וכמו שכתבתי במקום אחר כחצות הלילה שהספק הוא בחצות לכאן ולכאן אז אני יוצא בתוך מצרים במצר שלו, להאיר עיניו.
(בן פורת יוסף די"ח ע"ע)
--
אונז דרייען זיך ארום מיט ספיקות, מחשבה'לעך,
פארוואס האב איך דעם דשאב, פארוואס בין איך פארנימען מיט כך וכך, פארוואס גלייב איך, פארוואס בין איך חתונה געהאט? וכדו'
ווי לאנג מ'שטופט אראפ דעם ספק, נישט טראכטן, נישט זעהן וואס גייט פאר, איז מען צוריסן מיט כוחות לכאן ולכאן, כ'וויל און כ'וויל נישט.
די אייבישטער קומט אויפצולאכטן די אויגן ביים חצות, ביים ספק. ווען מ'פרעגט זיך אמתדיג "וואס וויל איך, יא אדער ניין!"
דאן הערט מען דעם קול דממה דקה, דעם נבואה וואס אונז בני נביאים האבן, אונזער נשמה/אינטואישין.
למשל כ'האב נישט קיין נערווען פאר מיין ווייב. זי איז זייער סענסעטיוו. סאו איך וויל איר גט'ן? יא אדער ניין. אויב יא געב א גט, אויב נישט, פארוואס נישט? אה, כ'פארדין פון איר אזוי פיל, ס'לוינט מיך יא צו בלייבן מיט איר. סאו, איך וויל דיעלן מיט אירע סענסעטיוועטי? יא אדער ניין. א.א.וו.
די הייליגע בעל שם טוב לערנט אפ חצות ווי דעם נקודת הספק. די ערשטע האלב נאכט (דין) און די צווייטע האלב (חסד). דו ווילסט פטור ווערן פון קליפת מצרים? בלייב נישט צוואנציג פראצענט אהער און אכציג פראצענט אהין, גיי צום חצות, נקודת הספק!
די הייליגע ריזינער טייטשט עד"ז אם אלך בקרב צרה תחיני. און דער בעש"ט טייטשט עד"ז ובקשתם משם הוי"ה אלהיך ומצאת. ומשה נגש אל הערפל אשר שם האלהים.
לויף נישט אוועק. נישטא ווי. זעץ זיך אריין אינעם ספק צום פינטל מיט זיך. זעה עס, זאג עס ארויס. והגאולה בא באמצע הלילה!
גוט שבת ברידערלאך