יצחק - דין?

Reb Yid

אלטגעזעסענער קרעמלער
וועטעראן
זיך איינגעשריבן
סעפ. 8, 2024
מעסעדזשעס
96
רעאקציע ראטע
353
אינטערעסאנט צו באמערקן ווי יצחק איז פשוט אריינגעפאלן ווי א שעפעלע אין א משפחה פון רעבעלן, לאזנדיג זיך מקריב זיין און געפירט ווערן צו די שחיטה. אברהם ווידער, פונקט דאס פארקערטע ממש ווי א אטד קעגן תרח, צובראכן זיינע געצן און אינגאנצן געטוישט זיין גלויבן פונעם פאטער תרח׳ס געצן דינעריי צו א גלויביגער אין א איין איינציגן גאט. יעקב אויכעט, באורדעט דא ארום, שפילט אויס זיין טאטן יצחק און זיין ברודער עשיו מיט די ברכות, און דערנאך גרייט ער זיך צו מלחמה מיט עשיו. אין איבער די שבטים ווער רעדט נאך? און וועמען באשולדיגט מען מיט מדת הגבורה און מדת הדין? נישט קיין אנדערען גאר ווי אונזער וואוילער שעפעלע יצחק!!! צו האבן מיר פארטוישט די משמעות הלשון? אין אויב טאקע, אפשר האט אלעס אין די תורה גאר אן אנדערע משמעות?
 
לעצט רעדאגירט:
מיט גרויס פחד הדין וואגט זיך יצחק קוים צו רירן. ישמעאל פראבירט א נייעם וועג אבער יצחק בלייבט מיטן שב ואל תעשה.
ניטאמאל געסט קען מען אריינלאזן אינעם הויז, אונז האבן נישט דעם כוחות (-ברייטקייט) פונעם טאטן. בקיצור פחד יצחק.

אברהם גייט נאך זיין רצון און ליבע אפי' אין קאלך אויווען, ער אפערירט פון חסד און נישט פון דין.
 
אברהם ווידער, פונקט דאס פארקערטע ממש ווי א אטד
נישט צאממישן מיט דעם מעיאר פון קרית יואל.... :D

אן א סיריעס נאוט: די סיבה פארוואס מ'האט זיך איזדעקעוועט אויף יצחק'ן און אים קלאסיפיצירט אלס גבורה'דיגע מענטש איז ווייל ער איז דער איינציגסטער פון די אבות וואס האט זיך דערוואגט צו מקרב זיין און אקצעפטירן זיין OTD זון עשיו, וַיֶּאֱהַ֥ב יִצְחָ֛ק אֶת־עֵשָׂ֖ו! אנדערש ווי אברהם וואס האט ארויסגעטראסקעט ישמעאל'ן פון שטוב, האט יצחק געהאט די 'גבורה' צו פעיסן ריעליטי און ליב האבן זיין אפגעפארענעם זון אנקאנדישינעל! דאס הייסט גבורה!
 
Back
Top