ברשות דער פותח האשכול, וויל איך אביסל פארדרייען דעם שמועס.
צו טראמפ איז דארט אלס אומלעגאל ווי
@אפענער זאגט, איז עכט נישט קיין נושא. ס'גייט קיינעם נישט אן, די רעכטע וועלן גלייבן אין אים סיי ווי, און די לינקע האבן אים פיינט סיי ווי.
מ'וואלט אבער געדארפט אן עקסטערן שנירל איבער עפשטיין אליין.
נעכטן האט טאקער קארלסאן (הידוע לשמצה) געטענה'ט אז אפשטיין האט געארבעט פאר די מוסד. פון די ערשטע מינוט וואס איך האב דאס געהערט, איז עס גאנץ שטארק אריין אין קאפ. און לויט ווי טאקער לייגט עס אראפ, איז אזוי אנגענומען ביי זייער אסאך אין וואשינגטאן, נאר יעדער האט מורא צו רעדן פון דעם.
אויב איז עס אמת, איז עס א בריליאנטענע איידיע פון די מוסד, וויאזוי צו האבן לעוורידזש אויף אן א שיעור איינפלוסרייכע מענטשן איבער די וועלט. און ס'פארענטפערט אויך אסאך איבער די פרשה.
וואס זאגט די עולם אויף די קאנספיראציע? (אפשר קומט עס טאקע אין קאנספיראציע אשכול).