ״טובאל״. מאנכע ווילן טענה׳ן אז דאס האבן די רוסישע קאזאקישע כובשים מיט ארום 500 יאר צוריק איר א נאמען געגעבן טאקע נאכן ״תובל׳ישן״ פאלק, אנדערע זאגן ס׳איז פיל עלטער נאך פון די ארטיגע נאטיווע פעלקער. בכל אופן, קומט אויס לויט דעם, אז ״תובל״ רעפרעזענטירט סיביר.
סיביר איז כידוע נישט קיין סלאוויש-רוסישער שטח ממקור, גלייך ווי קאווקאז אינעם דרום איז נישט קיין ארגינעלער רוסישער שטח, סיביר איז ארגינעל געווען ידוע אלץ איין ריזיגער טארטארן לאנד וואו עס האבן געוואנדערט, טערקישע, אוראלישע, און מאנגאלישע נאמעדישע פערד רייטער וואוינענדיג אין די טיפישע מאנגאלישע רונדיגע יורט געצעלטער. זענען אבער געקומען די קאזאקן בראשית יערמאק, דער קאלאמבוס פון סיביר, און איינגענומען אט די טארטארישע סיבירישע שטחים פאר דעם צארישן קרוין.
סיביר דארף מען וויסן גרעניצט זיך עטליכע מאל מיטן כינעזישן היפאפאטימוס, און שטיקער פון דעם ריזיגן סיביר איז נישט איינמאל געווען אין סכנה אפגעטיילט צו ווערן פון מאסקאוועס רוסלאנד און זיך צוריק קערן צו אירע טארטארישע אזיאטישע שרשים בדומה צו מאנגאליע און כינע.
הייסט עס, אז בעת ״משך״ רעפרעזענטירט דער אייראפעאישע רוסלאנד, אדער גאר איר דרום עקזאטישער אקופירטע קאווקאז, טוט ״תובל״ רעפרעזענטירן, דער אזיאטישער רוסלאנד, איר מזרח אקופירטע סיביר.
איז דער פסוק קריסטאל קלאר: נשיא ״ראש״, פריזידענט פונעם רוס. וועלעכער רוס? פון משך, דהיינו מאסקווע, דער גרינדונג ישוב פון גרויס רוסלאנד אין אייראפא, אדער דער קאווקאז דאס רוסיש אקופירטע דרום לאנד; און פון תובל, דהיינו טובאלסק, דער גרינדונג ישוב פון דעם רוסיש קאלאניזירטן סיביר.
אצינד, האבנדיג א קלארקייט איבער דער מגוג, אז דאס איז נישט עפעס אנדערש ווי רוסלאנד, און אז משך און תובל גייען ארויף אויף די אייראפעאישע און אזיאטישע רוסלאנד, אדער אויף אירע צוויי באדייטפולע צוגעקומענע טערעטאריעס, קאווקאז און סיביר, קענען מיר גיין ווייטער און לערנען די ווייטערדיגע פסוקים איבער מלחמת גוג ומגוג מיט א קריסטאלער קלארקייט כצפוח מדבש.
זאגט דער פסוק ווייטער:
וְאָמַרְתָּ כֹּה אָמַר ה' אֳלֹקִים הִנְנִי אֵלֶיךָ גּוֹג נְשִׂיא רֹאשׁ מֶשֶׁךְ וְתֻבָל.
אט דער פסוק ברויך שוין נישט קיין פירוש, פשוט, א נבואה צו גוג׳ן, דהיינו פרעזידענט פון ראשע, קאווקאז, און סיביר.
וְשׁוֹבַבְתִּיךָ וְנָתַתִּי חַחִים בִּלְחָיֶיךָ וְהוֹצֵאתִי אוֹתְךָ וְאֶת כָּל חֵילֶךָ סוּסִים וּפָרָשִׁים לְבֻשֵׁי מִכְלוֹל כֻּלָּם קָהָל רָב צִנָּה וּמָגֵן תֹּפְשֵׂי חֲרָבוֹת כֻּלָּם.
אויף ״ושובבתי״ טייטשט דער מצודות ״ענין מרד והליכה בדרכי הלב״. און אויף ״ונתתי חחים בלחייך״ זאגט דער מצודות ״למשוך אותך ע"י כדרך שמושכים החיות אל מקום הנרצה, ר"ל, אעיר לבך אל הדבר ואוציא אותך ממקומך עם אנשיך במרבית סוסים ופרשים וכולם יהיו מלובשים במלבושי פאר ויהיו עם רב בצנה ובמגן וכולם יתפשו חרבות כדרך אנשי מלחמה״.
דאס וועט אבער זיין שווער צו צופאסן צו א נבואה וואס פאסט זיך פאר היינטיגע צייטן, ווייל ווער האלט היינט מלחמה מיט סוסים ופרשים חוץ פאליציי ביי א פראטעסט? און ווער ניצט נאך היינט חרבות? נאר אויף סוסים קען מען זאגן ס׳איז בדרך משל אלץ המשך צום חחים בלחיך וואס איז קלאר דרך משל. חרבות לאמיר זאגן וועט דא זיין א כינוי בימי הנביא פאר יעדער סארט געווער פונעם ווייטן אומבאוואוסטן עתיד.
טאמער פאר'עקשנ'ט מען זיך נישט, האבן מיר דא פלאי פלאים, ווייל צו דערמאנט עס נישט ממש וואס ס'קומט יעצט פאר אין די וועלט?
ווייטער:
פָּרַס כּוּשׁ וּפוּט אִתָּם כֻּלָּם מָגֵן וְכוֹבָע.
פרס איז בלי ספק איראן, זי לעבט און שטויסט פיין אין אונזער אחרית הימים. פוט איז כידוע ליביע, אזוי ברענגט יוסיפוס, און אזוי טייטש דער שבעים, דהיינו די מערב׳דיגע שטחים פון מצרים, ליביע פלעגט היסטאריש זיין דער שם הכולל פון גאנץ צפון אפריקא מערב פונעם נילוס, קען מען דערפאר זאגן פוט אין אונזער נבואה איז גאנץ צפון אפריקא. כוש אויפ'ן מער מופשט'דיגן פארנעם קען מען זאגן גייט ארויף אויף די לענדער וועלעכע זיצן לענגאויס דעם רויטן ים דרום פון מצרים אזש ביזן אראבישן און אינדישן ים וועלעכע האבן אלע א היסטאריע מיטן שם כוש. אויך איז נישט אזא דוחק צו זאגן אז דאס זאל ארויף גיין אויף דעם גאנצן סוב-סאהארישן אפריקא כולו אקעאן צו אקעאן, אזויווי מיר זעהן אז כוש איז געווארן א כינוי פאר בני כהה עור און דערפאר אויף דעם גאנצן שווארצן אפריקא.
גֹּמֶר וְכָל אֲגַפֶּיהָ בֵּית תּוֹגַרְמָה יַרְכְּתֵי צָפוֹן וְאֶת כָּל אֲגַפָּיו עַמִּים רַבִּים אִתָּךְ.
ווער איז גומר? דאס איז גאנץ קלאר ביי די חוקרים, און מיר האבן דאס שוין אויבן דערמאנט, אין די אור-אלטע צייטן האבן איבער די שטחים וואס איז היינט ידוע אלץ צענטראל אזיע, באוואוינט און באוואנדערט, די היסטארישע פערד רייטער ידוע אלץ ״קאמירישע״ שבטים, זייט ביי זייט מיט די אנדערע רוכבי סוסים אין דעם ריזיגן טארטארן לאנד, ביז זיי האבן זיך קובע מקום געווען צווישן פערסיש רעדנדע ארום אפגאניסטאן אין מזרח איראן. און אט דער קאמירישער שבט איז גומר פון פסוק, דאס איז כמעט באשטעטיגט דורך די חוקרים. דאס מיינט אז גומר און מגוג זענען ביידע אפשטאמיגע פון די פארצייטישע סטעפע פערד רייטער וועלעכע האבן געוואנדערט זייט ביי זייט, בעת מגוג איז געבליבן צפון און גומר געענדיגט דרום צי אין ווארימע שטחים. קען מען זאגן אז גומר פון אחרית הימים איז די טיף דרום׳דיגע חלקים פון צענטראל אזיע וואו מען רעדט בעיקר פערסישע לשונות, א שטייגער ווי אפגאניסטאן, מזרח איראן, אפילו דער היסטאריש אינדישער פאקיסטאן, היינט דער צענטרום פון די מערסט קנאישע מוסלעמענער.
בית תורגמה - אין די ספרי אחרונים ווערט טערקיי אנגערופן תוגרמה, די ערטער פון וואו די טערקן שטאמען זענען די מיטעלע חלקים פון צענטראל אזיע וואו עס געפונען זיך היינט די לענדער, קאזאקסטאן, אוזבעקיסטאן, קירגיסטאן, טורקמעניסטאן, און טאדזישיסטאן, אלע געוועזענע מדינות אינעם ראטן פארבאנד, און רעדן א חלק פערסישע שפראכן און א חלק טערקישע שפראכן, קען דאס דערפאר סובל זיין א פשט אז דער פסוק׳ס כוונה אויף בית תוגרמה באחרית הימים מיינט מען די טערקיש רעדנדע מדינות אין צענטראל אזיע וועלעכע טראגן דעם שם הכולל ״טורקיסטאן״, און דערפאר ווערט זי אנגערופן ירכתי צפון, לאפיקי מדינת טערקיי וואס איז שוין מער דרום און ווארימער, ווייל דער גאנצער שטח פון צענטראל אזיע אינאיינעם מיט טארטאריע און סיביר איז אמאל באטראכט געווארן ווי ווילדענישן ביים צפון עק וועלט, וואו עס הערשט פרעסטן אין די ווינטער, און זיי וועלן זיך אלע צושטעלן צו גוג׳ן דהיינו נשיא ראשע.
פירט דער פסוק אויס:
הִכֹּן וְהָכֵן לְךָ אַתָּה וְכָל קְהָלֶךָ הַנִּקְהָלִים עָלֶיךָ וְהָיִיתָ לָהֶם לְמִשְׁמָר.
ווייטער זאגט דער פסוק:
מִיָּמִים רַבִּים תִּפָּקֵד בְּאַחֲרִית הַשָּׁנִים תָּבוֹא אֶל אֶרֶץ מְשׁוֹבֶבֶת מֵחֶרֶב מְקֻבֶּצֶת מֵעַמִּים רַבִּים עַל הָרֵי יִשְׂרָאֵל אֲשֶׁר הָיוּ לְחָרְבָּה תָּמִיד וְהִיא מֵעַמִּים הוּצָאָה וְיָשְׁבוּ לָבֶטַח כֻּלָּם.
לויט אלע מפרשים דייט דער פסוק אן אויף א פריש-באזעצטער ארץ ישראל, נאך לאנגע יארן פון חורבן, דורך אידן וועלכע זענען צוריקגעקומען פון גלות פון פארשידענע לענדער איבער די וועלט. נאר לאור המצב וועל איך מיך ערלויבן ארויף צו ברענגען אויך אוקראינע אלץ א קאנדידאט, זאל עס דא מיינען א לאנד וואס האט פארמאגט די גרעסטע אידישע קאנצענטראציע אין אידישן היסטאריע, דאס איז וואו דער תחום המושב איז געווען, וואו עס איז דער היינטיגער בעלרוס און ליטע און בעיקר אין אוקראינע.
איז דער פסוק ממשיך:
כֹּה אָמַר ה' אֳלֹקִים וְהָיָה בַּיּוֹם הַהוּא יַעֲלוּ דְבָרִים עַל לְבָבֶךָ וְחָשַׁבְתָּ מַחֲשֶׁבֶת רָעָה.
זאגט גאט, עס וועט קומען דער טאג און עס וועלן ארויפקומען אויף דיין הארץ שלעכטע געדאנקען,
וְאָמַרְתָּ אֶעֱלֶה עַל אֶרֶץ פְּרָזוֹת אָבוֹא הַשֹּׁקְטִים יֹשְׁבֵי לָבֶטַח כֻּלָּם יֹשְׁבִים בְּאֵין חוֹמָה וּבְרִיחַ וּדְלָתַיִם אֵין לָהֶם.
דאס דארף שוין נישט קיין פירוש. עס לאזט זיך טייטשן אז עס גייט ארויף אויף א ווייטער עתיד ווען דער מאדעל פון זיכערהייט וועט נישט זיין חומה ובריח ווי בימי הנביא, נאר אויף שטארקע הסכמים. נאר עס קען קומען א וואגאבונד און ווי מען זאגן נעמען "עדווענטעזש" פון די סיטואציע,
לִשְׁלֹל שָׁלָל וְלָבֹז בַּז לְהָשִׁיב יָדְךָ עַל חֳרָבוֹת נוֹשָׁבֹת וְאֶל עַם מְאֻסָּף מִגּוֹיִם עֹשֶׂה מִקְנֶה וְקִנְיָן יֹשְׁבֵי עַל טַבּוּר הָאָרֶץ.
אויף ״ולהשיב ידך לבוא שנית למלחמה״ ערקלערט דער מצודות ״לפי שכבר בא פעם בעזרת האויב כמ"ש למעלה לכן אמר להשיב ידך״, און אויף ״ואל עם מאוסף מגוים״ דארף מען ווידער נישט קלערן קיין צוויי, דאס איז דאך נאטא, דער פעלקער פאראיין ״עושה מקנה וקנין״ מיט וועמען סיי ארץ ישראל, סיי אוקראינע וויל איינקלאפן. און ״יושבי על טבור הארץ״ מיינט דאך אודאי - ארץ ישראל, אויך אוקראינע ווערט דאך שוין פון לאנג באטיטלט - די הארץ פון אייראפע.
שְׁבָא וּדְדָן וְסֹחֲרֵי תַרְשִׁישׁ וְכָל כְּפִרֶיהָ יֹאמְרוּ לְךָ הֲלִשְׁלֹל שָׁלָל אַתָּה בָא הֲלָבֹז בַּז הִקְהַלְתָּ קְהָלֶךָ לָשֵׂאת כֶּסֶף וְזָהָב לָקַחַת מִקְנֶה וְקִנְיָן לִשְׁלֹל שָׁלָל גָּדוֹל.
שבא ארגינעל איז וואו עס איז היינט תימן און אמאן, און אריבער דעם ים אין אטיאפיע, אהין האבן סוחרים גערייזט דורך׳ן געווירצן וועג צו קויפן די גאר חשובע מור און לבונה און אנדערע זעלטענע מאטריאלן וואס שיפסלייט האבן געברענגט אהין פון ווייטע אינזלען אויפן אינדישן ים; דדן ארגינעל איז נארד-וועסט אראביע זיצנדיג הארט אויפן היסטארישן געווירצן וועג וועלעכע האט געפירט קיין שבא. מיט די יארן זענען די צוויי פארוואנדלט געווארן ווי מוסטערן פון רייכע האנדלס ערטער אינעם אראבישן מדבר, וועלעכע האבן געהאלטן גוטע באציאונגען מיט די וועלטס גרויסמאכטן. פראבירנדיג זיי צוצופאסן צום היינטיגן געא-פאליטישער מצב, זאל מען זיך ערלויבן זיי ארויפצולייגן אויף די רייכע אראבישע אמיראטן, ווי דובאי און באכרעין וועלעכע געפונען זיך אויך אינעם טיפן אראביע.
״סוחרי תרשיש וכל כפיריה״. דער ארגינעלער תרשיש איז לויט רוב ווארשיינליכקייטן אין היינטיגן טערקיי אויפן מיטלענדישער ים הידוע דורך אויס די היסטאריע אלץ טארסוס, א פארצייטישער וועלטס שיף פארט, נאר אויך זי איז גאנץ שנעל פארוואנדלט געווארן אין א כינוי פאר פארשידענע וועלטס האנדלס פארטן ארויס פון אירע ארגינעלע גרעניצן, אזויווי למשל קרטיגני אין היינטיגן טוניס לויטן תרגום יונתן וואס איז דער ארגינעלער אפריקא, אדער אולי אפילו א פארט אויפן רויטן ים ווי עס איז משמע אין ספר מלכים און דברי הימים. קען מען דערפאר גאנץ באקוועם זאגן אז תרשיש דא זאל ארויף גיין אויף א תרשיש פונעם עתיד, היינט די מערב וועלט פון וואו עס ווערן געפירט די וויכטיגסטע האנדלס החלטות, אייראפא און צפון אמעריקא. אט דער נייער תרשיש, זיי וועלן ״זאגן״ צו דיר: הלשלול שלל אתה בא...?
אויף ״וכל כפיריה״ טייטשט רש״י: סוחרים חריפין שבה הרגילין לצאת ולשוט ככפירים בכל המדינות ויודעין איזה מקום העושר. קען מען זאגן דאס מיינט מען די היינטיגע אליגארקס?
לָכֵן הִנָּבֵא בֶן אָדָם וְאָמַרְתָּ לְגוֹג כֹּה אָמַר ה' אֳלֹקִים, הֲלוֹא בַּיּוֹם הַהוּא בְּשֶׁבֶת עַמִּי יִשְׂרָאֵל לָבֶטַח תֵּדָע.
וּבָאתָ מִמְּקוֹמְךָ מִיַּרְכְּתֵי צָפוֹן אַתָּה וְעַמִּים רַבִּים אִתָּךְ רֹכְבֵי סוּסִים כֻּלָּם קָהָל גָּדוֹל וְחַיִל רָב.
רוכבי סוסים קען מעגליך דינען אלץ א כינוי פאר די אפשטאמיגע פון די סטעפע מענטשן וועלעכע זענען היסטאריש געווען באוואוסט אלץ רוכבי סוסים און נישט מיט זייערע טרייבישע נעמען - horseman of the steppes
אזוי זענען די פסוקים ממשיך מיט א נבואה צו גוג׳ן, וועגן זיין געווארנט נישט צו טשעפענען דעם ״אדמת ישראל״, (אדער אוקראינע, וואס ווי געזאגט האט זיך געפונען דער חלק הארי פונעם תחום המושב, און באותם הימים דער גרעסטער היסטארישער אידישער יישוב אין דער וועלט אפילו איבערשטייגנדיג בבל)
ווייטער גייט דער פסוק, אז דאס וועט פירן צו א נאטור קאטעסטראפע און גוג וועט גע'משפט ווערן פאר אלעמענ'ס אויגן און א גרויס קידוש השם וועט פון דעם ארויסקומען.
אז מיר זענען גרייט אריינצולאזן ווארע פונעם בית מרקחת פון די הייס קבאליסטישע געווירצן אינעם נושא, אט איז בלי ספק א גוטס, און לאמיר עס איבערגעבן מיט באק ציינער עם הכבוד הראוי מיטן גאנצן שלוש-סעודות חשכות׳דיגן שפראך. הער אלזא א פחד ואימה, נורא נוראות, וואס ס'ווערט געברענגט אינעם ספר ניצוצי שמשון איבער דעם אש קודש ר' שמשון אסטראפאלער זצוק"ל, ברענגענדיג א בריוו פון דעם הייליגן ר' שמשן אסטראפאלער, שטייט דארטן אזוי:
״אדום וישמעאל יערכו מלחמה יחדיו וכו' ואיש עני נקרא ויתגבר על בני רוסיא ויקבץ גליות מקצוי הארץ ויהי אומר לעבדים דרור יקרא איש בן דוד אמן סלה במהרה בימינו,
ד.ה. אריינלאזנדיג די פויליש-רוסישע מקובלים דא, איז נישט געבליבן קיין צל של ספק נישט, אז גוג ומגוג פונעם פסוק איז נישט עפעס אנדערש נאר רוסלאנד.

לעצט רעדאגירט: