- זיך איינגעשריבן
- מאי 16, 2024
- מעסעדזשעס
- 431
- רעאקציע ראטע
- 1,377
מיר אלע קענען דעם צלמים זעער טיפ. ער איז נישט סתם אס"ד. אס"ד'ס איז דא אסאך, פון די טעפעל ווישער ביז די שמע-ע-ע קראצער. דער צלמים זעער ארבעט אפילו בהיסח הדעת, בשעת'ן האקן אויף אלע באקן זעט ער צלמים אין טישטוך פעטערנס. ס'איז א שטארקע חוש, א חוש הראי' איבערהויפט. וואס עם בליצט אין די אויגן, זעהט א צווייטער בכלל נישט.
אויך ביי אונז טיעף טייער האט א יעדער זיין אינערליכע צלמים זעער. נעה, כ'בין נישט אזא פּ'צ' ווי ר' פייוויל צלמים זעער. אמת, אבער ס'דאך דא דרגות אין דעם. ס'דא א ספעקטרום פון צלמים זע'עריי, מ'דארף זיך נישט דערשרעקן , ס'שפילט זיך אויס און כמה בחינות.
א לאכטע סימפטאם פון צלמים זעעריי טרעפט מען אויך ביי אנדערע זאכן, למשל באמערקן א חומש ליגען אונטער א סידור. ס'קען זיין פארשטעקט אונטער א גאנצע פּייל צוויי טישן אוועק, אבער ער זעהט עס, ס'בליצט.
נידעריגער אויפ'ן לייטער איז דער טישטעך שלעפער. ער באמערקט שבת קודש ווי דאס ווייס טושטיך האט מגלה ערוה געווען די האלצענע טיש. אבער ער שטערט קיינעם נישט, דו זעסט נישט, ער זעט יא, ער גיבט א שלעפ צו שטילערהייט, והנה כשלג ילבינו.
נישט נאר בליצן זעהט דער טיפ. ס'איז אויך דא א צלמים הערער. חאטש אין שמיעה דומה לראיה, אבער מ'איז דאך אויפ'ן ספעקטרום. א טעות ביים לייענען ווי משכנותיך אנשטאט משכבותיך כאפט דאך יעדער, ס'קלינגט פשוט נישט גוט, ס'נישט הארמאניוס. דער אֱת/אֵת לְךָ/לָך בליצער איז דער בעל החוש דא. ער זיצט אזוי פארטיפט אין א לשון הרע, ער הערט נישט אויף קוואָקענען גאנץ קריאת התורה, און קמץ פתח הערט ער דא?
אויך דער צלמים הערער קען קריכן נאך העכער אויף די ספעקטרום. דאס איז די חזרת הש"ץ גווארדיע. קאפּוי'ס וואס האבן א ספעציעלע חוש, זיי הערן זאכן פון א מייל אַוועק. אז איינער האט זיך פארשמועסט א מינוט, באפאלן זיי מיט א שישקעריי, טייל מאל אויך הויכע נוּ'ס, און צום ארגסטן א פחדים'דיגע פינגער קלאפ אויף'ן טיש. וואס? פון די אנדערע עק הערט ער? ווער קען הערן אזוי ווייט?!
ווי אַזוי האט ר' יענקעלע זי"ע געזאגט, ס'שטייט טאקע אין שו"ע "וגוערין בו", אבער דער באשעפער האט זיך שוין זיינע רשעים'לעך...
דער שמונה עשרה קאפּא גרעניצט זיך טאקע מיט רשעות, אבער אלס צלמים זעער ספעקטרום שיינט ארויס די זעלטענע צלמים זעער, דער ספר תורה פסל'ער. ער שרייעט נישט, ער איז איידל, די באשאפער האט עם פשוט באגליקט מיט לויטערע חוש הראיה. מ'האט עם מכבד געווען מיט אן עליה, און ער זעהט זאכן. בלויז מיט א שטימע נוּ אָהּ שטעלט ער אפ די גאנצע לייענען. ער האט יעצט געזעהן א אות ד' וואס זעהט אויס ווי א ר'. די ו' פון ושתי האט געמאכט גוד אסיק מיט די שי"ן. דער רב מיט'ן בעל קורא בייגן זיך איבער און בליקן אריין מיט אן ערנסטקייט, רופן אריבער א יונגעל, אלעס איז פיין.
אבער וואס זאל ער טוהן? פון זיין ענגל זעהט ער נאר דופן עקומה. ער איז הויך אויף די ספעקטרום, טוה עם עפעס.
--------
If you see something say something.
זעסט א צלמים זעער, טייל מיט די אינפארמאציע דא פאר ווייטער דיסקוסיע