יזכיר לו יום המיתה

איש מבקש

אלטגעזעסענער קרעמלער
וועטעראן
זיך איינגעשריבן
יאנ. 9, 2025
מעסעדזשעס
2,224
רעאקציע ראטע
11,881
פונקטן
2,193
איך האב לעצטענס גערעדט מיט א חבר וואס האט פארלוירן א זיידן וועם מיין חבר האט זייער רעספעקטירט.

האט ער מיר געזאגט א שטארקע נקודה, אז ווען ער מאכט ווען געוויסע שינוים אין זיין לבוש אדער לייף סטייל וואלט ער זיך שטארק געשעמט פון זיין זיידע.

און ער האט טאקע נישט געמאכט די טוישינגען וואס נר האט געוואלט פאר די לעצטע 10 יאר, אפילו ער האט עכט שטארק געוואלט, ווייל ער האט זיך געשעמט פון זיין זיידע וועם ער האט רעספעקטירט, און די זיידע האט אים אויך רעספעקטירט, סא ער האט עס נישט געוואלט קאליע מאכן.

למעשה אבער איז זיין זיידע שוין נישטא, אבער ער איז געבליבן מיט די לאגיטש, און ס'האט געגעבן פאר מיין חבר אזא קיצל. עד כאן דברי חברי.

האב איך געטראכט אז אפשר איז דאס פשט פון די גמרא, אז ווען די יצר הרע קומט דיר דרייען א קאפ, "טויש נישט.... וואס וועט דיין שווער זאגן? וואס וועט דיין טאטע זאגן?"

זאגט דיר די גמרא "יזכיר לו יום המיתה" נישט דיין יום המיתה, יענעמס יום המיתה!!

געדענק אז די אלע מענטשן פון וועם דו טראגסט פרעשור גייען שטארבן אמאל, און דו וועסט דיר דאלמאטס קלאפן אין קאפ, "פארדעם האב איך געלעבט אזא פאלשע לעבן?"
 
לעצט רעדאגירט:
Back
Top