איז טעילאר סוויפט א מכשפה?

Reb Yid

אלטגעזעסענער קרעמלער
וועטעראן
זיך איינגעשריבן
סעפ. 8, 2024
מעסעדזשעס
96
רעאקציע ראטע
353
‎לעצטנס זענען פארהאן אזעלכע וואס באשולדיגן טעילאר סוויפט אין מאכן כישוף וואס זי פארשלייערט אין איר מוזיק. ס'איז דא גאנצע באשרייבונגען און ווידיאס פון אינפלוענסערס מיט ראיות לכאן ולכאן. דעריבער בעט איך אויב איינער קען דאס אויסקלארן און מסביר זיין וואס "כישוף" (witchcraft) באדייט און אויף וואס די באשולדיקונגען קעגן איר זענען באזירט.

‎סייד נאוט: ס'איז דא א זינגער גראדע נישט אזוי פּאָפּולער ווי סוויפט מיטן נאמען לאנא דעל רעי (Lana Del Rey). כ'ווייס נישט אויב זי איז א כישוף מאכער, אבער איר מוזיק איז זיכער כישוף.
 
לעצט רעדאגירט:
קודם דארפסטו פרעגן אויב עס איז בכלל דא אזא זאך ווי כישוף אדער אלעס איז דמיון, ודברי הרמב"ם ידועים

עולם הכישוף
‎איך רעד לויט די מיינונג פונעם רמב״ן, וואס האלט אז כישוף עקזיסטירט.

אדער לויט די מיינונג פון די וואס באשולדיגען איר אין witch craft
 
סייד נאוט: ס'איז דא א זינגער גראדע נישט אזוי פּאָפּולער ווי סוויפט מיטן נאמען לאנא דעל רעי (Lana Del Rey). כ'ווייס נישט אויב זי איז א כישוף מאכער, אבער איר מוזיק איז זיכער כישוף.
וואס הייסט אז איר מוזיק איז כישוף?
 
וואס הייסט אז איר מוזיק איז כישוף?
איך ווייס אז סאיז כישוף, וויבאלד עס נעמט מיך ארויס פון דעים פלאנעט, נעם צו א משל אזעלכע ניגונים ווי

Born To Die
Young And Beautiful
Summertime Sadness
Blue Jeans
Video Games
און אחרון ואחרון חביב Love
 
לעצט רעדאגירט:
מוז זיין כישוף. קוק וויאזוי מענטשן ווערן נשתגע ביי אירע קאנצערטן ווי א דיבוק וואלט זיי באטראפן. נישטא קיין אנדערע הסבר
 
Back
Top