זען גאט (Bufo)

mevakesh

היימישער קרעמלער
זיך איינגעשריבן
יולי 12, 2024
מעסעדזשעס
31
רעאקציע ראטע
104
עס איז היינט א וועלט פון סייקאדייליקס ביים היימישן עולם
מען טרינקט אייאוואסקא מען קייט שראאמס מען נעמט mdma וכו'
עס איז דא איין באשטאנטייל וואס עס איז נישט אזוי פארשפרייט און לדעתי איז עס אנדעררעיטעד
איך רעד פון bufo toad אדער די כעמישע באשטאנדטייל וואס הייסט 5meo dmt
איך וועל פרובירן אביסל אראפלייגן ווי ווייט איך ווייס און פארשטיי וואס דאס איז. אדרבא ווער עס האט מער אינפארמאציע אדער עקספריענס איבער דעם זאל אריינקומען קלאר
Dmt איז גאר א שטארקע סייקעדעליק וואס איז אויך די עיקר כוח אין אייוואסקאווי מען געפינט דאס אין פלענטס און אין גאר אסאך ברואים
לכאורה ווי עס קוקט אויס פון שטודיעס פראדוצירט דער מוח פונעם מענטש dmt און געוויסע פארשער זאגן אז דאס איז וואס מאכט מענטשן עקפירענסן די העכסטע פילינגס ווי ספירוטואליטי און גאט
Bufo 5meo איז אביסל אנדערש
געווענליכע dmt איז גאר וויזואל מען קען זעהן ענטיטיס און שרעקעדיקע מראות
Bufo 5meo אבער איז נישט אזוי סך מראות נאר פשוט מען ווערט אויס פון מציאות אדער ווי עס ווערט גערופן ego death
פון וואו קומט עס?
קומט פון א פראש וואס ווערט גערופן די קאלאראדא טאוד. עס איז א גאר גיפטיקע פראש וואס לעבט באהאלטן די מערהייט פון די צייט אונטער די ערד עס קומט נאר ארויס ווען ער דארף מקיים זיין פרו ורבו
די גיפט ליגט אין א באבל לעבן די קאפ און מען מאכט א קליינע לאך און מען נעמט ארויס די גיפט און מען שיקט ווייטער די פראש מען טרוקענע אויס די פליסיקייט אויף א שטיין עס ווערט אזוי ווי א קריסטאל מען קראצט עס אפ און עס איז גרייט צו נוצן
עס איז דא מאנכע וואס האבן טענות אויף די וועג ווי מען נעמט עס ארויס און עס איז דא סינטעטישע געמאכט וואס ארבייט ממש די זעלבע און האט ממש די זעלבע עפעקט
וויאזוי נעמט מען עס?
מען לייגט עס אריין און א פייפ און מען הייצט עס אהן מיט א פייער ביז עס ווערט פארע און מען דארף שטייט און טיף אריינאטעמען און עס איינהאלטן פארשפאר סעקונדעס ביז עס נעמט די פיהלע עפעקט
בעסטע איז צו אריין אטעמען שטייענדיק בשעת איינער כאפט אהן פון אונטען צו זיין גרייט ווען מען פאלט אראפ
וואולאנג נעמט עס?
די גאנצע מעשה נעמט בערך 45 מינוט די פיעק איז בערך 5 10 מינוט און נאכדעם נאך אן האלבע שעה ביז מען לאנדעט אינגאנצן
וואס געשעהט?
דאס איז שוין שווער מסביר צו זיין איך וועל פרובירן אראפצולייגן די בעסטע וואס שייך
געווענליך ווען מען ענדיקט אריינאטעמען איז מען שוין נישטא דאס הייסט מען פארלירט טאטאל קשר מיט די ארומיגע מען הערט נישט מען זעט נישט מען פילט ווי מען ווערט אריינגעשלעפט און די אין סוף פאר בערך 5 10 מינוט עס קען זיין מוראדיק שרעקעדיק די פחד פון ווערן אויס אדער קען עס זיין גאר ווייטאגלאך ווען מען זעהו און פיהלט וווי שמוציג מען איז אדער ווי קאמפליצירט זאכן זענען אנדערע קענען זיך ווארפן און זיך קאלערען פון און זייט צימער צום צווייטן
נאכדעם ווען מען הייבט אהן צוריקקומען צום באוואוסטזיין קען מען מוראדיק לאכן אדער וויינען אדער קען מען פיהלן א מוראדיקע זיסקייט און אויך קען מען פיהלן א מוראדיקע לייכטקייט ווי מען האט אפגעווארפן א ריזיגע לאסט פון גארבעדש דאס אלעס איז לכאורה ווי מען פראסעססעד די עקפיריענס דאס נעמט בערך אן האלבע שעה
וואס קען מען ערווארטן נאכדעם?
געוויסע מענטשן קענען עס פיזיקעלי שפירן אין די ביינער פאר טעג אדער וואכן עס קען זיך צומאל שפירן מוראדיק ענערגיש אדער צומאל ווי מען שוועבט אין אנדער ריאליטי און אין די זעלבע צייט זיין אינגאנצן אין עולם עשיה
ענדלעך צו אייואסקע איז דא ריאקטיוויזעשאנס דאס הייסט עס שפילט זיך איבער עטוואס די עקספיריענס וואס מען האט געהאט עס געשעהט געווענליך אין די וואך נאכדעם באנאכט צווישן 1 אין 4
עס קען זיין מוראדיק געשמאק ווייל מען האט גאר א הויכע עקספיריענס אבער מען איז מער דא אדער קען עס גאר זיין מער שרעקעדיק טאקע ווייל מען איז מער דא אבער מען האט דעמאלט קאנטראל און אויב מען וויל עס סטאפן קען מען אנהייבן טוען סתם זאכן און עס גייט אוועק
וואס איז די בענעפיטן?
לכאורה איז דאס די שטארקסטע סחורה וואס עס איז דא און סייקעדעליקס און דער מענטש קען זיך נישט עכט קעגנשטעלן. ממילא אויב מען וויל דוירעכברעכן און מען האט שוועריקייטן צו סאררענדערן קען דאס זיין זייער א גוטע טול
פאר מאנכע האט עס גאר שטארק געהאלפן מיט אמונה איך האב אמאל גערעדט מיט א גוי וואס סערווירט האט ער מיר געזאגט עס איז געקומען איינער נעמען און יענער זאגט איהם I just want you to know I'm a complete atheist למעשה האט ער איהם געגעבן און ביים ארויסגיין זאגט איהם יענער I just saw God
איך האב שוין מיטגעהאלטן ווי עס האט ארויסגעשלעפט מענטשן פון שווערע סטאקנעססעס
און די עיקר מעלה איז עס נעמט נישט אויף קיין סאך צייט מען קען גיין ביי לאנטש פון כולל און זיין צוריק ביי נאכמיטאג סדר
פארשטייט זיך אז איך שרייב נאר וואס איך האב געזעהן עס קען זיין גאר אנדערש פאר יעדער מענטש און אויך ווען מען נעמט עס אפאר מאל האט עס נישט אייביג אזא שטארקע עפעקט ווי די ערשטע פאר מאל
דיסקלעימאר איך רעקאמענדיר נישט צו נעמען איך שרייב נאר דברים כהוויתן
 
שלום עליכם @mevakesh!
שכח פארן באשרייבען!!!

אויב כ'מעג מוסיף זיין אויף וואס דו האסט אזוי קלאר באשריבן.
בופאו איז סאך שטערקער, און שנעלער.
מ'זאגט אז אייוואסקא עקספיריענס נאך בופאו איז אויכעט שטערקער ווי פארדעם.
ס'דא וואס זאגן אז ס'איז דא א מעלה אין א טריפ וואס נעמט לאנג, (אייוואסקא, MDMA, וכדו') ווייל די מוח האט מער צייט צו שאפן נייע דרכים און מהלכים.

כ'קען איינער וואס איז אריין אין בופאו סאוסייעדל און ארויס מיטן רצון צו לעבן.
 
כי לא יראני האדם וחי?
 
איך זעה נישט וויזוי אזא זאך קען מאכן א מענטש גלייבן אפילו מען זעהט גאט , דער מענטש אליינס ווייסט אז גאט איז נישט יעצט אראפגעקימען צו עים נאר סאיז אן illusion וואס דער דראג טוט .

נישט אזוי?
 
לעצט רעדאגירט:
איך זעה נישט וויזוי אזא זאך קען מאכן א מענטש גלייבן אפילו מען זעהט גאט , דער מענטש אליינס ווייסט אז גאט איז נישט יעצט אראפגעקימען צו עים נאר סאיז אן illusion וואס דער דראג טוט .

נישט אזוי?
פרעגסט גוט
עס איז באמת אן אריכות אבער אין קורצן אויב אמונה איז מיט שכל ביסטו גערעכט אבער אויב עס איז עקפריענס לא קשה מידי אזוי ווי @שעפטאל האט ארויסגעברענגט ערגעץ אנדערש
 
ס'איז נישט קיין שאלה פון כשרות? מ'נעמט עס אריין דורך די מויל? ס'קומט דאך פון א פראש?

אז מ'טרעפט די אייבירשטער קען מען אים שוין געבן א פרעג...
 
די חברה וואס נעמען עס זאגן סאיז ביאנד עני עקספיריענס וואס זיי האבן אמאל געהאט.... און סאיז שנעל נאך אויך ממש א מחיה 10 15 מיניט and you are done....

גיי מיר עס נעמען?...

איך בין נייגעריג צו סאיז דא היימישע וואס האבן עס שוין געטון?
@שעפטל טראכסט אפילו דערפון?
 
כ'קען חברה וואס האבן עס גענימען
נישט נאר היימישע טוהן עס, נאר ס'איז דא אפי' היימישע וואס סערווירן עס. (מיטן וואלנעם טלית קטן).
כ'וועל עס נאך לכאו' אמאל אויס פראבירן
 
כ'קען חברה וואס האבן עס גענימען
נישט נאר היימישע טוהן עס, נאר ס'איז דא אפי' היימישע וואס סערווירן עס. (מיטן וואלנעם טלית קטן).
כ'וועל עס נאך לכאו' אמאל אויס פראבירן
Wowoowow
 
די חברה וואס נעמען עס זאגן סאיז ביאנד עני עקספיריענס וואס זיי האבן אמאל געהאט.... און סאיז שנעל נאך אויך ממש א מחיה 10 15 מיניט and you are done....

גיי מיר עס נעמען?...

איך בין נייגעריג צו סאיז דא היימישע וואס האבן עס שוין געטון?
@שעפטל טראכסט אפילו דערפון?
אסאך זאגט אז עס איז א מחיה אבער עס איז דא אסאך בעיקר שטערעקערע כאראקטערן וואס האבן גאר א שטארקע פחד און קענען זיך עס נישט ברענגען צו טוהן נאכאמאל ווייל עס צווינגט ממש זיך אונטערצוגעבן און אויב מען איז נישט גרייט איז עס זייער שווער
אויך איז גאר וויכטיק צו ארבייטן עס צו אינטערגרעיטן אויב נישט האט מען ווייניק פון עס ווייל עס איז צו הויך
 
איך האב אמאל געזעהן א ווידיא אויף יאו טאב ווי איינער גייט אין דשאנגאל עס מאכן איך קען עס נישט טרעפן אויב איינער קען עס צוברענגען

אגב מיין אידישקייט איז קעגען סיי וואספארע אזעליכע סארט זאכן.
 
איך בין די וואך געזיצן מיט איינעם וואס מוטשעט זיך מיט דארפן אלעס קאנטראלן און האט נישט קיין טראסט אין קיינעם. אויך האט יענער געארבייט א גאנץ לעבן צו געפעלן גאט און ווערן פרומער און פרומער. און אויך שווער געארבייט מחזיר בתשובה זיין די לעבנס שותף וואס האט פייגלעך אין קאפ. יענער איז געווען אויף א MDA טריפ מיט א לייכטע דאזע פון שראמס. אינמיטן האט מען יענעם סערווירט א לייכטע דאזע פון 5emo און דאס האט געמאכט די זאך. עס האט יענעם געמאכט אויפגעבן קאנטראל און שפירן וויאזוי עס שפירט. יענער האט גענומען א טאטעל פון 3 מאל, וואס האט משפיע געווען טיפע ריעאלעזעישענס יעדע מאל. מיט די שפיץ, אז די גאט וואס יענער האט געמיינט אז עס איז דא, עקזיסטירט נישט. גאט איז נישט קיין באגי מען, נאר ווי א crash bag וואס מען קען ארויפפאלן אויף.

איך האב עס שוין אויך געהאט אפאר מאל און יעדע מאל האט עס אראפגעבראכן נאך שטיקער פון מיין עגא.
 
איך האב אמאל געזעהן א ווידיא אויף יאו טאב ווי איינער גייט אין דשאנגאל עס מאכן איך קען עס נישט טרעפן אויב איינער קען עס צוברענגען

אגב מיין אידישקייט איז קעגען סיי וואספארע אזעליכע סארט זאכן.
איך האב שוין געזעהן אלע אויף יוטויב קיינער פון די קוקט נישט אויס אזוי ווי אין מציאות איך בין נישט זיכער פארוואס אבער די וואס איך האב באיגעוואינט איז סאך מער פאערפול
 
איך בין די וואך געזיצן מיט איינעם וואס מוטשעט זיך מיט דארפן אלעס קאנטראלן און האט נישט קיין טראסט אין קיינעם. אויך האט יענער געארבייט א גאנץ לעבן צו געפעלן גאט און ווערן פרומער און פרומער. און אויך שווער געארבייט מחזיר בתשובה זיין די לעבנס שותף וואס האט פייגלעך אין קאפ. יענער איז געווען אויף א MDA טריפ מיט א לייכטע דאזע פון שראמס. אינמיטן האט מען יענעם סערווירט א לייכטע דאזע פון 5emo און דאס האט געמאכט די זאך. עס האט יענעם געמאכט אויפגעבן קאנטראל און שפירן וויאזוי עס שפירט. יענער האט גענומען א טאטעל פון 3 מאל, וואס האט משפיע געווען טיפע ריעאלעזעישענס יעדע מאל. מיט די שפיץ, אז די גאט וואס יענער האט געמיינט אז עס איז דא, עקזיסטירט נישט. גאט איז נישט קיין באגי מען, נאר ווי א crash bag וואס מען קען ארויפפאלן אויף.

אינטערעסאנט ווייל אפיציאל הייסט עס אז mdma אדער mda איז מסוכן מיט 5meo שראאמס איז יא זייער גוט מיט 5meo
 
איך האב עס שוין אויך געהאט אפאר מאל און יעדע מאל האט עס אראפגעבראכן נאך שטיקער פון מיין עגא.
איך בין נייגעריג צו הערן מער איבער דיין עקפיריענס וואס האסטו געפיהלט און וויאזוי איז דיין עגא צובראכן געווארן
 
קענסט אפשר ביטע מער עלאבערירן וואס דאס מיינט עקפיריענסן גאט?
יעדער האט זיך זיין עקפיריענס און עס איז באמת נישט שייך אראפצושרייבן
איך קען פרובירן צו שרייבען אבער איך האלט איז אז ווער עס האט עס נישט געהאט וועט סתם אפלאכן נאר דער וואס עקפריענסד עס ווייסט אז עס איז עכט
איך מיין אז דער בעסטער וועג עס מסביר צו זיין איז אז מען שפיערט די אחדות פון דער אין סוף
 
Back
Top