זאכן וואס כ'האב נישט געוואוסט ביז היינט

דער גאלדענער אדלער

אלטגעזעסענער קרעמלער
וועטעראן
זיך איינגעשריבן
מאי 4, 2024
מעסעדזשעס
836
רעאקציע ראטע
3,512
כ'האב געמאכט א גוגל סורטש היינט לגבי כּריסטמעס און יאנואר דעם ערשטן, די מקורות פון וואנעט ס'נעמט זיך און ווען ס'האט זיך אנגעהויבן.

כּריסטמעס זאגן זיי איז א געדענק טאג פאר יעזוס געבּורטס טאג, הגם זיי אליין זאגן אז מ'האט באמת נישט קיין דאטום ווען ער איז עכט געבוירן, האט אבער די הויפט רומישע קירכע בימים ההם באשטעטיגט אז מ'זאל פראווענען דעצעמבער דעם 25סטן. היות ווייל יענעם טאג זענען געווען אנדערע פרימיטיווע פּאגאניסטישע פעסטיוואלן און די רומישע אימפּעריע האט געזוכט פטור צו ווערן פון די פּאגאנישע ע"ז האבן זיי אפגעמאכט אז היות איינער פון די ערשטע קריסטליכע היסטאריען האט געהאט בקבלה אז מערי איז געווארן טראגענדיג אין מערץ 25, ניין חדשים שפעטער איז דעצעמבער 25 מילא מוז זיין אז ער איז דאמאלטס געבוירן. אבער באמת ווייסן די קריסטן אויך אז דאס איז סתם געבויעט אויף לעגענדעס און די סיבה פארוואס זיי האבן קובע געווען די פייערונג פון זיין געבּורטס אויפן 25סטן איז אזוי ווי אויבן דערמאנט.

אויך האב איך אנגעטראפן א וועבזייטל וואס טענה'ט אז די פריע קריסטן האבן אויך איינגעפירט כריסטמעס אויפן 25סטן ווייל יעזוס איז דאך א געבוירענער איד און איז אויפגעצויגען געווארן אלץ א איד און ער האט אויך לכאורה געהאלטן חנוכה און דערפאר ווייל דעצעמבער דעם 25סטן געפאלט אויס אין חנוכה האבן זיי עס אויך קובע געווען אינעם זעלבן טאג (זעהט אויס אז יענע יאר איז געווען אינעם זעלבן טאג אזוי ווי היי יאר).
 
יאנואר דעם ערשטן, איז א סעקולארע אדער א רעליגיעזער פעסטיוואל?

נאכן ארום שפאצירן אינעם הערליכען ברייטן געוועב בין איך געוואר געווארן זאכן וואס כ'האב קיינמאל פריער געוויסט

יאנואר דעם ערשטן איז דער טאג וועלכעס יוליוס קיסר דער באקאנטער רומישער קעניג האט אוועק געשטעלט זיין באקאנטן יוליון קאלענדער מיט וועלכן מ'באניצט זיך נאך ביזן היינטיגן טאג און איז אנערקענט אין די גאנצע וועלט. כאטשיג וואס אנדערע לענדער ווי צום ביישפיל טשיינע, אדער די מוסלמענער אדער אפילו די אידן אנערקענען עס נישט צווישן זיך אבער אינדרויסן פון זייערע/אונזערע סיסטעמען איז דאס אנערקענט און אנגענומען. און ווי ס'ווייזט אויס איז דאס א ריין סעקולארע האלידעי
 
לעצט רעדאגירט:

נישט ממש. זעה דא Why Does the New Year Start on January 1? | Britannica
 
כ'האב געמאכט א גוגל סורטש היינט לגבי כּריסטמעס און יאנואר דעם ערשטן, די מקורות פון וואנעט ס'נעמט זיך און ווען ס'האט זיך אנגעהויבן.

כּריסטמעס זאגן זיי איז א געדענק טאג פאר יעזוס געבּורטס טאג, הגם זיי אליין זאגן אז מ'האט באמת נישט קיין דאטום ווען ער איז עכט געבוירן, האט אבער די הויפט רומישע קירכע בימים ההם באשטעטיגט אז מ'זאל פראווענען דעצעמבער דעם 25סטן. היות ווייל יענעם טאג זענען געווען אנדערע פרימיטיווע פּאגאניסטישע פעסטיוואלן און די רומישע אימפּעריע האט געזוכט פטור צו ווערן פון די פּאגאנישע ע"ז האבן זיי אפגעמאכט אז היות איינער פון די ערשטע קריסטליכע היסטאריען האט געהאט בקבלה אז מערי איז געווארן טראגענדיג אין מערץ 25, ניין חדשים שפעטער איז דעצעמבער 25 מילא מוז זיין אז ער איז דאמאלטס געבוירן. אבער באמת ווייסן די קריסטן אויך אז דאס איז סתם געבויעט אויף לעגענדעס און די סיבה פארוואס זיי האבן קובע געווען די פייערונג פון זיין געבּורטס אויפן 25סטן איז אזוי ווי אויבן דערמאנט.

אויך האב איך אנגעטראפן א וועבזייטל וואס טענה'ט אז די פריע קריסטן האבן אויך איינגעפירט כריסטמעס אויפן 25סטן ווייל יעזוס איז דאך א געבוירענער איד און איז אויפגעצויגען געווארן אלץ א איד און ער האט אויך לכאורה געהאלטן חנוכה און דערפאר ווייל דעצעמבער דעם 25סטן געפאלט אויס אין חנוכה האבן זיי עס אויך קובע געווען אינעם זעלבן טאג (זעהט אויס אז יענע יאר איז געווען אינעם זעלבן טאג אזוי ווי היי יאר).
עבודה זרה-דף ח - ב
וקרטסים וכו': מאי קרטסים אמר רב יהודה אמר שמואל יום שתפסה בו רומי מלכות והתניא קרטסים ויום שתפסה בו רומי מלכות אמר רב יוסף שתי תפיסות תפסה רומי אחת בימי קלפטרא מלכתא ואחת שתפסה בימי יונים דכי אתא רב דימי אמר תלתין ותרין קרבי עבדו רומאי בהדי יונאי ולא יכלו להו עד דשתפינהו לישראל בהדייהו והכי אתנו בהדייהו אי מינן מלכי מנייכו הפרכי אי מנייכו מלכי מינן הפרכי

שטייט דא אז רומי האט נישט געקענט אייננעמען יון נאר ווען די אידן האבן זיך צאמגעשטעלט מיט זיי.

אין ווען מ'האט געוואונען האבן זיי געמאכט א חאגע קרטסים.

דעמאלטס האבן די אידן גראדע אויך געמאכט א יום טוב, ווייל מ'האט געווינען יון, ס'הייסט חנוכה.

סא בעצם ביידע פייערן די זעלבע זאך, נאר זיי לויבן זייער ע"ז, און אינז לויבן דעם אייבערשטן אז אינז קענען זיין אידן ווייטער, ווייל וועגן דעם האבן די אידן מלחמה געהאלטן.
 
דארט זאגט די גמרא אויך, אז אדם הראשון האט געזען די טעג ווערן קלענער, האט ער מורא געהאט אז די וועלט ווערט חרוב, און ער האט געפאסט אכט טעג. ווען ער האט געזען בתקופת טבת אז די טעג ווערן צוריק לענגער, האט ער פארשטאנען אז כך הוא סדרו של עולם, האט ער געמאכט א יום טוב פון אכט טעג.
לשנה הבאה, האט מען עס געמאכט א יום טוב פון אכט טעג, די אומות העולם פאר די עבודה זרה, און די אנדערע להבדיל פארן אייבירשטן ית"ש.

דא האט מען נאך א מקור איבער אכט טעג פון חנוכה, וואס מ'האט זיך געמוטשעט אין אן אנדערן אשכול.
https://kraimel.community.forum/thr...l-sht-g-nwm-n-8-t-g-zw-mkn-nyy-wyl.978/unread
 
יעצט איבערגעקוקט די גמ' ס'איז דף ח:

די גמ' זאגט אז ער האט געמאכט 8 טאג פאר די תקופה און 8 טאג נאך די תקופה א יום טוב
קומט אויס אז יום טוב פון 16 טאג
 
דערמאנסט מיר פון ״די תקופה״ אובערגלויבענס פון אלץ קינד, מען האט געדארפט באהאלטן די עסן, און באדעקן די וואסער כדי סענטא קלאוס זאל דאס חס ושלום נישט פאר׳סמ׳ען, הייליגע גאט אין הימל… וואס דער עם הנבחר קען אלץ אויפקומען מיט…
 
האסט פארגעסן פון הקזת הדם?
 
אז מרעדט שוין פון קריסמעס.
וועל איך שרייבן א זאך, וואס א סאך ווייסן נישט (ובכללם אויך קריסטן)…

די מקור פון די רויטע סענטע קלאוס, איז פון א advertisement פון קאקא-קאלא פון די 1930 יאהרן.
 
דאס איז נאר אויף די צורה, די מושג אז ער טיילט איז שוין אלט אפאר הונדערט יאר
(אפילו זיין צורה האט קאקע-קאלע נאר פארשפרייט אבער מקורו איז נאך פון פריערדיגע)
 
יא יא
איך האב דאך געשריבן די רויטע
נישט סענטא קלאוס אליין
 
Back
Top