- זיך איינגעשריבן
- מאי 14, 2024
- מעסעדזשעס
- 499
- רעאקציע ראטע
- 2,890
עס איז שוין א וואך זינט גליון ב' איז ארויסגעקומען, אבער איך האב נישט געהאט קיין סאך צוצולייגן צו מיין ארטיקל (וואס איך פלאן נאך צו פארברייטערן אין די קומענדיגע ארטיקל/ען).
אין קורצן: איך האב ארויסגעברענגט אז צופרידנקייט מיינט די שלילי פון אנדערע/נעגאטיווע געפילן און ווען די באדערפענישן פונעם מענטש זענען געזעטיגט. נאר די קאמפליקאציעס שאפן זיך אויפן וועג אהין ווייל מיר האבן א קאמפליצירטע פסיכאלאגיע וואס לויטערט אז אן קיין באדייט און אן טון באדייטפולע זאכן קענען מיר נישט פילן 'געזעטיגט'..
דאס איז פארוואס מיר קוקן אן 'צופרידנקייט' מער סאפיסטיקירט ווי סתם קאנטענטנעס, און פארוואס ביי מאנכע קומט עס נאר נאכן 'טון עפעס באדייטפול' און ביי אנדערע נאר נאכן 'פארשטיין', אא"וו, וויבאלד יעדער האט פשוט אן אנדערע וועג אנצופילן יענעם חלל פון באדייטפולקייט, אבער די צענטראלע געפיל פון צופרידנקייט קומט ביי יעדעם אן צום זעלבן.
איך האב ארויסגעברענגט אז דאס איז בעצם וויאזוי בעביס און בהמות פילן נאטורליך, און וויאזוי דורך מעדיטאציע קען מען גרינגער און שנעלער אנקומען צום סטאטוס פון ווערן געזעטיגט - דורכן נאכלאזן פון די urges וואס שטערן אויפן וועג...
אינעם צווייטן טייל בין איך אריין אביסל מסביר זיין די געדאנק פון 'באדייט', וואס עס מיינט פאר אונז (ווי געזאגט פריער), און וויאזוי מיר קומען אן דערצו.
איך האב ארויסגעברענגט אז רעליגיעזע מענטשן קומען אן דערצו שנעלער דורכן אננעמען אז עפעס העכערס האט אונז אהערגעשטעלט פאר 'עפעס' א סיבה - און מ'דארף עס נישט וויסן. משא"כ אומרעליגיעזע האבן א שווערערע פראבלעם דערמיט, וויבאלד זיי דארפן מאכן דעם אינפיניט ריגרעס צוריק ביז וואו עוואלוציע האט זיך אנגעהויבן (אדער פריער), און אפי' דארט קענען זיי נישט עכט אנגעבן קיין 'הסבר' 'פארוואס' מיר זענען דא און וואס די באדייט פון אונזער אנוועזענהייט איז...
איך האב אבער גע'טענה'ט אז אין עסענס באשטייט די קאנצעפט פון מינונג פון אזא דיסטרעקשאן, עס באשטייט פשוט פונעם געדאנק אז מיר קוקן נישט אבסעסיוולי צוריק ''פארוואס'' - די גאנצע צייט. און איינמאל מ'דערהערט אז מינונג איז פשוט די שלילי פון די פראגעס, קען מען אטאמאטיש טרעפן מינונג אן קיין 'עכטע תשובה', מ'קען נעמען דעם געדאנק אז האבן קינדער איז וויכטיג און חשוב און לעבן מיט דעם און פארדעם אן צופיל גריבלען ווייטער. ווייל בסופו של דבר - ברענג איך ארויס - געשעט ביי די רעליגיעזער די זעלבע זאך, ער נעמט די קאנצעפט פון ג-ט, ער לייגט עס אין א פארמאכטע הייליגע פישקע הויך אויפן שאפע און לעבט מיט די 'מינונג' דערפון thereafter, און דאס קען מען טעכניש טון מיט יעדע קאנצעפט אויב קען מען ארויסטרעטן פון די אבסעשאן צו גריבלען..
דא ליגט למעשה די שפיץ פון מיין טעזע, ווייל ווי איך טענה מיינט 'מינונג' די געדאנק פון זיין סעטיספייד אן קיין 'עכטע' תשובה, אן קיין אביעקטיווע ענטפער. און דאס איז אין איינקלאנג מיט די פריערדיגע ארטיקל (און האפענטליך אויך די קומענדיגע) אז די פסיכאלאגישע רואיגקייט פון נישט קעירן איבער די פראגעס איז בעצם אלעס...
לאזט הערן אייערע קאמענטארן און הערות.